װיקיפּעדיע
yiwiki
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98
MediaWiki 1.48.0-wmf.1
first-letter
מעדיע
באַזונדער
רעדן
באַניצער
באַניצער רעדן
װיקיפּעדיע
װיקיפּעדיע רעדן
טעקע
טעקע רעדן
מעדיעװיקי
מעדיעװיקי רעדן
מוסטער
מוסטער רעדן
הילף
הילף רעדן
קאַטעגאָריע
קאַטעגאָריע רעדן
פארטאל
פארטאל רעדן
TimedText
TimedText talk
יחידה
שיחת יחידה
אירוע
שיחת אירוע
צפת
0
4993
603018
580690
2026-10-30T17:50:48Z
Rijikk
11955
ראש הערייה
603018
wikitext
text/x-wiki
{{יישוב
|סארט יישוב=שטאט
|נאָמען=צפת
|הערב=Coat of arms of Safed.svg
|בילד=Safed1908.jpg
|מדינה={{פאן ישראל}}
|ראיאן=[[צפון ישראל]]
|בירגערמייסטער=יוסי קקון
|שטח=40
|באפעלקערונג = 37,797
||באפעלקערונג יאר= 2022
|}}
'''צפת''' איז א [[שטאט]] אין [[צפון ישראל]]. סוף [[2003]] האט צפת געהאט א באפעלקערונג פון 26,600.<ref>[[צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק|ישראל צענטראלע סטאטיסיק ביורא]]</ref> עיה"ק צפת איז איינע פון די [[פיר הייליגע שטעט]] ביי יידן; די אנדערע זענען [[ירושלים]], [[חברון]] און [[טבריה]] (פון [[קבלה]] ווערט געברענגט אז די דאזיגע פיר הייליגע שטעט זענען אנטקעגן די פיר יסודות אויף וואס די וועלט באשטייט, "אש-פייער" אקעגן [[ירושלים]] אוואו מפלעגט מקריב זיין די קרבנות אויפן "פייער", "עפר-ערד" אנטקעגן [[חברון]] אוואו עס ליגן די ישיני עפר די אבות הקדושים, "מים-וואסער" אקעגן [[טבריה]] וואס שטייט ביים ברעג פונעם [[ים כנרת]], און "רוח-ווינט" אקעגן [[צפת]], צוליב וואס כמעט שטענדיג וועט דארט בלאזן א ווינטל, אפי' אין א גאר הייסע טאג, אזוי אויך טוט "רוח" באדייטן אויף די "גייסטליכקייט" און "העכערקייט" וואס הערשט אין דעם שטאט.
דער נאמען "צפת" טראגט עטליכע באדייטן: "צופה-קוקן" צוליב וואס צפת פארמאגט א הערליכע אויסקוק אויף די גאנצע [[גליל|גליל בערג]], ווי אויך "צפיה" א לשון פון "האפן" צוליב די געגועין וואס אירע אמאליגע הייליגע איינוואוינער האבן פארמאגט צו [[ביאת המשיח]].
צפת געפינט זיך אין דעם שטח פון [[שבט נפתלי]]. צפת ווערט פארעכנט אלס די [[הויפטשטאט]] פונעם [[אויבער גליל|העכערן גליל]] ראיאן.
צפת איז באקאנט אלס דער הויפט וואוינארט פון די אידישע [[מקובלים]], צוליב וואס אין איר האבן געוואוינט א ריזיגע צאל אידישע מקובלים ווי דער [[רמ"ק]], דער [[אריה"ק]] און נאך פיל.
אין תקל"ח איז אנגעקומען אין צפת די ערשטע גרופע פון 300 חסידים, וואס ווערט גערעכנט דער אנהייב פונעם "אלטן אשכנזישן יישוב" אין צפת. אין תקנ"ט, גלייך נאך ווען [[נאפאלעאן באנאפארטע|נאפאלעאן]] האט זיך צוריקגעצויגן פון ארץ ישראל, האבן די אראבער אומגעווארפן דאס יידישע פערטל אן אסאך פון די ארטיקע יידן האט מען געהרגעט. אין תק"ע זענען געקומען קיין צפת פרושים, תלמידים פונעם [[ווילנער גאון]], אונטער דער פירערשאפט פון רבי [[ישראל שקלאווער]]. דאס האט פארשטארקט דעם יישוב אין צפת. איינער פון די אימיגראנטן, ר' [[ישראל ב"ק]] (וואס האט געצויגן 200 יידן פון [[בארדיטשוב]]) האט געגרינדעט דארט די ערשטע יידישע [[דרוקעריי]] אין ארץ ישראל.
[[בילד:Safed1.jpg|קליין| האר"י גאס אין צפת, אויפן נאמען פון דעם הייליגן אר"י]]אין יאר [[ה'תקצ"ז]] האט צפת איבערגעפילט א שרעקליכן [[ערדציטערניש אין צפת|ערדציטערניש]] וואס האט געהרגעט 2,000 מענטשן, און חרוב געמאכט די גאנצע שטאט, און אנגעברענגט אונגעהויערע שאדענעס, וואס קען זיך אנזען אין מערערע ערטער אין צפון.
אין יאר [[ה'תרפ"ט]] איז פארגעקומען א פאגראם ווי די אראבער האבן אומגעבראכט 19 אידן ל"ע.
היינט צוטאגס פארמאגט צפת א באפעלקערונג פון 33,000.
[[טעקע:צפת רובע האמנים.JPG|קליין|250x250פיקס|נאך א געסל אין די "ארטיסטן פערטל" פון אלטשטאט]]
[[טעקע:PikiWiki Israel 285 Zefat בסימטאות צפת.jpg|קליין|251x251פיקס|איינע פון די געסאלאך אין אלטשטאט צפת וואו די ארטיסטן פארקויפן זייערע מעלערייען און האנט געמאכטע שניצונגען]]
== דער אור אלטער בית העלמין אין צפת ==
{{הויפט ארטיקל|אלטע בית עולם פון צפת}}
[[טעקע:צפת בית הקברות הישן.jpg|קליין|250x250פיקס|א קליין טייל פונעם בית העלמין אין צפת]]
צפת פארמאגט א ריזיגע בית החיים וואס געפונט זיך צופיסנס פון דער אלטשטאט, וואו עס ליגן באגראבן דער תנא רבי [[פנחס בן יאיר]], [[הושע בן בארי]], דער [[בית יוסף]], דער [[אריז"ל]], דער [[רמ"ק]], רבי [[שלמה אלקבץ]], רבי [[לייב בעל יסורים]], דער הייליגער [[אלשי"ך]], דער [[בת עין]] און נאך פילע.
==צווילינג שטעט==
* {{פאן שפאניע|[[טאלעדא]]}}
* {{דגל|צרפת|[[ליל]]}}
* {{פאן בולגאריע|[[ניקאפאל]]}}
{{-}}
== מקורות ==
{{רעפליסטע}}
[[טעקע:Panorama Safed and Mount Meron.jpg|thumb|center|870px|פּאַנאָראַמאַ צפת און בארג מירון]]
[[טעקע:Panorama Safed צפת (Sea of Galilee in the background).jpg|thumb|center|870px|א פאנאראמישער בליק פון צפת צו מזרח, מען זעט אויך דעם [[כנרת]].]]
{{שטעט אין ישראל}}
[[קאטעגאריע:אידישע יישובים]]
[[קאַטעגאָריע:צפת|*]]
kuy2rc54tf757xkcxbxk2923ucn5fxy
פיניאס און פערב
0
44016
603019
595030
2026-10-31T04:40:24Z
CommonsDelinker
392
באט: אראפגענומען די טעקע San_Diego_Comic-Con_2011_-_Platybus_from_Phineas_and_Ferb_(5991539873).jpg, זי איז געווארן אויסגעמעקט פון וויקי־קאמאנס דורך [[c:User:Krd|Krd]] צוליב: [[:c:Commons:Deletion requests/File:San Diego Comic-Con 2011 - Platybus from Phi
603019
wikitext
text/x-wiki
{{DISPLAYTITLE:''פיניאס און פערב''}}
{{יתום}}
'''פֿיניאַס און פֿערב''' ([[ענגליש]]: ''Phineas and Ferb'') איז אן אמעריקאנישע [[אנימאציע|אנימירטע]] טעלעוויזיע סעריע פראדוצירט דורך [[די וואלט דיזני פירמע|דיזני]].
{{דיזני-שטומף}}
[[קאַטעגאָריע:דיזני טעלעוויזיע סעריעס]]
[[קאטעגאריע:אנימירטע טעלעוויזיע סעריעס]]
38h8qj9924wyjz6b7lk2df9m5ng5dio