װיקיפּעדיע
yiwiki
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98
MediaWiki 1.47.0-wmf.2
first-letter
מעדיע
באַזונדער
רעדן
באַניצער
באַניצער רעדן
װיקיפּעדיע
װיקיפּעדיע רעדן
טעקע
טעקע רעדן
מעדיעװיקי
מעדיעװיקי רעדן
מוסטער
מוסטער רעדן
הילף
הילף רעדן
קאַטעגאָריע
קאַטעגאָריע רעדן
פארטאל
פארטאל רעדן
TimedText
TimedText talk
יחידה
שיחת יחידה
אירוע
שיחת אירוע
ווארשע
0
1393
600758
600291
2026-05-20T01:29:27Z
InternetArchiveBot
40859
Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.5
600758
wikitext
text/x-wiki
{{יישוב
|נאמען=וואַרשע
|סארט יישוב=שטאט
|אמטשפראך נאמען= Warszawa
|הערב= Coat of arms of Warsaw.svg
|פאן= Flag of Warsaw.svg
|בילד= FB Warszawa panorama.jpg
|באשרייבונג=
|מדינה= {{פאן פוילן}}
|אפטייל טיפ= וואיעוואדעשאפט
|אפטייל נאמען= [[מאזאוויער וואיעוואדעשאפט|מאזאוויע]]
|געביט=
|ראיאן=
|דיסטריקט=
|בירגערמייסטער= האנא גראנגעוויטש-וואלץ
|גובערנאטאר=
|טיפ אונטעראפטייל=
|דיסטריקטן אין ראיאן=
|שטעט אין ראיאן=
|ראיאן הויפטשטאט=
|מוטערשטאט=
|אפיציעלע שפראך=
|שטח= 517.24
|הייך= 78-116
|גרינדונג דאטע= 1300 (בערך)
|באפעלקערונג= 1,726,581
|באפעלקערונג יאר= 2014
|באפעלקערונג הערה=
|מטרופולין=
|הערת מטרופולין=
|צפיפות= 3,326
|קאארדינאטן= {{coord|52|13|56|N|21|00|31|E|region:PL_type:city|display=inline,title}}
|צייט זאנע= +1
|אתר אינטרנט= [http://www.um.warszawa.pl www.um.warszawa.pl]
|מאפע=
|פרטימדיקע מאפע=
|סטאטיסטיק=
}}
'''וואַרשע''' ([[פויליש|פּױליש]]: ''Warszawa'') איז די הויפּטשטאָט פֿון [[פּױלן]]. זײַן [[באפעלקערונג|באַפֿעלקערונג]] איז 1,697,596 (אין יאָר [[2005]]).
ייִדן האָבן געוווינט אין וואַרשע זינט דעם [[15טער י"ה|15טן יאָרהונדערט]], דאָס רובֿ וואַרשעווער ייִדן האָבן דעמאָלט גערעדט ייִדיש.
ביים [[חורבן]] האבן די [[נאציס|נאַציס]] אויפֿגעשטעלט אין וואַרשע די גרעסטע [[געטאָ]] מיט 450,000 מענטשן (זעט מער: [[וואַרשעווער געטאָ]]).
== היסטאריע ==
ווארשע איז געגרינדעט געווארן אין דעם 9טן יארהונדערט, און איז געווארן א שטאט אינעם 13טן יארהונדערט.
נאך דער פאראייניקונג פון פוילן מיט ליטע, האט מען געקליבן ווארשע, וואס געפינט זיך צווישן דער אלטער פוילישער הויפטשטאט [[קראקע]] און דער ליטווישער הויפטשטאט [[ווילנע]], פאר דער הויפטשטאט פון דער נייער קאמאנוועלט. אין 1596 האט דער מלך [[זיגמונט דער דריטער]] אריבערגעפירט די הויפטשטאט פונעם [[מלך פון פוילן]] פון קראקע צו ווארשע.
אין יענער צייט האט ווארשע געהאט 14,000 איינוואוינער, אין דער אלטשטאט זענען געווען 169 הייזער, אין דער ניישטאט 204 הייזער, און נאך 320 הייזער אין די פארשטעט.
== טראנספארט ==
די הויפט באן סטאנציע איז [[ווארשע צענטראל באן סטאנציע]] וואס באדינט סיי אינלענדישע פארקער צו אלע וויכטיגע שטעט אין פוילן און סיי אינטערנאציאנאלע צילן. ס׳זענען פאראן נאך פינעף וויכטיקע באן סטאנציעס אין ווארשע.
== די וואַרשעווער קהילה ==
[[טעקע:Mapa.GWZ.warszawa.svg|קליין|רעכטס|די וואַרשעווער קהילה]]
[[טעקע:Warszawa synagoga Nozykow 03.jpg|קליין|נאָזשיק־שול אין וואַרשע]]
אין תרט"ו האט מען אויפגענומען הרב [[דוב בער מייזלס]] אב"ד פון ווארשע; ער איז געבליבן אין דעם אמט ביז זיין פטירה אין תר"ל.
וואַרשע פֿאַרמאָגט רײַכע און אַלטע ייִדישע געשיכטע. דווקא דאָ, פֿאַרן חורבן, האָבן זיך באַזעצט אַ סך חסידישע רביס - דער [[מאדזשיץ (הויף)|מאָדזשיצער]], דער [[ווארקא (הויף)|וואַָרקער]], דער [[ראדאמסק (הויף)|ראַדאָמסקער]], דער [[נאוואמינסק|נאָוואָמינסקער]] ליגן אויפֿן אָרטיקן [[בית־עולם]] אויף דער גענשער גאס (געגרינדעט אין 1806 יאָר). פֿון 1936 ביז דער צווייטער וועלט מלחמה, האָט די [[ועד ראשי השוחטים דמדינת פולין וליטא]] געפלעגט צוזאַמען קומען אין ווארשע. בעת דער [[צווייטער וועלט־מלחמה]] איז דער אַנדערער בית־עולם, אויף זײַט ווײַסל, חרובֿ געוואָרן, ווי אויך אַרום 400 [[שול]]ן און [[בית־מדרש|בתּי־מדרשים]]. די איינציקע, וואָס שטייט ביז הײַנט, איז די שול אויפֿן נאָמען פֿון זלמן און רבֿקה [[זאַלמאַן נאָזשיק|נאָזשיק]] - וווּ געפֿינט זיך איצט די וואַרשעווער [[קהילה]].
געגרינדעט אינעם יאָר 1997, די קהילה איז א טייל פֿון דעם ''ועד הקהילות היהודיות בפולין''. די קהילה איז ווײַט ניט אַזוי גרויס ווי אַמאָל - 300 טויזנט פֿאַר דער מלחמה און 500 נפֿשות איצט - אָבער זי האַלט בײַ אויפֿבויען אַ ייִדיש לעבן. אין אַ געוויסן זין איז וואַרשע - מיט כּלערײַ טעטיקייטן, פֿון קינדערגאָרטן ביז אַ [[מקוה]] און [[חברה קדישא]] - אַ מוסטער פֿון ייִדישן אויפֿלעב אין [[מזרח־אייראָפּע]].
לויט די לעצטע שאַצונגען עס וווינט אין פּוילן אַן ערך 1200 ייִדן, אָבער אין די ייִדישע קרײַזן רעדט מען פֿון 30 טויזנט מענטשן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. אַ סך פֿון זיי זענען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרטאָן אין עפֿנטלעכע אַקטיוויטעטן פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די מיטגלידער פֿון חבֿרה קדישא, מענער און פֿרויען, זענען דערעיקרשט יונגע מענטשן.
די אויפֿגאַבע פֿון דער ק״ק וואַרשע באַשטייט אין העלפֿן די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן ווי אויך ייִנגערע אין פֿירן אַ ייִדיש לעבן. אַן אַנדער געביט פֿון טעטיקייט האָט צו טאָן מיט גרונט־אייגענטום, וואָס די ייִדישע קהילה האָט באקומען פֿון דער מלוכה אויפֿן סמך פֿון דעם רעסטיטוציע־געזעץ. אַזוי אַרום איז דער וואַרשעווער קהילה צוריקגעגעבן געוואָרן די [[ישיבֿת חכמי לובלין]] און די שול אין [[קאזמיר]] - אַ שטעטל באַרימט פֿון רבי [[יחזקאל טויב|יחזקאל קאָזמירער]].
אין דער לובלינער ישיבֿה געפֿינט זיך אַן אָפּטייל פֿון דער קהילה. דאָרטן קען מען אויך באַקוקן אַן אויסשטעלונג וועגן דער געשיכטע פֿון דער ישיבֿה און איר גרינדער, דער וועלט־באַרימטער רבֿ [[יהודה מאיר שפירא]].
די קהילה האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן עטלעכע פּובליקאַציעס געווידמעט דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין וואַרשע, צוו. אנד. ”דאָס געדענקען. מאָנומענטס ייִדישע אין וואַרשע“, ווי אויך ”סידור של ילדים“ - אילוסטרירטער סידור עבֿרי־פּויליש, און ”שערי תשבֿה“ - סידור של יום חול און שבת מיט פּוילישער איבערזעצונג. דער בולעטין פֿון ק״ק וואַרשע דערשײַנט אַיעדע צוויי חדשים.
[[טעקע:Panoramic view of Castle Square in Warsaw.jpg|צענטער|650px|פּאַנאָראַמע פֿון וואַרשע]]
== וועבלינקען ==
* [http://varshe.jewish.org.pl די וואַרשעווער קהילה] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20150815201748/http://varshe.jewish.org.pl/ |date=2015-08-15 }} (פּױליש)
* [http://youtube.com/watch?v=vn_wiUMg-h8 ווידעא פון דער אידישער ווארשע פאר דער צווייטער וועלט מלחמה]
* [http://www.1944.pl ווארשאווער אויפשטאנד 1944]
* [http://www.e-warsaw.pl/index.php אפיציעלע וועב ארט פון ווארשע]
* [http://www.destinationwarsaw.com/video.html ווידיא פון ווארשע] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20050906100141/http://www.destinationwarsaw.com/video.html |date=2005-09-06 }}
* [http://www.e-warsaw.pl/multimedia/multimedia.htm פלעצער אין ווארשע]
* [http://www.warsawtour.pl/index.php אפיציעל טוריסטן וועבזייטל פון ווארשע]
* [http://www.um.warszawa.pl/v_syrenka/perelki/index_de.php?mi_id=&dz_id= Sightseeings in Warsaw] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20051122174433/http://www.um.warszawa.pl/v_syrenka/perelki/index_de.php?mi_id=&dz_id= |date=2005-11-22 }}
* [http://www.warsaw-life.com/ Warsaw Life - Travel Guide and Events]
* [http://en.wikivoyage.org/wiki/Warsaw Warsaw's entry at Wikivoyage]
* [http://www.warsawshotel.com/index_en.htm Appartements in the Old Town] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20051030091716/http://www.warsawshotel.com/index_en.htm |date=2005-10-30 }}
* [http://um.warszawa.pl/mapa/ Interactive city map] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20110128160923/http://www.um.warszawa.pl/mapa/ |date=2011-01-28 }}
* [http://www.um.warszawa.pl/ Warszawa.pl] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20110511092044/http://www.um.warszawa.pl/ |date=2011-05-11 }} (Polish)
* [http://www.wirtualna.warszawa.pl/ Wirtualna Warszawa] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20050924230445/http://www.wirtualna.warszawa.pl/ |date=2005-09-24 }} (Polish)
* [https://web.archive.org/web/20050917040001/http://www.samper.pl/obrazki/panorama0.jpg Panorama of the city center]
* [https://web.archive.org/web/20070225062638/http://www.warsawtour.pl/files/foto_big12643950091091519623182_tapeta.jpg הימל־ליניע פון ווארשע]
* [http://skyscraperpage.com/diagrams/?c993 Skyscrapers Diagram of Warsaw] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20070208043501/http://www.skyscraperpage.com/diagrams/?c993 |date=2007-02-08 }}
* [http://www.sky.s64.pl מאדערנער ארכיטעקטור אין ווארשע] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20140501231133/http://www.sky.s64.pl/ |date=2014-05-01 }}
* [http://www.pkin.pl/?lang=2 Socrealistic architecture in Warsaw]
* [http://www.stalus.iq.pl/show.php/ Interactive guidebook to Warsaw prior to 1944] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20050404003005/http://www.stalus.iq.pl/show.php |date=2005-04-04 }} (Polish)
* [http://www.warszawa1939.pl/index.php A fantastic website completetly devoted to highlighting what buildings survived WW2]
* [http://www.starawarszawa.pl Old Warsaw postcards - before and after photos]
* [http://www.poszukiwanieskarbow.com/artykuly/forty/index.html Map and pictures of Warsaw forts] (Polish)
* [http://www.bfcollection.net/cities/poland/warszawa/warszawa_01.html היסטארישע בילדער פון ווארשע]
[[קאַטעגאָריע:הויפטשטעט אין אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין פוילן]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:ווארשע|*]]
7e5vppl1niknfi9ragv693a8n4nu18f
שולע
0
3575
600757
579655
2026-05-19T17:05:39Z
~2026-30093-12
61381
600757
wikitext
text/x-wiki
[[טעקע:First primary school building in Nigeria in Badagry, Nigeria.jpg|קליין|ערשטע [[גרונטשול]] אין [[ניגעריע]], געבויט אין 1845]]
א '''שולע''' איז אן [[אינסטיטוט]] פאר [[בילדונג]].
== טיפן שולעס ==
* אַ '''גרונדשולע''' איז אַ [[מוסד]] וווּ די יוגנט שטודירן ידיעות און [[חכמה]]. אפיציעלע שולעס זײַנען קאָנטראָלירט אונטער די רעגירונג'ס אָרגאַניזאַציעס (וו.צ.ב. די אָרגאַניזאַציע אין [[ישראל]] הייסט "[[משרד החינוך]]") און מען שטודירט גרונטענע ערקערונגען צו שאַפן א דיפּלאָם מיטן נאָמען "[[תעודת בגרות]]". אין ישראל ווערן די גרונדשולעס געשטיצט דורך די [[רעגירונג]].
* א '''מיטלשולע''' ({{שפראך-en|High school}}) איז א [[שולע (אלגעמיינע)|שולע]] אין די יארגאנג פון 14 ביז 18 (אין [[ענגלאנד]] פון 11 ביז 18).
== זע אויך ==
* [[תלמוד תורה]]
* [[בית יעקב]]
{{בילדונג-שטומף}}
[[קאַטעגאָריע:שולעס|*]]
pfn44ckvz3sr2y957s0dw3beh33n34k
וועראזאנא נערויס בריק
0
12386
600759
600210
2026-05-20T02:07:24Z
InternetArchiveBot
40859
Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.5
600759
wikitext
text/x-wiki
[[טעקע:Verrazano-Bridge-Dawn.jpg|קליין|250px|די וועראזאנא נערויס [[בריק]]]]
די '''וועראַזאַנא נערויס בריק''' ({{שפראך-en|Verrazzano-Narrows Bridge}}) איז א טאפעלטע שטאק [[אויסגעצויגענע בריק]] וואס פירט פון [[ברוקלין]] קיין [[סטעטן איילענד]] אין [[ניו יארק]] איבער די טייל וואסער וואס הייסט נערויס. די נאמען איז נאך די [[איטאליע]]נישע זוכער '''זשיאוואני די וואראזאנא''' די ערשטע באוואוסטע אייראפעאישער זוכער צו קומען איבער ניו יארקער וואסערן. די בריק האט א מיט-שפאן פון 4260 פוס לאנג, און איז געווען די לענגסטע בריק פון די צייט וואס מען האט דאס געענדיגט אין 1964 ביז 1981. עס איז היינט די זיבעטע לענגסטע בריק אין די וועלט און די לענגסטע אין [[USA|אמעריקע]]. די בריק - צוליב איר גרויסקייט - קען געזען ווערן אין א יעדע בארא פון ניו יארק סיטי, כמעט אלע שיפען וואס קומען קיין ניו יארק אדער [[ניו זשערסי]] האפןס מוזען אונטער פארן די בריק. עס איז אויך באוואוסט אלס די אנפאנג פון די [[ניו יארק סיטי מאראטאן]].
== היסטאריע ==
די בריק געהערט פאר [[ניו יארק סיטי]] אונטער די [[טרייבארא בריזש און טונעל אויטאריטי]]. די שנעל שטראז אינטערסטעיט 278 פארט אריבער אויף דער בריק. די בריק באהעפט די [[סטעטען איילענד]] עקספרעסוועי מיט די גואוונעס עקספרעסוועי. די וואראזאנאו צוזאמען מיט די אנדערע דריי הויפט בריקן פון סטעטען איילענד האבן באשאפן א נייע גרינגערע וועג פאר מענטשן פון [[ניו זשערסי]] צו פארן קיין ברוקלין און [[לאנג איילענד]].
די בריק איז געווען די לעצטע גרויסע ארבעט פון דעמאלטסדיגע ניו יארק סיטי פארקס קאמישינער '''ראבערט מאסעס''' וואס ער האט שטארק געוואלט אז דאס זאל געבויעט ווערן כדי צוציענדיגען די עקספרעסועי סיסטעם אין ניו יארק וואס איז אויך געווען בעיקר אים צו פארדאנקן.
די דיזיין פון דער בריק איז געווען דורך '''אטהמאר אמאנן''' וואס האט אויך דיזיינד רוב פון די אנדערע ניו יארק סיטי בריקן איינגעשלאסן די [[זשארזש וואשינגטאן בריק]], [[ביאין בריק]], [[בראנקס וויטסטאון בריק]], [[טרייבארא בריק]] , און די [[טראגס נעק בריק]]. דאס איז געווען זיין לעצטע פראיעקט.
ווען מען האט פלאנירט די בריק איז געווען א שטיקל טומעל ביי די איינוויאנער פון בעי ריזש וואס האבן געוויאנט אויף די פלאץ ווי די בריק שטייט וויבאלד זיי האבן דארט געוויאנט און זיי האבן זיך נישט געוואלט אוועקצוען.
מען האט אנגעפאנגן בויען די בריק דעם [[13טן אויגוסט]] 1959. און די אויבירשטע שטאק האט זיך געעפענט דעם [[21סטן נאוועמבער]] 1964 פאר איבער $320,000,000. די אונטערשטע שטאק האט זיך געעפנט דעם [[28סטן יוני]] 1969. די בריק איז דאן געווען די לענגסטע בריק אין דער וועלט איבערנעמענדיג די טיטל פון די [[גאלדען געיט בריק]] ביז 1981 ווען די [[האמבער בריק]] אין [[ענגלאנד]] האט דאס איבערגענומען.
לויט דעם פאראייניגטע שטאטן דעפארטמענט אוו טראנספארטאציע:
* יעדער איינער פון די צוויי טורעמעס האבן 1,000,000 שרויפן און 3,000,000 נעגל (ריוועטס).
* די ברייט פון יעדע פון די פיר אויסגעצויגענע שטריקן איז 36 אינטשעס.
* יעדע איינע פון די פיר אויסגעצויגענע שטריקן איז צוזאמען געשטעלט פון 26,108 פעדעמער, וואס קומט אויס 143,000 מיילן לאנג.
* צוליב די הויך פון די טורמעס - 690 פוס הויך - און די ווייטקייט איינס פון די אנדערע - 4260 פוס - האט מען געמוזט אריינעמען די רונד פון די ערד אין די חשבון ווען מען האט געבויעט די בריק.
* צוליב די נאטורליכע צוזאמענציעכטס און אויסשפרייטעכטס פון היץ און קעלט, איז די בריק 12 פוס נידריגער אין די זוממער ווי אין די ווינטער.
== נאמען פון דער בריק ==
== באנוץ ==
די איינוועג אפצאל אויף צו נוצן די בריק - וואס מען באצאלט אויף די [[מערב]] ריכטונג פארענדיג פון ברוקלין אויף סטעטען איילענד - איז $9.00 פאר [[קאר]]ס און $4.00 פאר מאטארביציקליך. [[איזיפאס]] באנוצער באקומען א הנחה פון $1.00 פאר קארס און $0.50 פאר מאטארביציקליך. פאר איינוויאנער פון סטעטען איילענד איז דא א נידריגערע פרייז.
ביז 1986 איז די אפצאל אפגענומען געווארן אויף ביידע ריכטונגען, אבער נאך טענות פון די איינוויאנער אז דאס וואס קארן דארפן זיך אפשטעלן צופיל שעדיגט די לופט האט מען געמאכט די פאצאל נאר אויף איין ריכטונג.
די ארגינעלע פלענער פון דער בריק האבן געהאט א וועג פאר מענטשן און ביציקלען, אבער די פלענער זענען קיינמאל נישט פארווירקליכט געווארן. אין [[אקטאבער]] 2003 האט מעיאר [[מייקל בלומבערג]] צוגעזאגט ער וועט זען וואס קען געטאן ווערן דאס צו פארווירקליכען.
== וועבלינקען ==
* [http://www.mta.nyc.ny.us/bandt/html/veraz.htm ניו יארק סיטי אפציעלע זייט]
* [http://www.nycroads.com/crossings/verrazano-narrows/ ניו יארק סיטי ראודס]
* [http://www.transalt.org/bridges/verrazano.html טראנספיטעשאן אלטארניטיוו וואראזאנא פרופייל] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20070113062411/http://www.transalt.org/bridges/verrazano.html |date=2007-01-13 }}
* [http://en.structurae.de/structures/data/index.cfm?id=s0000085 סטרוקטורע]
* [http://www.italianhistorical.org/VerrazzanoBridgeStory.htm די נאמען] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20070205141656/http://www.italianhistorical.org/VerrazzanoBridgeStory.htm |date=2007-02-05 }}
* [http://www.wnyc.org/news/articles/40927 וועראזאנא ווער 40] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20060901015609/http://www.wnyc.org/news/articles/40927 |date=2006-09-01 }}
* [http://www.bridgemeister.com/pic.php?pid=1127 בילדער]
* [http://maps.google.com/maps?ll=40.606826,-74.044204&q=40.606826,-74.044204&spn=0.015,0.025 גוגעל מאפע]
* [http://maps.yahoo.com/maps_result?lat=40.606826&lon=-74.044204&mag=2 יאהו מאפע] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20070313060021/http://maps.yahoo.com/maps_result?lat=40.606826&lon=-74.044204&mag=2 |date=2007-03-13 }}
* [http://terraserver-usa.com/image.aspx?s=11&lon=-74.044204&lat=40.606826&w=2 הימעל בליק]
* סעטעלייט בילד: [http://maps.google.com/maps?ll=40.606826,-74.044204&q=40.606826,-74.044204&spn=0.015,0.025&t=h גוגל].
[[קאטעגאריע:בריקן]]
n5u0xugcpprh3nkcf1919hhl7b450qg
קראי
0
33946
600760
596114
2026-05-20T04:25:49Z
InternetArchiveBot
40859
Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.5
600760
wikitext
text/x-wiki
[[טעקע:Bet_keneset_matsliah.jpg|left|300px|thumb|א קראי'שע שול אין ארץ ישראל]]
א '''קראי''' איז איינער וואס גלייבט אז מען דארף די [[תורה]] אויסטייטשן לויטן פשוט'ן פשט - די פשט וואס, לויט זיי, וואלטן פארשטאנען די אידן וואס האבן געלעבט ווען די תורה איז געגעבן געווארן. זייערע פשטים זענען אפט נישט די זעלבע פשטים וואס די [[חז"ל]] האבן געלערנט אין די פסוקים, און וואס לויט חז"ל איז געווען די פארשטענדעניש פון די אידן אין יענע צייט. זיי נעמען אויך נישט אן די "מצות דרבנן" וואס ווערן דערמאנט אין חז"ל אבער נישט אין די תנ"ך. כאטש זיי האבן אויך אייגענע מנהגים און סייגים, האלטן זיי אבער אז די מנהגים זענען נישט א חלק פון די תורה, און יעדער מעג האלטן וואסערע מנהגים מען וויל.
== גרינדונג ==
ס'איז אנגענומען אז ענן בן דוד האט געגרינדעט די קראים. דער הויפט קעגנער אין יענע צייטן איז געווען רב [[סעדיה גאון]].
== קראי'שע אויפירונגען וואס זענען אנדערש ווי חז"ל ==
=== תפילין און מזוזות ===
קראים האלטן אז די פסוקים פון "וקשרתם לאות על ידיך", "וכתבתם על מזוזות ביתך", וכדו' זענען פיגוריש גערעדט, אזוי ווי די פסוק "כתבם על לוח לבך" וואס מיינט נישט אז מען זאל טאקע שרייבן אויפן הארץ, נאר עס איז אן אויסדריק וואס מיינט: געדענק עס אייביג - אזוי ווי עס וואלט געווען אויף דיין הארץ, אנגעקנופט אויף דיין האנט, ציווישן דיינע אויגן, אוין אויף די מזוזת פון דיין טיר.
אין ארץ ישראל זענען דא קראים וואס לייגן מזוזות אויפן טיר, נישט אויסצוזעהן אומפרום אין א פלאץ ווי אלע פרומע האבן מזוזות.
אין זייערע מזוזות לייגן זיי אריין געשריבן די עשרת הדברות.
=== ספירת העומר ===
אין די תורה שטייט: "וּסְפַרְתֶּם לָכֶם מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת מִיּוֹם הֲבִיאֲכֶם אֶת-עֹמֶר הַתְּנוּפָה שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת, תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה עַד מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת הַשְּׁבִיעִת תִּסְפְּרוּ חֲמִשִּׁים יוֹם" וואס טייטש: "און ענק זאלן ציילן צומארגענס פון די שבת פון די טאג וואס ענק ברענגען די עמר התנופה, זיבן שבתות גאנצע זאלן זיי זיין ביז דעם מארגן נאך דעם זיבעטען שבת, זאלן ענק ציילן פיפציג טעג".
לויט חז"ל מיינט "צומארגנס פון דעם שבת" "צומארגענס פון די ערשטע טאג פסח" און דאמאלט פאנגט מען אן צו ציילן. די קראים האלטן אז מען פאנגט אן צו ציילן צומארגענס פון דעם שבת וואס איז נאך דעם טאג וואס מען ברענגט די עומר. זיי ברענגען א ראיה אז "השבת" מיינט נישט פסח, ווייל עס שטייט אויך "השבת השביעת" וואס מיינט זיכער נישט פסח. לויט די קראים האט די תורה געוואלט מען זאל ציילן "זיבן גאנצע וואכן" דאס מיינט מען זאל נישט אנהויבן אינמיטן א וואך.
=== שבת ===
זיי פלעהגן נישט לאזן ברענען א פייער אום שבת, טייטשנדיג '''לא תבערו אש''' אז ס'זאל בכלל נישט זיין קיין פייער אום שבת אפילו וואס מען האט אנגעצינדן פון ערב שבת. פון דא קומט די מנהג פון פרומע יודן צו עסן שבת ווארעמס, (ביי [[אשכנז]]ישע יודן איז דאס [[טשאלנט]]) '''כדי להוציא מלבן של צדוקים'''.
זיי פלעהגן אויך שטארק מחמיר זיין ביי ספק פקוח נפש, וואס זיי האבן געהאלטן איז נישט דוחה שבת, וויבאלד זיי האבן נישט אנגענומען די ענינים פון עירובין האבן זיי נישט געהאלטן פון ארויסגיין פון שטוב אדער ארויסטראגן זאכן אום שבת. אבער די זאכן זענען שוין היינט גרינגער ביי זיי.
האבן [[סעקס]] איז ביי זיי נאך היינט אסור, אזוי אויך אמירה לעכו"ם טאר מען נישט אפילו ברמיזה.
טייל פון זיי האלטן אז זיך באנוצן מיט לעקטער איז בכלל נישט קיין איסור, וויבאלד עס איז נישט קיין פייער. זעהט אויס זיי נעהמען נישט אהן אז גרמא איז אסור.
=== פרויען ===
זיי האבן אנגענומען פיל א ליבעראלערע צוגאנג לגבי פרויען ווי די פרושים, אזש אין רוב זאכן זענען פרויען אייניג צו די מענער.
* זיי זאגן נישט די ברכה "שעשני כרצונו" און די מענער זאגן נישט "שלא עשני אשה", נאר יעדער זאגט "הבוראי בצלם אנוש".
* [[פרוי]]ען זענען נישט פטור פון מצות עשה שהזמן גרמא.
* פרויען זענען פונקט אזוי כשר פאר עדות ווי מענער.
* מענער מעהגן הערן ווי פרויען זינגען.
* די רעכטן ביי א [[גט]] איז ביי ביידע די זעלבע.
* אין פאל פון אן עגונה, קען דער [[בית דין]] געבן א גט אנשטאט דעם מאן. אזוי אויך מעג מען גט'ן בעל כרחה.
* אין די קראישע שוהלן איז דא א מחיצה צוליב [[צניעות]], וויבאלד ביים בוקן זיך קענען זיי זיך אויפדעקן.
=== זייער לוח ===
זיי האבן אן אייגענעם קאלענדער וועלכע איז באזירט סיי אויף די [[לבנה]] און אויך אויף די [[זון]].
[[שבועות]] איז ביי זיי אלעמאל אין א [[זונטאג]].
== ראיות וואס קראים ברענגען ==
די קראים ברענגען פארשידענע ראיות אז זיי זענען גערעכט און אז די [[תורה שבעל פה]] איז נישט מסיני.
=== פסוק אין יהושע ===
אין יהושע (ח, ל"ד-ל"ה) שטייט: "וְאַחֲרֵי-כֵן, קָרָא אֶת-כָּל-דִּבְרֵי הַתּוֹרָה, הַבְּרָכָה, וְהַקְּלָלָה--כְּכָל-הַכָּתוּב, בְּסֵפֶר הַתּוֹרָה. לא-הָיָה דָבָר, מִכֹּל אֲשֶׁר-צִוָּה משֶׁה אֲשֶׁר לא-קָרָא יְהוֹשֻׁעַ, נֶגֶד כָּל-קְהַל יִשְׂרָאֵל וְהַנָּשִׁים וְהַטַּף, וְהַגֵּר, הַהֹלֵךְ בְּקִרְבָּם." וואס טייטש: "און דערנאך האט ער געליינט די גאנצע תורה, די ברכה און די קללה, אלעס ווי עס שטייט אין די ספר תורה. עס איז נישט געווען א זאך פון אלעס וואס משה האט באפוילן וואס יהושע האט נישט געליינט". דאס ווייזט אז משה רבינו האט נישט באפוילן נאך זאכן וואס עס שטייען נישט אין די תורה.
== שיטה פון חז"ל ==
לויט ווי דער [[רמב"ם]] זאגן אין הקדמה פון זיין [[פירוש המשניות]] אז יודען האבן פון אנפאנג אהן מקיים געווען די מצוות ווי די פרומע זענען עס היינט מקיים, דאס הייסט מען האט געלייגט תפילין ווי עס עס מקובל ביי די פרומע אידן, עס זאל זיין פיר פרשיות, און דער בית זאל זיין געמאכט פון הויט פון א בהמה און שווארץ ווי די [[הלכה למשה מסיני]] איז, אבער זיי האבן נישט געהאט דערין א רמז אין דער תורה, זיי האבן געלייגט אזוי תפילין ווייל זיי האבן געזעהן ווי משה רבינו און יהושע בון נון לייגט אזוי תפילין, און אזוי אויך א [[אתרוג]] האבן זיי גענומען די סארט פרי ווייל זיי האבן אזוי געזען ביי די פריערדיגע, נישט ווייל זיי האבן דאס געוואוסט פון דער תורה, ביז די חכמים האבן דאס ארויסגעלערנט פון פסוקים, זיי האבן געטראפען א רמז אז טוטפות הייסט פיהר, און אתרוג מיז דווקא זיין א פרי הדר באילנו משנה לשנה, אבער די קראים האבן דאס נישט אנגענומען, און האבן זייט דאן אויפגעהערט צו לייגן תפילין און נעמען א אתרוג ווי עס איז געווען מקובל, נאר האבן זיך געמאכט אייגענע פשטים.
=== דרייצן מדות ===
זייער שיטה און לימוד איז אין קעגנזאץ צו די גלויבן פון די [[תנא]]ים (פרושים) און פון די מסורה, און פון רוב פרומע אידן היינטיגע צייטן וואס גלייבן אז די תורה קען אויסגעטייטש ווערן לויט דרייצן "מידות" וואס פארענדערן די מיינונג פון א פסוק.
== זייערע חכמים ==
* [[אבו יוסף יעקב אל-קרקסאני]]
* [[אבן סאקויה]]
* [[אברהם בן שמואל פירקוביץ]]
* [[אהרן בן אליהו ניקומידיאו]]
* [[אהרן בן יוסף הזקן]] פון קושטא
* [[אליהו בן אברהם]]
* [[אליהו בן כלב אפנדופולו]]
* [[אליהו בן משה בשייצי]]
* [[בן זוטא]]
* [[בנימין הגהאונדי]]
* [[דוד בן אברהם אלפאסי]]
* [[דוד בן בועז]]
* [[דניאל אלקומסי]], ער איז שפעהטער געווארן א קעגנער פון ענן'ס שיטות
* [[חסון בן משיח]]
* [[טוביה בן משה]]
* [[יאשיהו בן שאול]] דער אייניקל פון ענן
* [[יהודה הדסי]]
* [[יוסף הרואה]]
* [[יוסף שלמה בן משה]]
* [[יפת בן עלי הלוי]]
* [[יעקב הקרקסאני]]
* [[יצחק בן אברהם]]
* [[ישועה בן יהודה]]
* [[לוי בן יפת הלוי]]
* [[סהל בן מצליח]]
* [[סידי אבן אל תראס]], ווען ער איז געשטארבן האט זיין [[ווייב]] איבערגענומען די הנהגה
* [[ענן בן דוד]] ווערט פאררעכנט ווי דער גרינדער
* [[שאול דער זוהן פון ענן]]
* [[שלמה בן אהרן]] פון פאסוואל
* [[שלמה בן ירוחם]], ווערט באצייכנט אלס "קנאי פון ירושלים"
* [[שמחה בן שלמה בבויץ]]
* [[שמחה יצחק בן משה]] פון לוצק
== זייערע ספרים ==
* [[אגרון]]
* אדרת אליהו
* [[אפריון עשה לו]]
* [[אשכל הכפר]]
* [[המובחר]]
* [[הרואה]]
* [[חזוק אמונה]]
* [[חלוק הרבנים והקראים]]
* [[כתאב אלאציל]]
* [[כתאב אלפיציה]]
* [[מטה אלהים]]
* ספר המצוות לענן, דאס איז זייער עלצטע ספר
* ספר מצוות פון דניאל אלקומסי
== וועב לינקען ==
* די אפיציעלע קראישע [[וועבזייטל]] http://www.karaite.org.il/ {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20110809112621/http://www.karaite.org.il/ |date=2011-08-09 }}
* קראים אין אמעריקע http://www.karaites.org/
* קראים ביי [[דעת]] http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2319
* http://tora.us.fm/tnk1/sofrim/zuckm/qraim.html {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20150425081546/http://www.tora.us.fm/tnk1/sofrim/zuckm/qraim.html |date=2015-04-25 }}
* אן ארטיקל אין [[פארווערטס]] איבער א קראישע סעקטע אין [[ליטע]] און זייער שפראך http://yiddish2.forward.com/node/4902 {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20141217125521/http://yiddish2.forward.com/node/4902 |date=2014-12-17 }}
[[קאַטעגאָריע:יידישע שטרעמונגען]]
iaabqxb4enee3dus46uapiiqoscm2d7
שמואל דוד לוצאטו
0
37665
600761
590790
2026-05-20T04:36:59Z
InternetArchiveBot
40859
Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.5
600761
wikitext
text/x-wiki
{{אישיות}}<!--אריינפיר-->
[[טעקע:shadal.jpg|קליין|שמואל דוד לוצאטא]]
'''שמואל דוד לוצאַטא''' איז געווען אן איטאליענער אידישער חכם, דיכטער, און א מיטגלידער אין די "וויסנשאפט דעס אידנטומס" באוועגונג. ער איז אויך באוואוסט מיט זיינע ראשי תיבות '''שד"ל'''.
שד"ל איז געבוירן אין [[טריעסטע]] (היינט [[איטאליע]]), ראש חודש אלול תק"ס, און איז נפטר געווארן אין [[פאדווא]], איטאליע יום כיפור תרכ"ו.
צוזאמען מיט [[נחמן קראכמאל]] (רנ"ק), [[שלמה יודא ראפאפארט|שלמה יהודה ליב הכהן ראפאפארט]] (שי"ר) און [[יום טוב ליפמאן צונץ]] איז שד"ל געווען פון די ערשטע מיטגלידער און די [[חכמת ישראל]] באוועגונג, וואס האט עוסק געווען אין דער וויסענשאפטליכער/אקאדעמישער שטודיע פון אידישקייט.
שד"ל האט עוסק געווען אין היבש אפאר פראיעקטען במשך זיין לעבן. ער איז די מערסטע באוויסט פאר זיין פירוש אויף [[חמשה חומשי תורה]], וואס ער האט ארויסגעגעבן צוזאמען מיט אן איבערזעצונג פון די תורה אויף איטאליעניש. אזוי אויך האט ער מחבר געווען פירושים אויף אנדערע ספרים פון די כתבי הקודש, ספרים אויף די [[גראמאטיק]] פון [[העברעאיש]] און [[אראמיש]], אן איבערזעצונג פון דעם [[סידור]] אויף [[איטאליעניש]], שטודיעס אין די [[היסטאריע]] פון די אידן, ווי אויך [[ביבליאגראפיע|ביבליאגראפישע]] און [[ביאגראפיע|ביאגראפישע]] ביכער.
שד"ל איז געווען א [[ראציאנאליזם|ראציאנאליסט]], אבער ער איז געווען אנטקעגן דער פילאסאפיע פונעם [[רמב"ם]] און [[אבן עזרא]], און האט ליבערשט אויסגעוועלט דעם מהלך פון רבי [[יהודה הלוי]].
שד"ל האט נישט איבערגעלאזט קיין ערנסטע אנהענגערס פון זיין מהלך. ביי די [[משכילים]] איז ער פאררעכענט געוארן אלץ צו [[קאנסערוואטיוו]], און ביי די פרומע אז ער פאררעכנט געווארן אלץ צו משכיל'יש. אבער און זיין שטעלע אלץ ראש [[בית מדרש לרבנים]] און [[פאדאווא]], האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם ביי די איטאליענישער אידן.
== לעבן און שאפן ==
שמואל דוד לוצאטו איז געבוירן געווארן אין טריעסטע, באיטאליע, אום א' אלול ה'תק"ס (22 אין אויגוסט [[1800]]), צו זיינע עלטערן חזקיה און רבקה מלכה, פון די באקאנטע איטאליענישע משפחה "לוצאטו". זיין טאטע חזקיה איז געווען א האלץ שניצער, און האט זיך פארנומען מיט [[קלאסישע מעכאניק|מעכאניק]]. לויט שד"ל, האט זיין טאטע אפילו געהאט אויסגעארבייט ט פלאן פאר א [[דאמף מאטאר]] אבער ער האט נישט געהאט די געלט איר צו ברענגען לידי מעשה. חזקיה איז אויך געווען א תלמיד חכם און א יודע ספר, ער האט אסאך עוסק געווען אין [[קבלה]] און האט אויך פרובירט שרייבן ספרים, אבער ער איז דורכגעפאלן אין דעם.
די צוויי עלטערע ברידער פון שד"ל זענען אוועק אין זייער יוגנט, דערפאר האט חזקיה געשיקט שד"ל לערנען אין א תלמוד תורה שוין ביי די דריי ווייל ער האט מורא געהאט אז ער וועט נישט עספיען מקיים צו זיין מיט אים די מצווה פון לערנען מיט אים תורה. ביי די אכט יאר האט שוין שד"ל אנגעהויבן שרייבן [[פאעזיע]] און העברעאיש און אין איטאליעניש, און שוין דאן האט ער אנגעהויבן טראכטן אז מען דארף שרייבן א נייע פירוש אויף מקרא. ביז די דרייצען האט שד"ל ווייטער אנגעהאלטן מיט זיינע שטודיעס אינעם אידישען שולע, אבער דאן האט ער איר געמוזט פארלאזן צוליב א שווערע קרענק וואס האט אים דאן באטראפן.
== דער נאמען לוצאטא ==
שמואל דוד האט געטענה'ט אז דער נאמען לוצאטא קומט פון א דייטשער ייד וואס האט געשטאמט פון [[לוזשיץ]].
== זעט אויך ==
<!-- לייגט לינקען צו אנדערע וויקיפעדיע בלעטער מיט פארבינדענע ענינים-->
== רעפערענצן ==
{{רעפליסטע}}
<!-- זעט http://yi.wikipedia.org/wiki/וויקיפעדיע:צייגט מקורות -->
== זיין סטודנעטן ==
* [[רבי]] יעקב חי פארדו
* [[רבי]] אברהם אליעזר אליהו הלוי איגל, ראב"ד טשערנוביץ
== וועבלינקען ==
'''ווערק פון שד"ל אויפן אינטערנעט''':
* [http://www.tora.us.fm/tnk1/jdl/kulm.html דער פולער טעקסט פון שד"ל על התורה]
* [http://www.tora.us.fm/tnk1/jdl/hqdma.htm דריי יסודות צו מפרש זיין מקרא] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20060217214734/http://www.tora.us.fm/tnk1/jdl/hqdma.htm |date=2006-02-17 }}
* [http://www.daat.ac.il/daat/sifrut/mivhar2/h-2.htm ימי אדם אשר חי] א שיר פון שד"ל אויפן וועבזייטל "דעת"
'''מאמרים און ארטיקלען אין העברעאיש'''
* [http://mikrarevivim.blogspot.com/2011/10/blog-post_12.html "על שד"ל... שיחה עם פרופ' שמואל ורגון"], און: ד"ר לאה מזור, על מקרא הוראה וחינוך
* [http://lexicon.cet.ac.il/wf/wfTerm.aspx?id=1133 שד"ל - שמואל דויד לוצאטו] אויפן זייטל "לקסיקון לתרבות ישראל".
* [http://mikranet.cet.ac.il/pages/item.asp?item=4781 שד"ל] באתר מקרא-נט
* [http://www.echamiel.com/article_page.asp?id=124&scid=0 שד"ל - ביוגרפיה] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20130829112947/http://echamiel.com/article_page.asp?id=124&scid=0 |date=2013-08-29 }} מאת אפרים חמיאל באתר שלו
<!-- קאטעגאריעס -->
{{גרונטסארטיר:לוצאטו, שמואל דוד}}
<!-- אנדערע שפראכן -->
[[קאַטעגאָריע:משכילים]]
[[קאַטעגאָריע:יידן]]
[[קאַטעגאָריע:איבערזעצער]]
4l84p34zbvyw51v7fph0qnsoi1oo05k
טאפאלאגיע
0
40131
600762
499634
2026-05-20T07:47:17Z
פוילישער
339
ארטיקלן איז מער נישט קיין יתום
600762
wikitext
text/x-wiki
[[טעקע:Möbius strip.jpg|קליין|240px|א [[מעביוס באנד]], וואס האט נאר איין אייבערפלאך און איין עק, איז אן ארט אביעקט וואס טאפאלאגיע שטודירט.]]
'''טאפאלאגיע''' (פון [[גריכיש]] τόπος, "פלאץ", און λόγος, "שטודיע") איז די מאטעמאטישע שטודיע פון פארעמען און רוימען. זי איז א הויפט געביט פון [[מאטעמאטיק]] וואס באהאנדלט די גרונטלעכע אייגנשאפטן פון א רוים, ווי [[פארבונדקייט]], [[המשכדיקע פונקציע|קאנטינואיטעט]] און [[גרענעץ (טאפאלאגיע)|גרענעץ]]. זי איז די שטודיע פון אייגנשאפטן וואס ווערן פרעזערווירט דורך [[המשכדיקע פונקציע|המשכדיקע]] דעפארמירונגען כולל ציען און איינבייגן, אבער נישט רייסן אדער קלעבן. טאפאלאגיע האט זיך אנטוויקלט ווי א פעלד פון שטודירן ארויס פון [[געאמעטריע]] און [[סכומען טעאריע]], דורך אנאליזירן אזעלכע באגריפן ווי רוים, דימענסיע און טראנספארמאציעס.
==היסטאריע==
דער דיסציפלין פון טאפאלאגיע האט געוואקסן פון א זוך צו לייזן געוויסע פראבלעמען אין געאמעטריע.
איינער פון די ערשטע רעזולטאטן פון טאפאלאגיע איז דער ארטיקל פון [[לעאנהארד אוילער]] אין 1736 וועגן די זיבן בריקן פון קעניגסבערג.
אין 1895 האט [[אנרי פואנקארע]] פארגעשטעלט די באגריפן פון [[האמאטאפיע]] און [[האמאלאגיע]], וואס זענען היינט א טייל פון [[אלגעברעאישע טאפאלאגיע|אלגעברעאישער טאפאלאגיע]] .
{{מאטעמאטיק-שטומף}}
[[קאַטעגאָריע:מאטעמאטיק]]
cm71vouyebnod7sddpgq2no2cyyih63
טאפאלאגישער רוים
0
54933
600755
2026-05-19T13:12:37Z
פוילישער
339
געשאפן דורך איבערזעצן דעם בלאט "[[:he:Special:Redirect/revision/42937069|מרחב טופולוגי]]"
600755
wikitext
text/x-wiki
{{סימון מתמטי}}אין [[טאפאלאגיע|טאָפּאָלאָגיע]], איז '''אַ טאָפּאָלאָגישער רוים''' אַ באַגריף וואָס דערמעגלעכט גענעראַליזירן באַגריפֿן ווי קאָנווערגענץ, פֿאַרבונדנקייט, קאָנטינעויטעט, און צעשיידונג צווישן פונקטן. טאָפּאָלאָגישע רוימען זענען אַ גענעראַליזאַציע און [[אבסטראקציע (מאטעמאטיק)|אַבסטראַקציע]] פֿון מעטרישע רוימען .
== פֿאָרמעלע דעפֿיניציע ==
== הערות ==
יעדער מעטרישער רוים איז אויך אַ טאָפּאָלאָגישער רוים, ווײַל די אָפֿענע גרופעס וואָס ווערן אינדוצירט דורך דער מעטריק אין דעם מעטרישן רוים באַפֿרידיקן די באַדינגונגען פֿון א טאָפאָלאָגיע.
== ביישפילן ==
[[קאַטעגאָריע:טאפאלאגיע]]
hafe1sou57fy8qf0ci6y9bhnzf717e4
600756
600755
2026-05-19T13:13:18Z
פוילישער
339
600756
wikitext
text/x-wiki
אין [[טאפאלאגיע|טאָפּאָלאָגיע]], איז '''אַ טאָפּאָלאָגישער רוים''' אַ באַגריף וואָס דערמעגלעכט גענעראַליזירן באַגריפֿן ווי קאָנווערגענץ, פֿאַרבונדנקייט, קאָנטינעויטעט, און צעשיידונג צווישן פונקטן. טאָפּאָלאָגישע רוימען זענען אַ גענעראַליזאַציע און [[אבסטראקציע (מאטעמאטיק)|אַבסטראַקציע]] פֿון מעטרישע רוימען .
== פֿאָרמעלע דעפֿיניציע ==
== הערות ==
יעדער מעטרישער רוים איז אויך אַ טאָפּאָלאָגישער רוים, ווײַל די אָפֿענע גרופעס וואָס ווערן אינדוצירט דורך דער מעטריק אין דעם מעטרישן רוים באַפֿרידיקן די באַדינגונגען פֿון א טאָפאָלאָגיע.
== ביישפילן ==
[[קאַטעגאָריע:טאפאלאגיע]]
3p8kp56wvmhpyobqcqwa7f6j9pnqt0l