װיקיפּעדיע
yiwiki
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98
MediaWiki 1.47.0-wmf.13
first-letter
מעדיע
באַזונדער
רעדן
באַניצער
באַניצער רעדן
װיקיפּעדיע
װיקיפּעדיע רעדן
טעקע
טעקע רעדן
מעדיעװיקי
מעדיעװיקי רעדן
מוסטער
מוסטער רעדן
הילף
הילף רעדן
קאַטעגאָריע
קאַטעגאָריע רעדן
פארטאל
פארטאל רעדן
TimedText
TimedText talk
יחידה
שיחת יחידה
אירוע
שיחת אירוע
פאקיסטאן
0
22677
601808
601680
2026-08-02T00:41:27Z
Shiana1
62294
601808
wikitext
text/x-wiki
{{מדינה
| נאמען = פאַקיסטאַן
| שטאַט = איסלאַמישע רעפובליק פֿון פאַקיסטאַן
| פאן בילד = Flag of Pakistan.svg
| סימבאל בילד = Coat of arms of Pakistan.svg
| מאפע = Pakistan (orthographic projection).svg
| זינגליד =
| קאנטינענט = [[אזיע]]
| אפיציעלע שפראך = [[אורדו]], [[ענגליש]]
| הויפטשטאט = [[איסלאמאבאד]]
| רעגירונג = פעדעראלע דעמאקראטישע רעפובליק
| פרעמיער מיניסטער =[[נאוואז שאריף]]
| פרעזידענט =[[אסיף אלי זארדארי]]
| גרינדונג דאטום = דעם 14טן אויגוסט 1947
| וועלט גראדונג פלאך = טער36
| פלאך מאס = 803,940
| פראצענט וואסער = 3.1
| וועלט גראדונג באפעלעקרונג = 6טער
| באפעלקערונג צאל =201,995,540
| באפעלקערונג ענגקייט = 244.4
| וועלט גראדונג פראדוקט ווערדע = 25
| פראדוקט ווערדע = $1.060 טריליאן
| וואלוטע = [[פאקיסטאנישע רופי]] PKR
| צייט זאנע = [[UTC]]+5
| אינטערנעט דאמיין = pk
| טעלעפאן קאד = 92
| באמערקונגען =
'''פּאַקיסטאַן''' ({{שפראך-ur| پاکِستان}}; פארמאל: '''[[איסלאם|איסלאמישע]] [[רעפובליק]] פון פאקיסטאן''') איז א [[לאנד]] אין דרום [[אזיע]] מיט מער פון 220 מיליאן איינוווינערס. עס איז דאס זעקסטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט פון דער באפעלקערונגס פונקט. צו דרום האט פאקיסטאן א בארטן לאנג 1,046 ק"מ אויפן [[אראבישער ים|אראבישן ים]] און דעם [[איינגאס פון אמאן]]; עס גרענעצט [[איראן]] און [[אפגאניסטאן]] צו מערב, [[אינדיע]] צו דרום און [[כינע]] צו צפון־מזרח.
פאקיסטאן באדעקט א שטח פון סה״כ 880,940 ק״מ2 (איינשליסנדיק די טעריטאריעס אזאד קאשמיר און גילגיט באלטיסטאן). אזוי איז פאקיסטאן דאס 34סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט. פאקיסטאן האט די זיבעטע גרעסטע מיליטער אין דער וועלט.
די הויפטשטאט פון פאקיסטאן איז [[איסלאמאבאד]], און די גרעסטע שטאט איז די פארט־שטאט [[קאראטשי]], די געוועזענע הויפטשטאט פון לאנד. דער פריערדיקער [[פרעזידענט]] איז געווען [[פערוועז מושאראף]]. דער היינטיקער פרעזידענט איז [[אסיף אלי זארדארי]].
ביז 1971 האט פאקיסטאן געהאט צוויי טיילן, מזרח פאקיסטאן און מערב פאקיסטאן, אבער אין 1971 האט זיך מזרח פאקיסטאן אפגעשיידט און דערקלערט זיין אומאפהענגיקייט, און געווארן דאס לאנד [[באנגלאדעש]].
אין 1973 האט פאקיסטאן איינגעפירט א נייע קאנסטיטוצע וואס האט אויפגעשטעלט א פעדעראלע רעגירונג באזירט אין איסלאמאבאד וואס באשטייט פון פיר פראווינצן און פיר פעדעראלע טעריאטאריעס. לויט דער נייער קאנסטיטוציע דארפן אלע געזעצן שטימען מיט [[איסלאם]] אזוי ווי עס שטייט אין [[קאראן]].
{| class="infobox borderless"
|+ נאציאנאלע סימבאלן פון פאקיסטאן (אפיציעל)
! '''נאציאנאלער בעל־חי'''
| [[Image:Markhor.jpg|50px]]
! '''נאציאנאלער פֿויגל'''
| [[Image:Keklik.jpg|50px]]
! '''נאציאנאלער בוים'''
| [[Image:Pedrengo cedro nel parco Frizzoni.jpg|50px]]
! '''נאציאנאלע בלום'''
| [[Image:Jasminum officinale.JPG|50px]]
! '''נאציאנאלע ירושה בעל־חי'''
| [[Image:Snow Leopard 13.jpg|50px]]
! '''נאציאנאלע ירושה פֿויגל'''
| [[Image:Vándorsólyom.JPG|50px]]
! '''נאציאנאלער ים־זויגער'''
| [[Image:National aquatic marine mammal of Pakistan.jpg|50px]]
! '''נאציאנאלע רעפטיליע'''
| [[Image:Persiancrocodile.jpg|50px]]
! '''נאציאנאלע אמפֿיביע'''
| [[Image:Bufo stomaticus04.jpg|50px]]
! '''נאציאנאלע פרי'''
| [[Image:Chaunsa.JPG|50px]]
! '''נאציאנאלער מעטשעט'''
| [[Image:Shah Faisal Mosque (Islamabad, Pakistan).jpg |50px]]
! '''נאציאנאלער מאווזאליי'''
! '''נאציאנאלער טייך'''
| [[Image:Indus river from karakouram highway.jpg|50px]]
! '''נאציאנאלער בארג'''
| [[Image:K2, Mount Godwin Austen, Chogori, Savage Mountain.jpg|50px]]
== שפראַכן פֿון פאַקיסטאַן ==
אין פאקיסטאן רעדט מען אסאך שפראכן. די אפיציעלע שפראך איז [[ענגליש]] און די נאציאנאלע שפראך איז [[אורדו]]. צווישן די נישט-אפיציעלע שפראכן זענען [[פונזשאבי]] מיט 60 מיליאן רעדערס,<ref name=Punjabi> [http://www.ethnologue.com/show_language.asp?code=pnb Ethnologue Western Punjabi]</ref> [[פאשטא]], [[סינדהי]], [[סארייקי]], און [[באלאכי]]; געבילדעטע מענטשן רעדן [[ענגליש]].<ref name="VOA News">[https://web.archive.org/web/20080517100456/http://www.voanews.com/specialenglish/Wordmaster/2008-05-08-voa3.cfm In Pakistan, a Big Push to Teach English; Local Versions Flourish] VOA News. URL דערגרייכט דעם [[18טן מיי]] [[2008]].</ref>
== היסטאריע ==
די מענטשן וואס האבן געוואוינט אין אוראלט פאקיסטאן זענען געווען א טייל פון דער אינדוס טאל ציוויליזאציע.
ביז 1946 איז פאקיסטאן געווען א טייל פון דער אינדישער אימפעריע אונטער בריטישער הערשאפט. אין 1946 איז פאקיסטאן געווארן אומאפהענגיק. פון 1946 ביז 1971 האט פאקיסטאן באשטאנען פון צווי באזונדערע טיילן. איז 1971 איז דער מזרח טייל פון פאקיסטאן געווארן א באזונדער לאנד, [[באנגלאדעש]].
נאך דער סאוועטישער אינוואזיע פון [[אפגאניסטאן]] אין 1979 האט פאקיסטאן געהאלפן די פארטיזאנער קעגן די סאוועטן. דערנאך אין די 1990ער יארן האט פאקיסטאן געשטיצט די [[טאליבאן]] רעגירונג אין אפגאניסטאן.
אין 2007 האט מען דערהרגעט די געוועזענע פרעמיער מיניסטארקע, [[בענאזיר בהוטא]].
פאקיסטאן איז א מיטגליד אין דער [[קאמאנוועלט]].
===פאקיסטאנ׳ס קערן-פראגראם===
פאקיסטאן האט אנגעהויבן אנטוויקלען א נוקלעארע פראגראם אין די [[1970ער]] יארן, אין די שפורן פון אן ענלעכער אנטוויקלונג פראגראם דורך דעם שכן-לאנד [[אינדיע]], אין ליכט פון דער לאנגיעריגער קעגנערשאפט צווישן די צוויי לענדער, וואס האט איינגעשלאסן דריי מלחמות. אין מיי [[1998]] האט פאקיסטאן געהאלטן זיין ערשטן אויסגעשפראכענעם אויספרואוו פון א קערן־אויפרייס. פאקיסטאן האט זיך נישט איינגעשלאסן אין דעם אינטערנאציאנאלן אפמאך צו פארמיידן די פארשפרייטונג פון קערן־וואפן (NPT). אויסער דעם וואס פאקיסטאן אנטוויקלט [[נוקלעארער וואפן|נוקלעארע וואפן]] באשעפטיקט זיך פאקיסטאן אויך מיט אנטוויקלען די אפשיק-מיטלען, ווי למשל [[באליסטישע מיסיל|באליסטישע מיסילס]] וואס קענען טראגן נוקלעארישע אויפרייס שפיצן.
== געאגראפיע, סביבה און קלימאט ==
די געאגראפיע און קלימאט פון פאקיסטאן זענען שטארק פארשיידנדיק, און דאס לאנד איז די היים פון כלערליי ווילד-באשעפענישן. פאקיסטאן באדעקט א שטח פון 881,913 ק״מ2, בערך גלייך צו די שטחים פון פראנקרייך און דאס פאראייניגטע קעניגרייך צוזאמען. עס איז דאס [[ליסטע פון לענדער לויט שטח|33סטן גרעסטע לאנד לויט שטח]]. פאקיסטאן האט א בארטנליניע לאנג 1,046 ק״מ לענגאויס דעם [[אראבישער ים|אראבישן ים]] און דעם [[איינגאס פון אמאן]] אין דרום, און לאנד גרענעצן פון 6,774 ק״מ אינגאנצן: 2,430 ק״מ מיט אפגהאניסטאן , 523 ק״מ מיט [[כינע]], 2,912 ק״מ מיט אינדיע און 909 ק״מ מיט [[איראן]]. עס טיילט א ים־גרענעץ מיט אמאן, און איז צעטיילט פון טאדזשיקיסטאן מיטן קאלטן שמאלן וואקהאן קארידאר. פאקיסטאן אקופירט א וויכטיקע לאקאציע געאפאליטיש ביים שיידוועג פון דרום אזיע, דעם מיטל מזרח און [[צענטראל אזיע]].
פאקיסטאן ווערט צעטיילט אין דריי הויפט געגגראפישע געגנטן: די צפון הויכלענדער, דער [[אינדוס]] פלוין און דער באלאכיסטאן פלאטא.
די קלימאט אין פאקיסטאן איז קאלט אין [[ווינטער]] און ווארעם אין [[זומער]]. די טעמפעראטורן ענדערן זיך א סך צווישן די פארשידענע ראיאנען אין לאנד. אין דרום לעבן דעם ים איז די וועטער גוט ווארעם אבער די הימאלייע בערג אין צפון זענען באדעקט מיט שניי א גאנץ יאר. נידריגער אין די בערג איז זייער פרוכפער ווייל זיי באקומען א שיינעם [[אפזעץ]], ווי אבער גרויסע טיילן אין מערב פון לאנד זענען טרוקענער מדבר.
== רעגירונג און פאליטיק ==
פאקיסטאן איז א דעמאקראטישע [[פארלאמענטארע דעמאקראטיע|פארלאמענטארישע]] [[פעדעראלע רעפובליק]], מיט [[איסלאם]] ווי די שטאַט רעליגיע. די ערשטע קאנסטיטוציע איז געווארן אדאפטירט אין 1956. אין 1958 האט [[איוב קהאן]] זי אפגעהאלטן, און האט זי געביטן מיט דער צווייטער קאנסטיטוציע אין 1962. די היינטיקע קאנסטיטוציע האט מען אדאפטירט צום ערשטן מאל אין 1973.
פרעמיער מיניסטארן:
* [[בענאזיר בוטא]]
=== אויסלענדישע פארהעלטענישן ===
פאקיסטאן איז די צווייטע מערסט באפעלקערטע איסלאמישע מדינה אין דער וועלט ([[אינדאנעזיע]] איז די גרעסטע) און די איינציגע מיט [[קערנקראפט]] אין דער מוסולמענישער וועלט.
===אדמיניסטראטיווע אפטיילונגען===
פאקיסטאן איז א פעדעראציע פון פיר פראווינצן (פונדזשאב, כייבער פאכטונכווא, סינדה און באלאכיסטאן) און פיר טעריטאריעס (טריבאלע שטחים, איסלאמאבאד הויפטשטאט טעריטאריע, גילגיט-באלטיסטאן און אזאד קאשמיר.
==מיליטער==
די מיליטערישע קראפטן פון פאקיסטאן זענען די אכט גרעסטע אין דער וועלט, מיט אומגעפער 617,000 זעלנער און 513,000 רעזערוויסטן (געשאצט אין 2010). מען האט געגרינדעט די מיליטער נאך אומאפהענגיקייט אין 1947, און די מיליטער האט געהאט א שטארקן איינפלוס אויף נאציאנאלע פאליטיק זייט דעמאלסט.
== עקאנאמיע ==
פאקיסטאן האט א האלב־אינדוסטריאליזירטע עקאנאמיע. די עיקר וואוקס פונקנטן פון דער עקאנאמיע זענען לענגאויס דעם טייך [[אינדוס]]. אין 1947 איז פאקיסטאן געווען גאר אן ארים לאנד אבער זייט דעמאלסט האט די עקאנאמיע געוואקסן גיכער ווי דער וועלט דורכשניט. אין די 1990ער יארן האט די עקאנאמיע אויפגעהערט וואקסן צוליב נישט אויסגעהאלטענעם פאליטיק.
ווי אין 2016 האט פאקיסטאן א געשאצטן ברוטא אינלענדישן פראדוקט פון US$271 ביליאן; דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט לויטן קויפן קראפט איז US$946,667 מיליאן. 21.04% פון די איינוואוינער לעבן אונטער דער אינטערנאציאנאלער ארימקייט ליניע פון US$1.25 א טאג. לאנדווירשטאפט איז 20.9% פון דעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט.
פאקיסטאן איז איינע פון די גרעסטע פראדוצירער אין דער וועלט פון נאטירלעכע סחורות.
==דעמאגראפיע==
פאקיסטאן איז די זעקסט מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט מיט א באפעלקערונג בערך 199,085,847 (199.1 מיליאן) ווי אין 2015,[523] וואס איז גלייך צו 2.57% פון דער וועלט באפעלקערונג. בערך 35% פון מענטשן זענען אלט אונטער 15 יאר. דער דערווארטערטער לעבנס־געדויער, ריכטיק פאר [[2011]], איז 64 יאר פאר מענער און 68 יאר פאר פרויען.
אומגעפער 95% פון פאקיסטאנער זענען [[מוסולמענער]]. מערסטנס [[סוניס]], מיט א [[שיא איסלאם|שיא]] מינדערהייט פון עטלעכע 10% צו 20% פון דער באפעלקערונג, און אויך 2% [[אכמאדיע]]ר. עס וואוינען אין לאנד א באגרענעצטע צאל פון פארשידענע מינדערהייטן, מערסטנב [[הינדואיזם|הינדוער]] (1.6%), [[קריסטנטום|קריסטן]] (1.6%) און ווייניק [[סיקהיזם|סיקהן]] און [[בודהיזם|בודהיסטן]].
===יידנטום אין פאקיסטאן===
אין אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט זענען געווען אין [[קאראטשי]] בערך 2,500 יידן, און נאך צענדליגער יידן אין דער שטאט [[פעשאוואר]]. כמעט אלע פון זיי האבן עמיגרירט קיין [[ישראל]] נאך ווען די מדינה פון ישראל איז געווארן אויפגעשטעלט. ס׳איז געבליבן א קליינע קהילה יידן אין קאראטשי.
===שפראכן===
מען רעדט אין פאקיסטאן מער ווי 60 שפראכן. די אפיציעלע שפראכן פונעם לאנד איז א [[אורדו]]. אין דער רעגירונג ווערט [[ענגליש]] געניצט, ווי אויך אין די גרויסע געשעפטן און צווישן די אינטעליגענציע. אלע אוניווערסיטעטן אין לאנד לערנען ענגליש. אורדו ווערט גערעדט דורך די עמך מענטשן. אחוץ די שפראכן רעדן אויך כמעט אלע פאקיסטאנער אן אנדער שפראך, ווי למשל [[פאשטו]] און [[פונדזשאבי]].
== רעפערענצן ==
{{רעפליסטע}}
{{אזיע שטאטן}}
{{לענדער ארום דעם אראבישן ים}}
[[קאַטעגאָריע:פאקיסטאן|*]]
7efvn0a3near2kltxldn08ns1o1zo1o
באַניצער:Revi C.
2
40248
601806
596125
2026-08-02T00:03:37Z
Pathoschild
529
global user pages ([[m:Synchbot|requested by Revi C.]])
601806
wikitext
text/x-wiki
__NOINDEX__
{{#babel:ko|en-3|yi-0}} [[File:Revi wikimedia image.jpg|thumb|center|middle|If you are here to talk about CommonsDelinker removing a deleted image, please [[:c:User talk:Revi C.|go here]].]]
o2htt6oa1entvfw6t83hlsrrl8txgw8
באַניצער רעדן:Revi C.
3
40249
601805
596124
2026-08-01T23:22:54Z
Pathoschild
529
global user pages ([[m:Synchbot|requested by Revi C.]])
601805
wikitext
text/x-wiki
__NOINDEX__
[[File:Revi logo (pink).png|thumb|center|PLEASE DO NOT LEAVE MESSAGE HERE!]]
'''  BEFORE YOU BLOCK MY ACCOUNT: IF MY EDIT SUMMARY INCLUDE PREFIX ''(Script)'', DON'T BLOCK ME, JUST TELL ME TO SLOW DOWN AT COMMONS' TALK PAGE. IT IS AN AUTOMATED SCRIPT BEING USED ON COMMONS TO MOVE FILES.
Instead, please leave your message following site:
[[File:Commons-logo.svg|45px|link=commons:User talk:Revi C.]] [[commons:User talk:Revi C.]] for renaming stuff or [[User:CommonsDelinker|CommonsDelinker]] action (I am {{int:Group-sysop}} there)
[[File:Wikimedia Community Logo optimized.svg|45px|link=m:User talk:Revi C.]] [[meta:User talk:Revi C.]] for other stuff (User right notification, revert message, etc...)
Messages left on this page may be reverted or moved without any response.
esxe13mcstpjlux1bt2hqwxr2v8t8mn
באַניצער:Hym411
2
41830
601807
596128
2026-08-02T00:40:04Z
Pathoschild
529
global user pages ([[m:Synchbot|requested by Hym411]])
601807
wikitext
text/x-wiki
#REDIRECT [[User:Revi C.]]
88g0cv17whfgb1wkeh281mptujwtlut
באַניצער רעדן:Hym411
3
41831
601809
596129
2026-08-02T01:09:28Z
Pathoschild
529
global user pages ([[m:Synchbot|requested by Hym411]])
601809
wikitext
text/x-wiki
#REDIRECT [[User talk:Revi C.]]
o9z79lcc9a9pfmqmrod5w3eyk4q9i0o