װיקיפּעדיע
yiwiki
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98
MediaWiki 1.47.0-wmf.13
first-letter
מעדיע
באַזונדער
רעדן
באַניצער
באַניצער רעדן
װיקיפּעדיע
װיקיפּעדיע רעדן
טעקע
טעקע רעדן
מעדיעװיקי
מעדיעװיקי רעדן
מוסטער
מוסטער רעדן
הילף
הילף רעדן
קאַטעגאָריע
קאַטעגאָריע רעדן
פארטאל
פארטאל רעדן
TimedText
TimedText talk
יחידה
שיחת יחידה
אירוע
שיחת אירוע
אמעריקאנער עיר פארס
0
13494
601813
601691
2026-08-03T00:31:50Z
InternetArchiveBot
40859
Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.5
601813
wikitext
text/x-wiki
{| class="infobox float-right" style="width:280px; font-size:90%; border:1px solid #a2a9b1; background-color:#f8f9fa; padding:5px; border-spacing:2px; margin:0 0 1em 1em;"
|-
! colspan="2" style="background-color:#b0c4de; text-align:center; font-size:120%; font-weight:bold; padding:6px;" | אמעריקאנער עיר פארס
|-
| colspan="2" style="text-align:center; font-style:italic; color:#555; padding-bottom:5px;" | United States Air Force
|-
| style="text-align:center; padding:5px; width:50%;" | [[טעקע:Seal of the United States Department of the Air Force.svg|110px|alt=זיגל פון דעם אמעריקאנער עיר פארס]]<br /><span style="font-size:85%; color:#444;">זיגל</span>
| style="text-align:center; padding:5px; width:50%;" | [[טעקע:Flag of the United States Air Force.svg|120px|alt=פאן פון דעם אמעריקאנער עיר פארס]]<br /><span style="font-size:85%; color:#444;">פאן</span>
|-
| colspan="2" style="text-align:center; padding:5px 0 8px 0;" | [[טעקע:US Air Force Logo Solid Colour.svg|75px|alt=סימבאל פון דעם אמעריקאנער עיר פארס]]<br /><span style="font-size:85%; color:#444;">סימבאל</span>
|-
! style="text-align:right; width:38%; padding:3px 5px;" | גרינדונג דאטע:
| style="padding:3px 5px;" | [[18טן סעפטעמבער]] [[1947]]
|-
! style="text-align:right; padding:3px 5px;" | לאנד:
| style="padding:3px 5px;" | [[פאראייניגטע שטאטן]]
|-
! style="text-align:right; padding:3px 5px;" | טיפ:
| style="padding:3px 5px;" | [[לופטפלאט]]
|-
! style="text-align:right; padding:3px 5px;" | טייל פון:
| style="padding:3px 5px;" | [[אמעריקאנער פארטיידיגונגס דעפארטמענט|דעפארטמענט פון דעם עיר פארס]]
|-
! style="text-align:right; padding:3px 5px;" | הויפטקווארטיר:
| style="padding:3px 5px;" | [[פענטאגאן]]
|-
! style="text-align:right; padding:3px 5px;" | גרויס:
| style="padding:3px 5px;" | בערך 320,000 זעלנער
|-
! style="text-align:right; padding:3px 5px;" | קאמאנדיר:
| style="padding:3px 5px;" | [[דאנאלד טראמפ]]
|-
! style="text-align:right; padding:3px 5px;" | מאטא:
| style="padding:3px 5px;" | ''"Aim High ... Fly-Fight-Win"''<br /><span style="font-size:85%; color:#444;">(ציל הויך... פליט, קעמפט, זיגט)</span>
|-
! style="text-align:right; padding:3px 5px;" | מארש:
| style="padding:3px 5px;" | ''"The U.S. Air Force"''
|-
! style="text-align:right; padding:3px 5px;" | מאסקאט:
| style="padding:3px 5px;" | [[פאלקאן]] (The Falcon)
|-
! style="text-align:right; vertical-align:top; padding:3px 5px;" | קערן ווערטן:
| style="padding:3px 5px;" | "Integrity first, Service before self, Excellence in all we do"
|-
! style="text-align:right; padding:3px 5px;" | וועבזייטל:
| style="padding:3px 5px;" | [https://www.af.mil af.mil]
|}{{אמעריקאנער מיליטער סיידבאר}}
'''דער אמעריקאנער עיר פארס''' ([[ענגליש]]: ''United States Air Force''; ראשי תיבות: ''USAF'') איז דער לופט קריג צווייג פון די פאראייניגטע שטאטן באוואפנטע קרעפטן און איז טייל פון [[אמעריקאנער פארטיידיגונגס דעפארטמענט|דעפארטמענט פון דעם עיר פארס]] וואס איז איינס פון די דריי מיליטערישע דעפארטמענטן אונטער'ן [[דעפארטמענט פון דעפענס]].<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Air_Force</ref> ער איז דער הויפט מיליטערישער אפטיילונג פאר לופט מלחמה, לופט פארטיידיגונג, סטראַטעגישע באמבאדירונגען, לופט טראנספארט, שפיאנאזש, קאמאנד און קאנטראל, און א גרויסער טייל פון די אמעריקאנער נוקלעארע אפהאלטונגס סיסטעם.<ref>https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Air-Force</ref>
דער עיר פארס איז אפיציעל געגרינדעט געווארן דעם [[18טן סעפטעמבער]] [[1947]], ווען דער ''National Security Act of 1947'' איז אריינגעפירט געווארן דורך א פרעזידענטליכן באפעל פון [[פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן|פרעזידענט]] [[הערי טרומאן|הארי ס. טרומאן]].<ref>https://www.af.mil/About-Us/Fact-Sheets/Display/Article/104613/the-us-air-force/</ref> ביז יענער צייט האט די אמעריקאנער לופט מאכט באלאנגט צום [[אמעריקאנער ארמיי]] אונטער פארשידענע נעמען, און האט זיך במשך פון פיר צענדליג יאר אנטוויקלט פון א קליינע פראבע איינהייט אין איינע פון די גרעסטע און מערסט פארגעשריטענע לופט קראפטן אין דער וועלט.<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Air_Force</ref>
דער אמעריקאנער עיר פארס פארמאגט טויזנטער מיליטערישע עראפלאנען, הונדערטער באזעס אין די פאראייניגטע שטאטן און איבער דער וועלט, און הונדערטער טויזנטער מיליטערישע און ציווילע באדינסטע.<ref>https://www.congress.gov/crs_external_products/IF/HTML/IF12622.html</ref> זיינע הויפט אויפגאבן נעמען אריין דערגרייכן לופט הערשאפט, זאמלען מיליטערישע אינפארמאציע, שנעלע גלאבאלע טראנספארט, סטראַטעגישע און טאקטישע אנפאלן, און קאמאנד און קאנטראל פון פאראייניגטע אפעראציעס.<ref>https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Air-Force</ref>
== היסטארישער איבערבליק ==
די ווארצלען פונעם אמעריקאנער עיר פארס גייען צוריק ביז די ערשטע יארן פון מיליטערישע פליעריי אין די פאראייניגטע שטאטן. שוין אין די יארן פון דער אמעריקאנער בירגער קריג האבן צפון שטאטן מיליטערישע איינהייטן באנוצט צוגעבונדענע באלאנען פאר שפיאנאזש און ארטילעריע אבזערוואציע. כאטש עס איז דעמאלט נישט געווען קיין באזונדערע לופט קריגס דינסט, האבן די ערשטע ערפארונגען געוויזן אז לופט מיטלען קענען ברענגען א וויכטיגן מיליטערישן מעלה.<ref>https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/7/71/A_Concise_History_of_the_U.S._Air_Force.pdf</ref>[[טעקע:Valiant Shield - air force planes on runway.jpg|left|250px]]נאכן ערפאלג פון די [[רייט ברידער]] אין אנטוויקלען מאטאר געטריבענע פליגער, האט די אמעריקאנער ארמיי אנגעהויבן זיך אינטערעסירן אין דער נייער טעכנאלאגיע. דעם 1טן אויגוסט [[1907]] איז אויפגעשטעלט געווארן די '''Aeronautical Division''' אינעם Signal Corps פון דער אמעריקאנער ארמיי, וואס ווערט בדרך כלל אנגעזען אלס דער ערשטער אפיציעלער מיליטערישער לופט ארגאן אין די פאראייניגטע שטאטן.<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Air_Force</ref>
די ניי געשאפענע איינהייט האט געהאט די אחריות איבער אלע ענינים וואס האבן זיך באצויגן צו מיליטערישע באלאנען, פליגער און אנדערע לופט מיטלען. אין [[1909]] האט זי איינגעקויפט דעם ערשטן [[פליגער]] פאר דער אמעריקאנער ארמיי, געבויט דורך די רייט ברידער, און אנגעהויבן דורכפירן ערשטע פלי טרענירונגען פאר מיליטערישע אפיצירן.<ref>https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/7/71/A_Concise_History_of_the_U.S._Air_Force.pdf</ref>
== אנטוויקלונג פאר דער ערשטער וועלט מלחמה ==
אין 1914 איז די '''Aviation Section''' אויפגעשטעלט געווארן אלס דער נאכפאלגער פון דער Aeronautical Division, מיט ברייטערע אויפגאבעס איבער טרענירונג, איינקויף פון פליגער און אפעראציעס.<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Air_Force</ref> אין יענע יארן האט די אמעריקאנער ארמיי שוין געהאט א גרעסערן צאל פליגער און האט זיי גענוצט פאר גרעניץ פאטראלן און אנדערע מיליטערישע אויפגאבן.
א וויכטיגע פרואוו איז געווען בעת דער עקספעדיציע קעגן [[פאנטשא ווילא|פּאַנטשאָ ווילאַ]] (Pancho Villa) אין [[מעקסיקע]] אין [[1916]], ווען פליגער זענען באנוצט געווארן פאר שפיאנאזש און פארבינדונג צווישן איינהייטן. הגם די טעכנאלאגיע איז נאך געווען אין איר פרימיטיוון שטאפל, האבן די אפעראציעס געוויזן אז לופט מאכט קען ווערן א וויכטיגער טייל פון מאדערנער מלחמה.<ref>https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Air-Force</ref>
== דער ערשטער וועלט מלחמה ==
ווען די פאראייניגטע שטאטן זענען אריינגעטרעטן אין דער ערשטער וועלט מלחמה אין [[1917]], האט זיך די אמעריקאנער מיליטערישע עיר פארס שנעל פארגרעסערט. אמעריקאנער פליגער סקוואדראנען האבן געדינט צוזאמען מיט די אליאירטע לענדער אין אייראפע און זיך באטייליגט אין שפיאנאזש, ארטילעריע אנווייזונגען, לופט קאמפן און באגרעניצטע באמבאדירונגען.<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Air_Force</ref>
די מלחמה האט אויפגעוויזן אז לופט מאכט איז מער ווי בלויז א הילפס מיטל פאר דער ערד ארמיי. מיליטערישע פירער האבן אנגעהויבן פארשטיין אז פליגער קענען אליין באאיינפלוסן דעם גאנצן לויף פון א מלחמה דורך שפיאנאזש, לופט הערשאפט און אנפאלן אויף ווייטע צילן.
אלס רעזולטאט איז דעם [[24סטן מיי|24סטן מאי]] [[1918]] אויפגעשטעלט געווארן דער '''פאראייניגטע שטאטן ארמיי עיר פארס''' , וועלכער האט איבערגענומען די אחריות פאר אלע לופט איינהייטן אינעם אמעריקאנער ארמיי.<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Air_Force</ref>
== נאך דער ערשטער וועלט מלחמה ==
נאך דער מלחמה האט דער אמעריקאנער מיליטער דורכגעפירט א ברייטע דעמאביליזאציע, און די צאל פליגער, פערסאנאל און בודזשעט איז שטארק פארקלענערט געווארן. דאך האבן א צאל לופט אפיצירן ווייטער געקעמפט פאר א שטארקער און זעלבשטענדיקער לופט מאכט.
איינער פון די באקאנטסטע פארהאנדלער פאר די געדאנק איז געווען [[בריגאדיר גענעראל]] [[בילי מיטשעל]]. ער האט טענה'ט אז אין צוקונפט וועלן לופט קרעפטן שפילן א צענטראלע ראלע אין יעדע גרויסע מלחמה, און אז זיי דארפן האבן אן אייגענע זעלבשטענדיקע סטרוקטור אנשטאט בלייבן אונטער דער ארמיי.<ref>https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/7/71/A_Concise_History_of_the_U.S._Air_Force.pdf</ref>
== די ארמיי עיר קארפס ==
אין יאר [[1926]] האט דער קאנגרעס דורכגעפירט א נייער ארגאניזאציע פון דער אמעריקאנער מיליטערישער פליגעריי, און דער '''פאראייניגטע שטאטן ארמיי ליפט סערוויס''' United) States Army Air Service) איז פארוואנדלט געווארן אין דעם '''פאראייניגטע שטאטן ארמיי קארפס''' (United States Army Air Corps).<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Air_Force</ref> כאטש דער עיר קארפס איז נאך אלץ געבליבן א טייל פונעם אמעריקאנער ארמיי, האט די נייער סטרוקטור אים געגעבן א גרעסערן זעלבשטענדיקייט, ברייטערע באפולמעכטיגונגען און א גרעסערן פלאץ אינעם מיליטערישן פלאנירונג.
אין די יארן צווישן דער ערשטער און צווייטער וועלט מלחמה האבן אמעריקאנער לופט אפיצירן אנטוויקלט נייערע געדאנקען איבער דער באנוץ פון לופט מאכט. דער '''Air Corps Tactical School''' איז געווארן איינע פון די וויכטיגסטע אינסטיטוציעס פאר מיליטערישע טעאריע. דארט האבן מיליטערישע דענקער אנטוויקלט די געדאנק אז סטראַטעגישע באמבאדירונגען קעגן אינדוסטריע, טראנספארט און עקאנאמישע צענטערן קענען שוואך מאכן א פיינטליכע מדינה ביז זי וועט מער נישט קענען ווייטער פירן א מלחמה.<ref>https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/7/71/A_Concise_History_of_the_U.S._Air_Force.pdf</ref>
אין יענע תקופה זענען אויך אנטוויקלט געווארן נייערע פליגער, שטערקערע [[מאטאר|מאטארן]], מעטאלענע פליגער קערפער, פארבעסערטע נעוויגאציע און [[ראדיא קאמוניקאציע]]. דער עיר קארפס האט שטארק פארגרעסערט זיינע טרענירונג פראגראמען פאר פילאטן, אינזשענירן און טעכנישע פערסאנאל.
אין [[1935]] איז אויפגעשטעלט געווארן דער '''General Headquarters Air Force''' (GHQ Air Force), וועלכער האט צענטראליזירט די מערסטע קאמף פליגער אונטער איין באפעל. דאס איז געווען א וויכטיגער שריט צום שאפן א זעלבשטענדיקער לופט מיליטער.<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Air_Force</ref>
== די צווייטע וועלט מלחמה ==
די צווייטע וועלט מלחמה האט אינגאנצן געביטן די ראלע פון לופט מאכט. נאך פאר'ן אריינטרעטן פון די פאראייניגטע שטאטן אין דער מלחמה האט דער אמעריקאנער מיליטער אנגעהויבן א ברייטע פארגרעסערונג פון זיינע לופט קרעפטן.
דעם 20סטן יוני [[1941]] איז דער'''פאראייניגטע שטאטן ארמיי עיר פארס''' (United States Army Air Forces USAAF) אויפגעשטעלט געווארן. די נייע ארגאניזאציע האט פאראייניגט דעם Army Air Corps מיט אנדערע לופט קאמאנדירן אונטער איין הויפט באפעל, אנגעפירט דורך גענעראל הענרי ה. "העפ" ארנאלד.<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Air_Force</ref>
נאכן יאפאנישן אנפאל אויפן [[פערל הארבער|פערל הארבאר]] דעם [[7טן דעצעמבער]] [[1941]] זענען די פאראייניגטע שטאטן אריינגעטרעטן אין דער מלחמה, און דער Army Air Forces האט זיך פארוואנדלט אין איינע פון די גרעסטע לופט מאכטן אין דער געשיכטע. אין בלויז עטליכע יאר איז דער צאל פערסאנאל געוואקסן פון צענדליגער טויזנטער ביז עטליכע מיליאן מענטשן, און טויזנטער פליגער זענען פראדוצירט געווארן יעדן חודש.<ref>{{Citation |title=אַרטשיווע קאָפּיע |url=https://www.afhistory.af.mil/Portals/64/Books/Titles/The%20United%20States%20Air%20Force%20-%20First%20Seventy-Five%20Years.pdf |access-date=2026-07-20 |archivedate=2024-01-17 |archiveurl=https://web.archive.org/web/20240117183723/https://www.afhistory.af.mil/Portals/64/Books/Titles/The%20United%20States%20Air%20Force%20-%20First%20Seventy-Five%20Years.pdf |deadurl=yes }}</ref>
=== אייראפע ===
אין דער אייראפעאישער פראנט האט דער Army Air Forces דורכגעפירט גרויסע באמבאדירונגען קעגן דייטשלאנד. טאג באמבאדירונגען זענען דורכגעפירט געווארן בעיקר דורך די אמעריקאנער, בשעת די בריטישע Royal Air Force האט בדרך כלל באמבארדירט ביינאכט.
די הויפט צילן זענען געווען:
* פליגער פאבריקן.
* [[ריפיינערי|ריפיינעריס]] און ברענשטאף אינדוסטריע.
* באן ליניעס.
* פאבריקן פון וואפן און אמוניציע.
* אינדוסטריעלע שטעט.
* מיליטערישע הויפטקווארטירן.
די אמעריקאנער פייטער פליגער, אריינגערעכנט די P-47 Thunderbolt און P-51 Mustang, האבן באגלייט די באמבאדירער און געקעמפט קעגן דער דייטשער לופטוואפע ביז די אליאירטע האבן דערגרייכט לופט הערשאפט איבער מערב אייראפע.<ref>https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Air-Force</ref>
די לופט הערשאפט האט שפעטער געשפילט א קריטישע ראלע ביי [[דער אינוואזיע אין נארמאנדי]] אין יוני [[1944]], ווען אמעריקאנער און אליאירטע פליגער האבן צעשטערט [[בריק|בריקן]], [[באן|באנען]], און [[קאמוניקאציע]] צווישן דייטשע פארשפרייטע מיליטערישע איינהייטן פאר'ן לאנדונג פון די אליאירטע טרופן.
=== פאסיפישער פראנט ===
אין דער פאסיפישער מלחמה האט דער Army Air Forces געמוזט אפערירן איבער גאר גרויסע דיסטאנצן. נייע שווערע באמבאדירער ווי דער '''B-29 Superfortress''' זענען אנטוויקלט געווארן ספעציעל פאר לאנגע סטראַטעגישע מיסיעס קעגן [[יאפאן]].
פון באזעס אין [[כינע]] און שפעטער אויף די [[מאריאנא אינזלען]] האבן אמעריקאנער [[באמבאדירער]] אנגעהויבן רעגולערע אנפאלן אויף יאפאנעזישע אינדוסטריע, פארקער, מיליטערישע פאבריקן און שטעט.<ref>https://www.airforce.com/history</ref>
אין אויגוסט [[1945]] האבן [[B-29]] פליגער דורכגעפירט די צוויי באקאנטסטע לופט אפעראציעס אין דער וועלט געשיכטע, ווען [[אטאם באמבע|אטאם באמבעס]] זענען אראפגעווארפן געווארן אויף [[היראשימא]] און [[נאגאסאקי]]. די אפעראציעס האבן געשפילט א הויפט ראלע אין יאפאנס קאפיטולאציע און דעם סוף פון דער צווייטער וועלט מלחמה.<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Air_Force</ref>
== שאפונג פונעם אמעריקאנער עיר פארס ==
די הצלחה און דער ריזיגער פארנעם פון די לופט אפעראציעס במשך דער צווייטער וועלט מלחמה האבן איבערצייגט פילע אמעריקאנער פאליטיקער און מיליטערישע פירער אז לופט קריג איז געווארן א באזונדערע פארעם פון מלחמה און דארף האבן א זעלבשטענדיקע מיליטערישע ארגאניזאציע.
דער '''National Security Act of 1947''' האט דורכגעפירט א פולשטענדיגע רעארגאניזאציע פונעם אמעריקאנער מיליטער. דער געזעץ האט געשאפן דעם '''דעפארטמענט פון די עיר פארס''' , גלייך אין ראנג מיט'ן [[אמעריקאנער ארמיי|דעפארטמענט פון די ארמיי]] און [[אמעריקאנער נעיווי|דעפארטמענט פון די נעיווי]] .<ref>https://www.af.mil/About-Us/Fact-Sheets/Display/Article/104613/the-us-air-force/</ref>
דעם 18טן סעפטעמבער [[1947]] איז דער '''פאראייניגטע שטאטן עיר פארס''' אפיציעל געווארן א באזונדערער מיליטערישער צווייג. אלע פליגער, באזעס, אפיצירן, זעלנער און אנדערע מיטלען פונעם ארמיי עיר פארס זענען איבערגעפירט געווארן צום נייעם עיר פארס.
דער טאג ווערט אנגעזען אלס דער אפיציעלער געבורטסטאג פונעם אמעריקאנער עיר פארס.<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Air_Force</ref>
== די קאלטע מלחמה ==
פון דער גרינדונג פונעם אמעריקאנער עיר פארס אין 1947 און ווייטער איז ער געווארן איינע פון די וויכטיגסטע אינסטרומענטן אין דער אמעריקאנער נאציאנאלער זיכערהייט. גלייך נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די פאראייניגטע שטאטן און סאוועטן פארבאנד אנגעהויבן א לאנגע צייט פון פאליטישע, מיליטערישע און אידעאלאגישע געשפאנטקייט, באקאנט אלס די '''קאלטע מלחמה'''. אין יענער תקופה האט דער עיר פארס געשפילט א צענטראלע ראלע אין אפהאלטן א דירעקטע מלחמה צווישן די צוויי וועלט מאכטן.<ref>https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Air-Force</ref>
איינער פון די וויכטיגסטע ארגאניזאציעס אינעם עיר פארס איז געווען דער [[סטראטעגישע ליפט קאמענד]] (Strategic Air Command (SAC)), וועלכער איז געגרינדעט געווארן אין [[1946]] און האט נאך דער שאפונג פונעם זעלבשטענדיקן עיר פארס באקומען די אחריות איבער די לאנג שטרעקיגע באמבאדירער און שפעטער אויך איבער די אינטערקאנטינענטאל באליסטישע מיסילן.<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Air_Force</ref>
די הויפט אויפגאבע פונעם סטראטעגישע ליפט קאמענד איז געווען צו האלטן א שטענדיג גרייטע נוקלעארע געווער. במשך פון פילע יארן זענען שווערע באמבאדירער געפלויגן כסדר אין דער לופט, אויסגערישט מיט נוקלעארע וואפן, כדי אז אפילו אויב די פאראייניגטע שטאטן וועלן ווערן איבערראשט דורך א פיינטליכן אנפאל, זאל נאך אלץ בלייבן א מעגליכקייט צוריקצושלאגן.<ref>https://www.airforce.com/history</ref>
אין יענע יארן זענען אנטוויקלט געווארן א רייע נייע דזשעט פליגער, וועלכע האבן אינגאנצן פארענדערט לופט מלחמה. צווישן די ערשטע בארימטע דזשעט פייטער זענען געווען דער '''[[F-86 Sabre]]''', וועלכער האט באוויזן גרויסע ערפאלגן אינעם קארעא קריג, און שפעטער די '''[[F-100 Super Sabre]]''', '''[[F-102 Delta Dagger]]''', '''[[F-104 Starfighter]]''' און אנדערע מאדערנע פליגער.<ref>https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Air-Force</ref>
גלייכצייטיג האט דער עיר פארס אנטוויקלט נייע סטראַטעגישע באמבאדירער. דער '''[[B-47 Stratojet]]''' איז געווען דער ערשטער גרויסער דזשעט באמבאדירער, און נאך אים איז אריין אין דינסט דער '''[[B-52 Stratofortress]]''', וועלכער איז נאך היינט איינער פון די וויכטיגסטע סטראַטעגישע באמבאדירער אינעם אמעריקאנער מיליטער.<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Air_Force</ref>
== דער קארעא קריג ==
ווען דער [[קארעא קריג]] האט אויסגעבראכן אין [[1950]], האט דער אמעריקאנער עיר פארס שנעל אריבערגעפירט גרויסע לופט כוחות איבער דער [[קארעא האלבאינזל]].
די הויפט אויפגאבעס האבן אריינגענומען:
* לופט הערשאפט.
* באגלייטן באמבאדירער.
* באמבאדירן מיליטערישע צילן.
* נאנטע שטיצע פאר ערד טרופן.
* טראנספארט פון זעלנער און צושטעלן.
* מעדיצינישע לופט עוואקואציע.
דער קארעא קריג איז אויך געווארן דער ערשטער גרויסער קאמף צווישן דזשעט פייטער פליגער. אמעריקאנער '''[[F-86 Sabre]]''' פליגער האבן זיך אפט געטראפן אין לופט קאמפן קעגן סאוועטיש געבויטע '''[[MiG-15]]''' פליגער, וואס ווערן אנגעזען צווישן די בארימטסטע לופט קאמפן אין דער געשיכטע פון דזשעט פליגערי.<ref>https://www.airforce.com/history</ref>
== דער וויעטנאם קריג ==
אין די [[1960ער]] און פרי [[1970ער]] יארן האט דער אמעריקאנער עיר פארס געשפילט א הויפט ראלע אינעם [[וויעטנאם קריג]]. צענדליגער טויזנטער לופט אפעראציעס זענען דורכגעפירט געווארן איבער צפון [[וויעטנאם]], דרום וויעטנאם, [[לאאס]] און [[קאמבאדיע]].<ref>https://www.airforce.com/history</ref>
די לופט אפעראציעס האבן איינגעשלאסן:
* סטראַטעגישע באמבאדירונגען.
* טאקטישע אנפאלן.
* שפיאנאזש.
* טראנספארט.
* לופט צו לופט קאמפן.
* ראטעווען אראפגעפאלענע פילאטן.
* עלעקטראנישע מלחמה.
די גרויסע באמבאדירונג אפעראציעס '''Rolling Thunder''' און '''Linebacker''' ווערן אנגעזען צווישן די גרעסטע לופט אפעראציעס פונעם קאלטן מלחמה תקופה.<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Air_Force</ref>
דער וויעטנאם קריג האט אויך ארויסגעברענגט נייע פראבלעמען פאר לופט קריג, אריינגערעכנט סאוועטישע לופט פארטיידיגונג מיסילן, מאדערנע [[ראדאר-סיסטעמען|ראדאר סיסטעמען]] און שטערקערע פיינטליכע לופט פארטיידיגונג. אלס רעזולטאט האט דער עיר פארס אנטוויקלט נייע עלעקטראנישע שטערונגס סיסטעמען, אנטי ראדאר וואפן און פארבעסערטע טאקטיקן.
== אנטוויקלונג פון נוקלעארע אפהאלטונג ==
א וויכטיגער טייל פונעם אמעריקאנער עיר פארס איז געווארן די נוקלעארע אויפהאלטונג. במשך פון דער קאלטער מלחמה האט דער עיר פארס פארוואלטעט צוויי פון די דריי הויפט טיילן פונעם אמעריקאנער '''נוקלעארע דרייעק'''.
די צוויי טיילן זענען:
* לאנגשטרעקיגע סטראַטעגישע באמבאדירער.
* אינטערקאנטינענטאל באליסטישע מיסילס (ICBM).
די דריטע טייל פונעם טרייאד ווערט געפירט דורך דער אמעריקאנער נעיווי דורך נוקלעארע [[סובמארין|סובמארינען]].<ref>https://www.congress.gov/crs_external_products/IF/HTML/IF12622.html</ref>
אין די [[1960ער]] יארן האט דער עיר פארס אויפגעשטעלט הונדערטער מיסיל באזעס איבער די פאראייניגטע שטאטן. די מיסילן זענען געווען שטענדיג גרייט ארויסצופליען אין פאל פון א נוקלעארער מלחמה.
== שפיאנאזש און ספעציעלע פליגער ==
במשך פון דער קאלטער מלחמה האט דער עיר פארס אויך אנטוויקלט גאר פארגעשריטענע שפיאנאזש פליגער.
צווישן די מערסט באקאנטע זענען געווען:
* '''[[U-2]]''' שפיאנאזש פליגער.
* '''[[SR-71 Blackbird]]''' סופער שנעלע שפיאנאזש פליגער.
די פליגער האבן געקענט פליען גאר הויך און גאר שנעל, און האבן געזאמלט מיליטערישע אינפארמאציע איבער פילע טיילן פון דער וועלט.<ref>https://www.airforce.com/history</ref>
דער עיר פארס האט אויך אנטוויקלט ערשטע מיליטערישע [[סאטעליט]] פראגראמען, [[ראדאר]] סיסטעמען און פריע ווארענונג נעצן צו אנטדעקן פיינטליכע פליגער און [[באליסטישע מיסיל|באליסטישע מיסילן]].
== ארגאניזאציע אין דער קאלטער מלחמה ==
אין יענע תקופה האט דער אמעריקאנער עיר פארס אויסגעבויט א ריזיגע ארגאניזאציע מיט פילע הויפט קאמאנדן.
די וויכטיגסטע האבן איינגעשלאסן:
* Strategic Air Command (SAC)
* Tactical Air Command (TAC)
* Military Airlift Command (MAC)
* Air Defense Command (ADC)
* Pacific Air Forces (PACAF)
* United States Air Forces in Europe (USAFE)
יעדע פון די קאמאנדן האט געהאט באזונדערע אחריות, און אונטער זיי זענען געווען צענדליגער נומערירטע עיר פארס, פליגלען, גרופעס און סקוואדראנען, וועלכע האבן אפערירט אויף באזעס איבער דער גאנצער וועלט.<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/Structure_of_the_United_States_Air_Force</ref>
== נאך דער קאלטער מלחמה ==
דער [[צוזאמענפאל פונעם סאוועטן פארבאנד|צוזאמענפאל]] פונעם [[סאוועטן פארבאנד]] אין [[1991]] האט געברענגט א פונדימענטאלע ענדערונג אין דער סטראַטעגיע פונעם אמעריקאנער עיר פארס. אנשטאט זיך צוצוגרייטן בעיקר פאר א גרויסער מלחמה קעגן א סופער מאכט, האט דער עיר פארס אנגעהויבן זיך צופאסן צו ראיאנאלע קאנפליקטן, שנעלע אינטערווענץ און געמיינזאמע אפעראציעס מיט אנדערע צווייגן פון די אמעריקאנער מיליטער.<ref>https://www.airforce.com/history</ref>
אין יענע תקופה זענען פילע עלטערע פליגער ארויסגענומען געווארן פון דינסט, בשעת נייע טעכנאלאגיעס ווי [[סטעלט-פליגער|סטעלט פליגער]], פינקטליכע אנפאל וואפן, [[סאטעליט-נאוויגאציע|סאטעליט נאוויגאציע]] און דיגיטאלע קאמאנד סיסטעמען זענען געווארן א הויפט טייל פונעם עיר פארס.
== אפעראציע מדבר שטורעם ==
די [[גאלף מלחמה]] פון [[1991]] ווערט געזען אלס איינע פון די ערשטע מאדערנער לופט מלחמה. אין '''[[אפעראציע מדבר שטורעם]]''' האט דער אמעריקאנער עיר פארס, צוזאמען מיט די לופט קרעפטן פון אנדערע אליאירטע לענדער, דורכגעפירט א גאר ברייטע לופט אטאקעס קעגן איראק.<ref>https://www.airforce.com/history</ref>
אין די ערשטע טעג פון דער מלחמה זענען הונדערטער מיליטערישע צילן אנגעגריפן געווארן כמעט גלייכצייטיג.
די לופט אפעראציעס האבן איינגעשלאסן:
* פארניכטן [[לופט פארטיידיגונג]].
* צעשטערן ראדאר סיסטעמען.
* אנפאלן אויף [[לופטפעלד|לופטפעלדער]].
* באמבאדירן [[מיליטערישע הויפטקווארטיר|מיליטערישע הויפטקווארטירן]].
* צעשטערן קאמוניקאציע נעטווארקן.
* אנפאלן אויף מיסיל באזעס.
* שטיצע פאר ערד איינהייטן.
די מלחמה האט אויך ברייט באקאנט געמאכט דעם '''[[F-117 Nighthawk]]''', דער ערשטער אפעראציאנעלער סטעלט קאמף פליגער, וועלכער האט געקענט דורכפירן אטאקעס אויף שווער באשיצטע צילן מיט גאר א קליינע מעגליכקייט צו ווערן אנטדעקט דורך [[ראדאר]].<ref>https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Air-Force</ref>
דער גרויסער ערפאלג פון די לופט אפעראציעס האט שטארק באאיינפלוסט מיליטערישע פלאנירונג איבער דער וועלט און האט געוויזן די וויכטיקייט פון פינקטליכע וואפן, אינפארמאציע און לופט הערשאפט.
== באלקאן אפעראציעס ==
אין די [[1990ער]] יארן האט דער אמעריקאנער עיר פארס זיך אויך באטייליגט אין אפעראציעס איבער דער [[באלקאן לענדער|באלקאן]] [[האלבאינזל]].
ער האט אנטיילגענומען אין:
* אויפהלטן נאנפליי זאנעס.
* לופט שפיאנאזש.
* באמבאדירונגען קעגן מיליטערישע צילן.
* שטיצע פאר [[נאט"א|נאטא]] אפעראציעס אין [[באסניע]].
* אפעראציעס אין [[קאסאווא]].
די אפעראציעס זענען דורכגעפירט געווארן אלס טייל פון נאטא באשלוסן צו אפשטעלן די קאמפן און באשיצן ציווילע באפעלקערונגען.<ref>https://www.airforce.com/history</ref>
== נאך די אנפאלן פון 11 סעפטעמבער 2001 ==
די טעראר אנפאלן פון [[11טן סעפטעמבער|11 סעפטעמבער]] [[2001]] האבן געעפנט א נייע תקופה אין דער געשיכטע פונעם אמעריקאנער עיר פארס.
אלס טייל פונעם '''מלחמה קעגן טעראר''' האט דער עיר פארס אנגעהויבן גרויסע אפעראציעס אין [[אפגאניסטאן]] און שפעטער אין [[איראק]].<ref>https://www.airforce.com/history</ref>
די הויפט אויפגאבן האבן אריינגענומען:
* לופט אנפאלן קעגן טעראר ארגאניזאציעס.
* שפיאנאזש.
* טראנספארט פון טרופן און עקוויפמענט.
* לופט אנפילן פון ברענשטאף פאר קאמף פליגער.
* מעדיצינישע עוואקיואציע.
* קאנטראל פון לופט רוים.
* ספעציעלע אפעראציעס.
אין יענע יארן איז אויך שטארק געוואקסן דער באנוץ פון [[דראונס]].
== דראונס ==
אנהייב דעם 21סטן יארהונדערט זענען דראונס געווארן א צענטראלער טייל פונעם אמעריקאנער עיר פארס.
די מערסט באקאנטע סיסטעמען זענען:
* [[MQ-1 Predator]]
* [[MQ-9 Reaper]]
די פליגער ווערן באנוצט פאר:
* שפיאנאזש.
* זאמלען אינפארמאציע.
* אבזערוואציע.
* אנפאלן אויף אויסגעקליבענע צילן.
* שטיצע פאר ערד איינהייטן.
זיי קענען אפערירן לאנגע שעות אן קיין פילאט אינעם פליגער און ווערן קאנטראלירט פון ווייטע קאמאנד צענטערן.<ref>https://www.airforce.com/history</ref>
== דער אמעריקאנער ספעיס פארס ==
אין דעצעמבער [[2019]] איז אויפגעשטעלט געווארן דער '''[[אמעריקאנער ספעיס פארס]]''' (United States Space Force), אלס א באזונדערער מיליטערישער צווייג אונטער דעם '''דעפארטמענט פון די עיר פארס'''.<ref>https://www.congress.gov/crs_external_products/IF/HTML/IF12622.html</ref>
כאטש דער ספעיס פארס איז א זעלבשטענדיקער סערוויס, בלייבן ביידע צווייגן אונטער דעם זעלבן ציווילן סעקרעטאר פון דער עיר פארס, און פילע אדמיניסטראטיווע און שטיצע סיסטעמען ווערן נאך אלץ צוזאמען געפירט.
די שאפונג פונעם ספעיס פארס האט אריבערגעפירט א טייל ספעיס פארבונדענע אויפגאבן פונעם עיר פארס צום נייעם צווייג, בשעת דער עיר פארס בלייבט ווייטער פאראנטווארטליך פאר לופט מלחמה און פילע אנדערע פארבונדענע אפעראציעס.
== ארגאניזאציע ==
דער אמעריקאנער עיר פארס ווערט געפירט דורך דעם '''סעקרעטאר פון דער עיר פארס''', א ציווילער באמטער וואס ווערט באשטימט דורך דעם פרעזידענט מיט דער באשטעטיגונג פונעם סענאט.<ref>https://www.congress.gov/crs_external_products/IF/HTML/IF12622.html</ref>
דער העכסטער מיליטערישער אפיציר איז דער '''Chief of Staff of the Air Force''', א פיר שטערנדיגער גענעראל, וועלכער איז דער הויפט מיליטערישער ראטגעבער אין אלע ענינים וואס באציען זיך צום עיר פארס.
אונטער דער הויפט פירערשאפט ווערט דער עיר פארס איינגעטיילט אין:
* הויפט קאמאנדן (Major Commands).
* נומערירטע עיר פארס.
* פליגלען (Wings).
* גרופעס.
* סקוואדראנען.
די סקוואדראן איז בדרך כלל די גרונט איינהייט פונעם עיר פארס, בשעת א פליגל פאראייניגט עטליכע גרופעס און טראגט די אחריות פאר אפעראציעס, אויפהאלט, שטיצע און אנדערע באדערפענישן.<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/Structure_of_the_United_States_Air_Force</ref>
די וויכטיגסטע הויפט קאמאנדן נעמען אריין:
* Air Combat Command.
* Air Mobility Command.
* Air Education and Training Command.
* Air Force Materiel Command.
* Air Force Special Operations Command.
* Air Force Reserve Command.
* Pacific Air Forces.
* United States Air Forces in Europe – Air Forces Africa.
== הויפט אויפגאבן ==
לויט דער אפיציעלער דעפיניציע פונעם אמעריקאנער עיר פארס זענען פאראן פינף הויפט אויפגאבן, וועלכע באשטימען די הויפט ריכטונגען פון זיינע אפעראציעס איבער דער וועלט.<ref>https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Air-Force</ref>
=== לופט הערשאפט ===
'''לופט הערשאפט''' (Air Superiority) מיינט דערגרייכן קאנטראל איבערן לופט רוים, כדי א פיינט זאל נישט קענען באנוצן זיינע פליגער אדער אנדערע לופט מיטלען.
צוליב לופט הערשאפט קענען אייגענע ערד טרופן, פלאט איינהייטן און לופט קרעפטן אפערירן מיט א פיל גרעסערער זיכערקייט. דער עיר פארס נוצט פאר דעם צוועק מאדערנע פייטער פליגער, ראדאר סיסטעמען, לופט צו לופט מיסילן און פארגעשריטענע קאמאנד סיסטעמען.
=== שפיאנאזש ===
די צווייטע הויפט אויפגאבע איז '''שפיאנאזש, אבזערוואציע און אינפארמאציע זאמלונג''' (Intelligence, Surveillance and Reconnaissance – ISR).
דער עיר פארס נוצט פליגער און דראונס, סאטעליטן, ראדאר סיסטעמען און אנדערע עלעקטראנישע מיטלען צו זאמלען אינפארמאציע איבער פיינטליכע באוועגונגען, וואפן סיסטעמען און אנדערע מיליטערישע צילן.<ref>https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Air-Force</ref>
די אינפארמאציע ווערט דערנאך אויסגעארבעט דורך ספעציעלע אינטעליגענץ איינהייטן און איבערגעגעבן פאר קאמאנדירן און באשלוס מאכער.
=== גלאבאלע טראנספארט ===
'''Rapid Global Mobility''' איז די מעגליכקייט שנעל אריבערצופירן זעלנער, עקוויפמענט, וואפן, הומעניטערישע הילף און אנדערע זאכן צו יעדן טייל פון דער וועלט.
דער עיר פארס פארמאגט א גרויסע פלאטע פון טראנספארט פליגער און לופט אנפיל פליגער, וועלכע ערמעגליכן דורכצופירן לאנגע פלי רייזעס אן אפשטעלן.
די אויפגאבע נעמט אויך אריין:
* טראנספארט פון מיליטערישע איינהייטן.
* אנפילן ברענשטאף אין די ליפטן פאר קאמף פליגער.
* מעדיצינישע עוואקואציע.
* הומעניטארע הילף.
* נאטור קאטאסטראפע הילף.
* אינטערנאציאנאלע שטיצע פאר אליאירטע לענדער.
=== גלאבאלע אנפאלן ===
די פערטע הויפט אויפגאבע איז '''Global Strike'''.
דער עיר פארס האלט אין גרייטשאפט ביידע געווענטליכע און נוקלעארע געווער, וועלכע קענען דערגרייכן ווייטע צילן איבער דער וועלט.
די אפעראציעס ווערן דורכגעפירט דורך:
* סטראַטעגישע באמבאדירער.
* קאמף פליגער.
* אינטערקאנטינענטאלע באליסטישע מיסילן.
* פינקטליכע לופט צו ערד וואפן.
א גרויסער טייל פון דער אמעריקאנער נוקלעארער אפהאלטונג באשטייט אויף די מעגליכקייט שנעל דורכצופירן אזעלכע אפעראציעס.<ref>https://www.congress.gov/crs_external_products/IF/HTML/IF12622.html</ref>
=== קאמאנד און קאנטראל ===
די פינפטע הויפט אויפגאבע איז '''Command and Control'''.
די אויפגאבע נעמט אריין:
* קאארדינירן אלע לופט אפעראציעס.
* קאארדינירן מיט אנדערע מיליטערישע צווייגן.
* קאנטראלירן קאמוניקאציע.
* צושטעלן אינפארמאציע פאר קאמאנדירן.
* פירן געמיינזאמע אפעראציעס מיט נאטא און אנדערע אליאירטע לענדער.
די פארגעשריטענע קאמוניקאציע נעטווארק ערמעגליכן דורכצופירן אפעראציעס כמעט איבער דער גאנצער וועלט אין רעאלער צייט.
== לופט פלאטע ==
דער אמעריקאנער עיר פארס פארמאגט די גרעסטע און מערסט פארגעשריטענע מיליטערישע פליגער פליט אין דער וועלט.<ref>https://www.congress.gov/crs_external_products/IF/HTML/IF12622.html</ref>
לויט אפיציעלע ציפערן האט דער עיר פארס געהאט אום 30 סעפטעמבער 2022 א סך הכל פון '''5,519''' פליגער.
די הויפט קאטעגאריעס זענען געווען:
* באמבאדירער – 141.
* פייטער און אנפאל פליגער – 2,214.
* העליקאפטערס – 192.
* ספעציעלע מיסיע פליגער – 504.
* ספעציעלע אפעראציעס – 143.
* לופט אנפיל פליגער – 498.
* טרענירונג פליגער – 1,180.
* טראנספארט פליגער – 647.<ref>https://www.congress.gov/crs_external_products/IF/HTML/IF12622.html</ref>
== וויכטיגע פליגער ==
צווישן די באקאנטסטע פליגער אינעם אמעריקאנער עיר פארס זענען:
=== פייטער פליגער ===
* [[F-15 Eagle]].
* F-15EX Eagle II.
* [[F-16 פייטינג פאלקאן|F-16 Fighting Falcon]].
* [[F-22 Raptor]].
* [[F-35 לייטנינג II|F-35A Lightning II]].
=== אטאקע פליגער ===
* [[A-10 Thunderbolt II]].
=== באמבאדירער ===
* [[B-1B Lancer]].
* B-2 Spirit.
* [[B-52 סטראטופארטרעס|B-52H Stratofortress]].
=== טראנספארט פליגער ===
* [[C-5 Galaxy]].
* [[C-17 Globemaster III]].
* [[C-130 Hercules]].
=== לופט אנפיל פליגער ===
* [[KC-46 Pegasus]].
* [[KC-135 Stratotanker]].
=== שפיאנאזש און ספעציעלע פליגער ===
* RC-135 Rivet Joint.
* E-3 Sentry.
* U-2 Dragon Lady.
* MQ-9 Reaper.
די פליגער דינען פאר גאר פארשידענע אפעראציעס, פון לופט הערשאפט און באמבאדירונגען ביז שפיאנאזש, טראנספארט און עלעקטראנישע מלחמה.<ref>https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Air-Force</ref>
== פערסאנאל ==
דער אמעריקאנער עיר פארס באשעפטיגט הונדערטער טויזנטער מענטשן.
לויט דעם פארגעשלאגענעם בודזשעט פאר יאר [[2025]] האט דער דעפארטמענט פון דער עיר פארס געבעטן א סך הכל פון:
* 504,500 מיליטערישע מיטגלידער.
* 183,100 ציווילע ארבעטער.<ref>https://www.congress.gov/crs_external_products/IF/HTML/IF12622.html</ref>
די צאל נעמט אריין אקטיווע דינסט, רעזערוויסטן, נאציאנאלע גארד און ציווילע ארבייטער וועלכע ארבעטן אין פארשידענע טעכנישע, וויסנשאפטליכע, אינזשענירונג און אדמיניסטראטיווע פעלדער.
== באזעס ==
דער אמעריקאנער עיר פארס אפערירט הונדערטער באזעס און אנדערע אינסטאלאציעס אין די פאראייניגטע שטאטן און אין פילע לענדער איבער דער וועלט.
די הויפטקווארטיר געפינט זיך אינעם '''[[פענטאגאן]]''' אין [[ארלינגטאן, ווירדזשיניע|ארלינגטאן]], [[ווירדזשיניע]].<ref>https://www.af.mil/About-Us/Fact-Sheets/Display/Article/104613/the-us-air-force/</ref>
אין אויסלאנד ווערן פילע אפעראציעס געפירט דורך:
* פאציפישע עיר פארס.
* United States Air Forces in Europe – Air Forces Africa.
די באזעס שפילן א וויכטיגע ראלע אין גלאבאלע אפעראציעס, טרענירונג, שפיאנאזש, הומעניטארע מיסיעס און אינטערנאציאנאלע קאאפעראציע.
== באדייט און השפעה ==
דער אמעריקאנער עיר פארס ווערט אנגעזען אלס איינע פון די מערסט איינפלוסרייכע לופט מיליטערן אין דער וועלט. זייט זיין גרינדונג האט ער געהאט א צענטראלע ראלע אין דער אנטוויקלונג פון מאדערנער לופט מלחמה, סטראטעגישע אפהאלטונג, לופט טראנספארט און מיליטערישע טעכנאלאגיע.<ref>https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Air_Force</ref>
זיינע אפעראציעס האבן איבער די יארן באאיינפלוסט מיליטערישע דאקטרינען אין פילע לענדער. אסאך לופט קרעפטן איבער דער וועלט האבן איבערגענומען ארגאניזירונג, טרענירונג און קאמף מעטאדן וועלכע זענען אנטוויקלט געווארן אינעם אמעריקאנער עיר פארס.
אויסער קאמף אויפגאבן נעמט דער עיר פארס אויך אנטייל אין הומאניטארע מיסיעס, נאטור קאטאסטראפע הילף, לופט רעטונג, מעדיצינישע עוואקואציע און טראנספארט פון הילפס מאטעריאלן קיין פילע טיילן פון דער וועלט.<ref>https://www.airforce.com/history</ref>
== טעכנאלאגישע אנטוויקלונגען ==
במשך פון זיין געשיכטע האט דער אמעריקאנער עיר פארס מיטגעארבעט ביי דער אנטוויקלונג פון א רייע וויכטיגע טעכנאלאגיעס.
די אנטוויקלונגען נעמען אריין:
* [[דזשעט מאטאר|דזשעט מאטארן]].
* [[סטעלט]] טעכנאלאגיע.
* פינקטליך געפירטע וואפן.
* פלי סיסטעמען.
* [[סאטעליט קאמוניקאציע]].
* גלאבאלע נאוויגאציע.
* דראונס.
* קינסטליכע אינטעליגענץ פאר מיליטערישע באנוץ.
* פארגעשריטענע ראדאר סיסטעמען.
* עלעקטראנישע מלחמה.
א גרויסער טייל פון די אנטוויקלונגען זענען שפעטער אויך גענוצט געווארן אין ציווילער פליגער, ספעיס פארשונג און אנדערע וויסנשאפטליכע פעלדער.<ref>https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/7/71/A_Concise_History_of_the_U.S._Air_Force.pdf</ref>
== מוזעאומען און היסטארישע אפהיטונג ==
דער אמעריקאנער עיר פארס האלט אויף א רייע מוזעאומען און היסטארישע צענטערן וועלכע באשעפטיגן זיך מיט דער אפהיטונג פון זיין געשיכטע, דאקומענטן, פליגער און אנדערע ארטיפאקטן.
דער גרעסטער פון זיי איז דער '''National Museum of the United States Air Force''' אין דעם שטאט [[דעיטאן, אהייא|דעיטאן]], [[אהייא]], וואו עס ווערן אויסגעשטעלט הונדערטער היסטארישע [[פליגער]], [[מיסל|מיסלען]], ספעיס מיטלען און אנדערע אויסשטעלונגען איבער דער אנטוויקלונג פון אמעריקאנער מיליטערישער פליגער.<ref>https://www.afhistory.af.mil/</ref>
די היסטארישע אפטיילונגען פונעם עיר פארס זאמלען אויך ארכיוון, פאטאגראפיעס, קארטעס און אפיציעלע באריכטן, וועלכע דינען אלס א וויכטיגע מקור פאר היסטארישע פארשונגען.
== קריטיק און מחלוקת ==
ווי פילע גרויסע מיליטערישע ארגאניזאציעס איז אויך דער אמעריקאנער עיר פארס געווען דער אונטערשטעל פון פארשידענע מחלוקת'ן און עפנטליכע דיסקוסיעס.
צווישן די הויפט נושאים געפינען זיך:
* די ווירקזאמקייט פון סטראַטעגישע באמבאדירונגען.
* ציווילע פארלוסטן ביי לופט אנפאלן.
* באנוץ פון אומבאמאנטע פליגער.
* די קאסטן פון נייערע וואפן סיסטעמען.
* דער צעטיילונג פון מיליטערישע בודזשעטן צווישן לופט, ים און ערד קרעפטן.
* דער באלאנס צווישן קאנווענציאנעלע און נוקלעארע אפהאלטונג.
מיליטערישע היסטאריקער און זיכערהייט עקספערטן האבן במשך פון די יארן פארשידענע מיינונגען איבער די פראגן. טייל האלטן אז לופט מאכט אליין קען נישט געווינען א מלחמה, בשעת אנדערע זעען אין לופט הערשאפט א נויטווענדיגן יסוד פאר יעדע מאדערנע מיליטערישע אפעראציע.<ref>https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Air-Force</ref>
{{אמעריקעמיל}}
== זעט אויך ==
* [[אמעריקאנער באוואפנטע קרעפטן]]
* [[אמעריקאנער ספעיס פארס]]
* [[דעפארטמענט פון דער עיר פארס]]
* [[פענטאגאן]]
* [[נאט"א|נאטא]]
== רעפערענצן ==
<references />
[[קאטעגאריע:אמעריקאנער מיליטער]]
[[קאטעגאריע:לופט קרעפטן]]
[[קאטעגאריע:פאראייניגטע שטאטן]]
[[קאטעגאריע:USA מיליטער]]
[[קאַטעגאָריע:מיליטערישע ארגאניזאציעס]]
[[קאַטעגאָריע:מיליטער פון די פאראייניגטע שטאטן]]
[[קאַטעגאָריע:מיליטער]]
8ihu2e709pyjeu0qtrh0qagtd10cajy
באַניצער רעדן:Revi C.
3
40249
601810
601805
2026-08-02T14:35:00Z
Pathoschild
529
global user pages ([[m:Synchbot|requested by Revi C.]])
601810
wikitext
text/x-wiki
__NOINDEX__<div class="mw-content-ltr" lang="en" dir="ltr">[[File:Revi logo (pink).png|thumb|center|<span style="color:red">PLEASE DO NOT LEAVE MESSAGE HERE!</span>]]
'''<span style="color:red"> BEFORE YOU BLOCK MY ACCOUNT: IF MY EDIT SUMMARY INCLUDE PREFIX </span>''(Script)''<span style="color:red">, DON'T BLOCK ME, JUST TELL ME TO SLOW DOWN AT COMMONS' TALK PAGE. IT IS AN AUTOMATED SCRIPT BEING USED ON COMMONS TO MOVE FILES.</span>'''
Instead, please leave your message following site:
<br />
[[File:Wikidata-logo-en.svg|45px|link=d:User talk:Revi C.]] [[d:User talk:Revi C.]] for Wikidata (Interwiki links) stuff <!--(I am {{int:Group-sysop}} there)-->
<br />
[[File:Commons-logo.svg|45px|link=commons:User talk:Revi C.]] [[commons:User talk:Revi C.]] for renaming stuff or [[User:CommonsDelinker|CommonsDelinker]] action (I am {{int:Group-sysop}} there)
<br />
[[File:Wikimedia Community Logo optimized.svg|45px|link=m:User talk:Revi C.]] [[meta:User talk:Revi C.]] for other stuff (User right notification, revert message, etc...)
Messages left on this page may be reverted or moved without any response.</div>
5b8qtz4dnjnrhc9ts3mku14m3gujbq8
סעינט ווינסענט
0
42087
601814
489173
2026-08-03T03:53:33Z
InternetArchiveBot
40859
Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.5
601814
wikitext
text/x-wiki
'''סעינט ווינסענט''' ([[ענגליש]]: St. Vincent) איז א [[2014]] אמעריקאנער [[קאמעדיע]] [[פילם]] וואו עס שפילן בּיל מאָרעי און מעליסע מעקאַרטי, פילמירט אין [[ניו יארק]].
מען האט עס צוערשט געוויזן ביים די 2014 טאראנטאו אינטערנאציאנאלע פילם פעסטיוואל וואו עס האט געווינען א מענטשן'ס אויסוואל אוואורד.
== געשיכטע ==
ווינסענט איז א רעטייערטער מלחמה וועטעראן וועלכע טרונקט און געמבלט.
ווען די שכנטע מעגי ציהט זיך אריין בשכנות און נויטיגט זיך אין א בעיבי'ס-היטער פאר איהר זוהן, נעמט ער עס אהן צו טוהן פאר געלט.
ער לערנט איהם אויס ווי אזוי זיך צו פארטיידיגן און קניפט אהן פריינדליכע באציאונגען מיט דאס קינד.
ווען דער טאטע, פון וועמען מעגי איז צוטיילט, ווערט געוואויר דערפון, האלט ער דאס אלס אומ'אחריות'דיג און פארבאט דאס קינד צו האבן קאנטאקט מיט איהם. אבער ווען די [[שולע]] מאכט א סעינט (קדוש) פארמעסט, טוהט אליווער דערקלערן אז ווינסענט איז זיין סעינט און היראו.
== שפילער ==
*
* [[מעליסע מעקארטי]] אלס די מאמע מעגי
*
== לינקען ==
* אפיציעלע וועבזייטל http://stvincentfilm.com/ {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20141111052100/http://stvincentfilm.com/ |date=2014-11-11 }}
* http://www.imdb.com/title/tt2170593/
* http://www.rottentomatoes.com/m/st_vincent/
* http://www.boxofficemojo.com/movies/?id=stvincent.htm
[[קאַטעגאָריע:פילמען]]
[[קאַטעגאָריע:קאמעדיע]]
[[קאַטעגאָריע:2014]]
[[קאטעגאריע:ניו יארק]]
[[קאַטעגאָריע:פאראייניגטע שטאטן]]
86lq3lmh3c20z62w1l6pnnsormp7ynf
באַניצער רעדן:-revi
3
54480
601812
596126
2026-08-02T15:47:26Z
Pathoschild
529
global user pages ([[m:Synchbot|requested by Revi C.]])
601812
wikitext
text/x-wiki
#REDIRECT [[User talk:Revi C.]]
o9z79lcc9a9pfmqmrod5w3eyk4q9i0o
באַניצער:-revi
2
54481
601811
596127
2026-08-02T15:12:07Z
Pathoschild
529
global user pages ([[m:Synchbot|requested by Revi C.]])
601811
wikitext
text/x-wiki
#REDIRECT [[User:Revi C.]]
88g0cv17whfgb1wkeh281mptujwtlut