װיקיפּעדיע
yiwiki
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98
MediaWiki 1.47.0-wmf.18
first-letter
מעדיע
באַזונדער
רעדן
באַניצער
באַניצער רעדן
װיקיפּעדיע
װיקיפּעדיע רעדן
טעקע
טעקע רעדן
מעדיעװיקי
מעדיעװיקי רעדן
מוסטער
מוסטער רעדן
הילף
הילף רעדן
קאַטעגאָריע
קאַטעגאָריע רעדן
פארטאל
פארטאל רעדן
TimedText
TimedText talk
יחידה
שיחת יחידה
אירוע
שיחת אירוע
מאנסי
0
2778
602518
600217
2026-09-02T15:13:29Z
Wwii study
3825
Fixed typo
602518
wikitext
text/x-wiki
{{יישוב
|סארט יישוב=העמלעט
|אמטשפראך נאמען = Monsey
|בילד = Monsey NY.png
|מדינה= {{פאן פאראייניגטע שטאטן}}
|אפטייל טיפ= [[שטאטן פון די פאראייניגטע שטאטן|שטאַט]]
|אפטייל נאמען= [[ניו יאָרק]]
|דיסטריקט= ראָקלאַנד קאַנטי
|קאארדינאטן = {{coord|41|7|10|N|74|3|57|W|region:US_type:city|display=inline,title}}
|באפעלקערונג=20,071
|שטח = 5.8}}
'''מאנסי''' ({{שפראך-en|Monsey}}) איז א העמלעט אין דער שטאט [[ראמאפא|ראַמאַפאָ]], [[ראַקלענד קאַונטי]], אין אָפּסטעיט [[ניו יאָרק]], פלאצירט צפון פֿון [[עירמאנט|ערמאנט]]; מזרח פֿון [[וויאלע, ניו יארק|וויאלע]]; דרום פֿון [[שיכון סקווירא]]; און מערב פֿון [[ספרינג וועלי|ספרינג וואלי]]. מאנסי איז א פֿרומע יידישע געגנט מיט 20,071 איינוואוינערס (2017). די דורכשניטלעכע עלטער פון דער באפעלקערונג איז 16.7. פינף און זעכציג פראצענט פון די איינוואוינערס זענען פארהייראט. איבער פערציג פראצענט פון די איינוואוינערס רעדן [[יידיש]] אלס [[מאמע לשון]].
== היסטאריע ==
דער געגנט איז ערשט געווארן באזעצט דורך דעם מאנסי שבט פון [[אינדיאנער]].
אין 1841 האט מען אויפגעשטעלט די מאנסי באן סטאנציע.
די ערשטע אידן וואס האבן זיך באזעצט אין מאנסי האבן געוואוינט הויפטזעכלעך אין דעם (היינטיגן) [[ספרינג וועלי|ספרינג וואלי]] געגנט, וואס האט זיך בעיקר באזירט אויף יוניאן ראד דארט ווי די [[פאפא (הויף)|פאפא]] מיידל שולע געפונט זיך היינט צו טאגס, און האט זיך געצויגן דורכן רט. 45 כמעט ביז [[ניו זשערסי]].
שפעטער ווען דארטן האבן זיך באזעצט אנדערע גרופעס און עס איז געווארן א ענגשאפט אין דירות האט זיך דער היימישער ציבור געצויגן אריבער דעם [[רוט 59]] ווי עס איז היינט די סאטמאר ת״ת און מיידל שולע קאמפלעקס, און די ערשטע שוהל וואס איז אויפגעבויעט געווארן ווען מען האט זיך דארטן באזעצט איז קהילת ישראל, אלד נייעק טורנפייק ביים ווינקל פון סאוט מעדיסאן וואס עקזיסטירט נאך ביז היינט טראץ דעם וואס מערסטנס אידן האבן זיך צעביסלעך אוועק געצויגן פון דארטן פאר א תקופה פון כמעט אכציג יאר, היינט האט זיך די חרדישע מאנסי אויצגעויגן אויף אלע זייטן אז ביידע אריגינאלע געגנטער זענען צוריק א טייל פונעם סענטער פון שטאט, און די געגנט וואס ווערט גערעכנט אלס דער צענטער און הארץ פון מאנסי איז דעמאלטס אין יענע יארן נאך געווען טייל פון א גרויסער זומפ וואס האט געהערט צו א געוויסע פארמער וואס האט געוואוינט אין א ביידל וואס איז געשטאנען אויף וואלטער דרייוו.
שפעטער ווען די [[ישיבה]] [[תורה ודעת]] האט געעפענט אין מאנסי א פיליאל מיטן נאמען [[בית מדרש עליון]] צוביסלעך האבן זיך אהינגעצויגן מער און מער יידישע משפחות, אבער טראצדעם, דער אויבנדערמאנטער שוהל קהילת ישראל גייט נאך אן ביזן היינטיגן טאג מיט מניינים שבת און אינדערוואכן, און אזוי אויך איז דא נאך עטליכע חרדישע [[בית מדרש|בתי מדרשים]] אין דער געגנט.
די ערשטע אידישע איינוואוינערס זענען געווען די תלמידים און איינגעשטעלטע אין [[בית מדרש עליון]], וואס איז געווען געפירט דורך ר' [[שרגא פייוול מענדלאוויטש]] זצ"ל דער לאנג יעריגער מנהל פון תורה ודעת ישיבה אין [[ברוקלין]]. הרב דוב בער גרינבוים, דער איידעם פון רבי פייוול וואס איז דערמאנט פריער האט געעפנט די שטאטישער תלמוד תורה און מיידל שולע "[[ישיבה ד'ספרינג וואלי]]".
מוצאי שבת מקץ [[ה'תש"ף]] איז פארגעקומען א [[חנוכה שטעכעריי אין פארשעי|שוידערליכע שטעכעריי אטאקע]] אין דעם הויז פון הרב [[חיים לייביש ראטענבערג]], קאסאנער רבי, בשעת ווען ער האט געצינדט חנוכה ליכט מיטן עולם.
== מוסדות החינוך ==
* אהבת שלום (סטאניסלאוו)
* אור תורה (מתיבתא)
* אמרי בינה
* אמרי שפר
* באר ישעי׳ ע״ש ר׳ ישעי׳ ב״ר משה מ׳קערעסטיר
* בית מדרש עליון
* בית מקרא
* בית דוד
* [[בית חינוך הישן|בית חינוך הישן]] (בנות חנה מלכה).
* בית רחל
* בית שפרה מרים
* בית שרגא
* בנות אלטא פיגא
* בעלזא
* דגל התורה (מאמר מרדכי)
* דרכי אבות דחסידי צאנז
* וויזניץ
* וויען נחלת עזריאל יהודא
* [[ישיבה אוו ספרינג וואלי]]
* [[ישיבה דמאנסי]]
* [[ישיבה רוממות התורה (זאבנער)]]
* מאור יצחק (וואקסמאן)
* מסורת אבות ([[נטורי קרתא]])
* שער אפרים
* תורת אמך
* [[ישיבת נועם אלימלך ליזעסק]]
* [[ישיבה תפארת מרדכי]] הרב [[מרדכי בעק]]
* [[ישיבת בית הלל]]
* ת״ת [[תשב״ר נחלת חיים]].
== ישיבות און קהילות ==
די גרעסטע חסידישע קהילות אין מאנסי זענען [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניץ]] אויף פיליס טערעס, און [[סאטמאר (הויף)|סאטמאר]] אויף מאנסי בולעווארד. די וויזשניצער קהלה וואוינט מערסטנס אין זייער אייגענעם שטעטל "[[כתר, ניו יארק|כתר ווילידזש]]" דרום פון מאנסי, וואס האט א בירגערמייסטער א וויזשניצער חסיד.
אנדערע חסידישע קהלות אין מאנסי זענען:
* [[אמונת ישראל]]
* [[אמשינאוו (הויף)|אמשינאוו (מיליקאווסקי)]].
* [[אש תמיד]], שטיינהארטער.
* [[בעלזא]], סענטראלע שול (מעיפל טעררעס)
** דיקעיטאר שטיבל
** מאריס שטיבל
* [[באבוב]]
* [[באיאן (הויף)|באיאן]]
* [[בארנוב (הויף)|בארנוב]]
* [[בית יהודי]] (נטורי קרתא)
* [[ברסלב]] ברכת הנחל, אלגעמיין מאנסי.
* ברסלב, פילפסון (טענט).
* ברסלב, ראקאוו.
* [[גער (הויף)|גור]]
* וויזניץ, צמח צדיק. (בני ברק).
* וויען אברכים
* וויען הרב מנחם פישער
* [[זוטשקא ארצה״ב]].
* [[זידיטשוב-פרעמיסלא]], הרב הערשל פיש.
* [[טאהש (הויף)|טאהש]]
* [[טאהש-מאנסי (משכנות לאביר יעקב|משכנות לאביר יעקב-טאהש מאנסי]]
* [[טאלמיטש]], הרב [[מרדכי דוב בעק]]
* [[ישעיה טווערסקי|טשערנאביל]] בארא פארק.
* [[סקווירא-מאנסי]], טווין עוו. אפצווייג פון [[סקווירא-פלעטבוש]].
* [[סקווירא]], סענטראלע שול ראומען
** פרענציס שטיבל
* [[סטאניסלאוו-מאנסי (הויף)|סטאניסלאוו]] תפארת ישראל.
* [[קארלין סטאלין|סטאלין]]
* [[פאפא (הויף)|פאפא]], צענטראל, סוזען.
** פאפא, סעדל ריווער
** פאפא ווידמען קאורט (בנין הת״ת)
** פאפא סאוט קאול
* [[קלויזענבורג]]
* [[תולדות אהרן]]
* [[יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש|ניקאלשבורג]]
* [[קאשוי (הויף)|קאשוי]].
דערצו איז דא נאך קהילות און רבנים און מאנסי ווי צום ביישפיל:
* [[אבני חשן]], הרב [[שמואל ניימאן]].
* [[אבני שלמה]] וואס האט אויפגעשטעלט רבי [[נתן יוסף מייזעלס]].
* אהל תורה, הרב [[שלמה יעקב יאזעפאוויטש]].
* אור חיים (שיינערס).
* אור מרדכי. עירמאנט. (האנגרי האלאו).
* באניא
* [[באראוו, קהל תולדות אלעזר]]
* בארדיטשוב, הרב אבראהאם.
* בארדיטשוב, הרב זיידענפעלד.
* [[בית המדרש לתורה]], הרב [[שמואל אביגדור פייוועלזאהן]].
* בית ישראל. [[נוסח ספרד]].
* בית תפלה. [[נוסח אשכנז]].
* [[דאמבראווא]] קהל בית ישכר בעריש.
* דעלאטין.
* טאשנאד, הרב בריסק.
* טשערקאס, עמק תפלה. הרב חיים יודא בעק.
* יאמפאלא, הרב ברוך מאסקאוויטש.
* כוונת הלב.
* לאיעוו-טשערנאביל.
* מאדא. הרב מנחם דוב בעק.
* מעיני הישועה. הרב מאיר יחיאל מיכל דייטש.
* מקדש דוד. נוסח אשכנז.
* מקור חיים, הרב יחזקאל דייטש.
* [[קהל עטרת צבי, נאפקאר|נאפקאר, קהל עטרת צבי]]
* [[נייטרא]]. תורת חמד
* [[סאלקא]] קהל יוצר אור, הרב יעקב ראטענבערג.
* סיקסא, הרב משה אליעזר בלום.
* עדעלין.
* פרעמישלאן, בנשיאות הרב [[יהושע לייפער]].
* קאלביסאוו. טייטלבוים
* קאלביסאוו. רובין.
* קאמאדע
* [[קהל אברכים]], הרב [[חיים פייוויל שנעעבאלג]].
* קהל חרדים טויבענפעלד.
* [[קהל יראים]], הרב [[יודא אליעזר יונגער]].
* קאשוי, נחלת מרדכי צבי.
* קראלי, מלבוש צבי. הרב שלמה לויפער.
* ריביטשיש.
* [[שינאווא (הויף)|שינאווע]]
* שערי חסד. אלימלך יחזקאל שרגא גאלד.
* ראדאשיץ, עקאו רידזש.
* [[ראדוויל]]
* תפארת גדלי׳
* [[חיים לייביש ראטענבערג|קאסאן פארשעי]]
* [[ביהמ״ד]] וכולל זכרון מנחם, רבי [[חיים פלאהר]]
* מכון להוראה
* ביהמ״ד וכולל אהל יעקב
עס איז פאראן דארט אויכעט צוויי באוואסטע ישיבות פאר [[בעל תשובה|בעלי תשובה]] - די ערשטע איז
* [[אור שמח]], וואו עס לערנען בחורים פון גאנץ אמעריקע און אויכעט פון [[אייראפע]], און די צווייטע איז
* [[אור ישראל]] - א ישיבה פאר [[ארץ ישראל|ארץ - ישראלדיגע]] בחורים (די מערהייט פון זיי זענען פון [[ספרדים|ספרדישן]] אפשטאם).
== אדמורי״ם ורבנים ==
=== החיים אתנו ===
* הרב [[ישראל דוד שלעזינגער]]
* הרה״צ רבי [[מרדכי שטיינער]]
=== נשמתם עדן ===
* הרה״ק [[חיים זאנוויל אבראמאוויטש]], ריבניצא (ליגט אויך אין מאנסי ביה״ח קהל תורת חיים וויזניץ.
* הרה״צ ר׳ מיכלע מנתני׳-זלאטשוב וואס האט סוף ימיו קובע געווען אין שטאט.
=== באערדיגט אין מאנסי ===
* הרב [[שמעלקע לייפער|שמואל שמעלקא לייפער]] [[חוסט (הויף)|מחוסט]] (הר שלום)
* אדמו״ר [[חי יצחק טווערסקי]] ראחמיסטריווקא (הר שלום, חלקת ראחמיסטריווקא).
* הרב [[אברהם יוסף ראזענבלום]], ראש ישיבת שערי יושר, (תורת חיים וויזניץ)
* אדמו״ר [[אליעזר זוסיא פארטוגאל]] מ[[סקולען]].
* אדמו״ר [[ישראל אברהם פארטוגאל]] מסקולען.
* אדמו״ר [[ישעיה יעקב פארטוגאל]] מסקולען.
* הרב [[שרגא פייוויש האגער]] מקאסוב, (תורת חיים וויזניץ).
== ציבור'ישע ארגאניזאציעס ==
'''ראקלאנד קאונטי דעוועלאפמענט קאונסיל''' (RCDC) ווערט אנגעפירט דורך ר' [[מענדל האפמאן]] הי"ו, און פארנעמט זיך מיט צושטעלן סאציאלע געברויכן פאר די איינוואוינער.
'''ראקלענד אפערטונעטי דיוועלעפמענט אסאושיעישען''' (RODA) ווערט אנגעפירט דורך "[[ כתר, ניו יארק|כתר]]" ווילעדזש, און פארנעמט זיך מיטן צושטעלן סאציאלע געברויכן, בעיקר פאר די עלטערע איינוואוינער.
== כוללים און בתי דינים ==
* [[כולל זכרון מנחם|כולל ובית דין זכרון מנחם]] ע״י רבי [[חיים פלאהר]].
* כולל ובי״ד [[מכון להוראה|מכון להוראה]]
* וואקסמאן כולל
* כולל חפץ חיים (לבית זאקס)
* לאנדעסמאן
== וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס ==
* [[ביקור חולים דראקלענד קאונטי|ביקור חולים ד׳ראקלענד קאונטי]]
* [[קופת עזרא]]
* [[תומכי שבת]]
* גמ״ח קרן החסד (מיסקי)
== בתי חיים ==
* מאנסי בית החיים
* קהל תורת חיים [[וויזניץ מאנסי|וויזניץ]]
* [[הר שלום]]
== א באזוך אין מאנסי ==
פאר א באזוכער זענען דא פיל פארוויילונגען, געשעפטן, האטעלן, און בתי מדרשים, צוצושטעלן פאר יעדן גרויס און קליין. כאפט א שפאציר אין די וועלדל פון '''ווייאלע פארק''' פאר א פארברענג מיט די נאטור. באזוכט די הערליכע בתי מדרשים, און פארברענגט א טאג אין לערנען צווישן די תלמידים פון בית מדרש עליון אדער ישיבה ד'מאנסי.
=== געשעפטן ===
פין די באוויסטע געשעפטן אין מאנסי זענען:
* [[ראקלענד קאשער]] וואו סאיז דא צו באקומען מכל מילי דמיטב.
* מאטיס (געוועזענע קליינס פרוכט און גרינס)
* עווערגרין פארמאגט צוויי לאקאציעס
** עווערגרין 59 אויפן פלאץ פון די געוועזענע פעטמארק
** עווערגרין אפטאון אויפן רט 202 ווי עס איז געווען אמאל א [[גרענד יוניאן]]
* [[בינגא]] געפונט זיך מער ביים ווינקל פון מאנסי אויף ספרינג וואלי מארקעט פלעיס ביים עקזיט 14 פון [[נוי יארק סטעיט טרו-וועי]].
=== פארוויילונגס ערטער===
* וויאיאלע פארק
* בלאוועלט רד פארק
* ווילאו טרי פארק
[[קאטעגאריע:ניו יארק]]
[[קאטעגאריע:מאנסי|*]]
[[קאטעגאריע:אידישע יישובים]]
{{פרומע אידישע געגנטן}}
[[קאַטעגאָריע:ראקלענד קאונטי]]
ogwdfeh98t9dcjjenmeyw60aybch1e0
קאוואטשהאז
0
30510
602520
526037
2026-09-02T19:57:54Z
Menseg
62495
602520
wikitext
text/x-wiki
{{יתום}}{{באצירק}}[[טעקע:Mezőkovácsháza légifotó.jpg|קליין|250px|קאוואטשהאז פון דער לופט]]
'''קאַוואַטשהאַז''' ({{שפראך-hu|Mezőkovácsháza}}) איז א קליין [[שטעטל]] אין דעם [[בעקעש]] [[געביט]], [[אונגארן|אונגארן.]] איינע פון די נאנטע שטעטלעך איז [[פעהעד-יארמוט]]. און איז דער מערסט באוואוינטע שטאט אין די געגנט
דער שטעטל האט באקומען שטאט רעכטן אין [[1986]] אין [[1969]] איז אויך א נאנטער דארף אנעקסירט געווארן צו דער שטאט.
[[טעקע:Second_World_War_memorial_Mezőkovácsháza.jpg|שמאל|ממוזער|267x267 פיקסעל|אנדענקמאל פאר די צווייטע וועלט מלחמה]]
== געאגראפיע ==
די שטעטל געפינט זיך אויפ'ן טשאנאדער בארג־קייט, נאנט צום גרעניץ מיט [[רומעניע]], און לעבן דעם [[מאראש (טייך)|מאראש טייך]], אין דעם טייל וואו דער טייך פארטיילט זיך. זי געפינט זיך בערך 45 קילאמעטער דרום פון [[בעקשטשאבא]]. דער רומענישער גרעניץ געפינט זיך בערך 20 קילאמעטער פון דער שטאט.
די שטאט פארנעמט א שטח פון 62.59 קוואדראט קילאמעטער (24.17 קוואדראט מייל), און האט געהאט א באפעלקערונג פון 6,945 איינוואוינער לויט'ן צענזוס פון 2002
== נאמען ==
דער נאמען פון דער שטעטל שטאמט לויט דער טראדיציאנעלער מיינונג פון די וואפן שמיד פון [[יאנאש הוניאדי]]. דאס ווארט "קובאץ", וואס מיינט "שמיד" אויף אונגאריש, איז לויט לינגוויסטן אפשטאמיג פון א פערזענלעכן נאמען. וויבאלד דער נאמען איז צום ערשטן מאל דערמאנט געווארן אין [[1463]] אלס ''Kowachaza'', אין א תקופה ווען די משפחה־נעמען זענען נאך געווען אין אנטוויקלונג, איז עס מעגליך אז דער מענטש וואס האט געהייסן קובאץ איז טאקע געווען א בעל מלאכה אין דעם פאך.
== היסטאריע ==
דער שטעטל און זיינע אומגעגנט זענען שוין געווען באוואוינט אין אלטע צייטן. זיין היסטאריע גייט צוריק ביז דער [[7טער י"ה|7טער יארהונדערט]] פון דער אווארישער תקופה. דער אלטער שטעטל, וואס איז געווען באוואוינט אין דער אווארישער תקופה און שפעטער אין דער תקופה פון דער באזעצונג פון די מאגיארישע שבטים, איז צום ערשטן מאל חרוב געווארן בעת דער [[מאנגאלישע אינוואזיע אין אייראפע|מאנגאלישער אינוואזיע אין אייראפע]].
אין דער צווייטער העלפט פונעם [[15טן יארהונדערט]], אין יאר [[1463]], האט דער ווידער באזעצטער שטעטל באקומען דעם סטאטוס פון א מארקשטעטל פון מאטיאש דער ערשטער, קעניג פון אונגארן. דאס בליענדע מארקשטעטל האט אנגעהויבן זיך צו צופאלן אין [[1552]], בעת די קאמף קעגן די [[טערקיי|טערקן]]. נאך דעם ארויסטרייבן פון די טערקן איז די גאנצע געגנט געווארן ליידיג און פארלאזט. אין יענע תקופה איז דאס געגנט געווארן פארמעגן פון דעם לאנד, וועלכע איז לויט די כללים פון יענער תקופה פארדינגען געווארן פאר פארשידענע אנוואוינער.
אין יענער תקופה איז דער הויפט דינגער געווען א משפחה מיטן נאמען ביטא, וועלכע האט געברענגט אונגארישע און [[סלאוואקיי|סלאוואקן]] פון צפון אונגארן. זיי האבן אויפגעשטעלט דעם שטעטל אלס א גערטנער־געגנט פארן וואקסן [[טאבאק]]. דער אלטער שטעטל איז ביז'ן היינטיגן טאג דער יסוד פונעם היינטיגן שטעטל.
== די היסטאריע פון די אידן פונעם שטעטל ==
עס האבן בשעת דעם קריג געוואוינט דארטן 80 משפחות וואס זיי ווערן אויסגערעכנט אין דעם ספר נטיעות אדר וואס איז איבערגעדרוקט געווארן דורכן זון פונעם רב אין יאר תשס"ט.
אין [[1944]] זענען 420 אידן פון דעם שטעטל פארטריבן געווארן אין [[פארניכטונגס לאגערן]], וואו רוב פון זיי זענען אומגעברענגט געווארן.אין [[1835]] האבן געוואוינט אין קאוואטשהאז בלויז 4 אידישע משפחות. אין [[1870]] זענען געווען 54 אידן, און אין [[1880]] האבן געוואוינט אינעם דארף 92 אידן, וואס האבן אויסגעמאכט 2.5 פראצענט פון דער באפעלקערונג. די [[חברה קדישא]] פונעם ארט איז געגרינדעט געווארן אין [[1895]], און אין [[1912]] איז געבויט געווארן א [[בית המדרש|בית־כנסת]] מיט א [[מקוה]] און א רבינ'ס הויז.
די מיטגלידער פון דער קהילה האבן געשפילט א וויכטיגע ראלע אין דעם ארטיגן האנדל. אנדערש ווי דער נאציאנאלער טרענד, איז די צאל אידן אין דעם ארט געוואקסן אין דער תקופה פון [[מיקלוש הורטי]]. אין [[1941]] זענען אין דעם שטעטל געציילט געווארן 391 אידן, וואס האבן אויסגעמאכט 6.5 פראצענט פון דער באפעלקערונג.
אין [[1944]] זענען די אידן פונעם ארט צוזאמענגעשטעלט געווארן אין א געטא, און פון [[15טן מיי|15טן מאי]] זענען זיי פארשפארט געווארן אין דער געגנט פון א פערד פארם. אויך די אידן פון צוויי נאענטע דערפער זענען דארט צוזאמענגעשטעלט און פארשפארט געווארן. דעם [[17טן יוני]] זענען די אידן פון דארט אריבערגעפירט געווארן קיין [[בעקשטשאבא]].
דערנאך זענען זיי פארטריבן געווארן אין ארבעטסלאגערן אין [[נאצי דייטשלאנד|דייטשלאנד]] און אין [[פארניכטונגס לאגערן]]. רוב פון זיי זענען פארטריבן געווארן קיין [[אוישוויץ]], וואו זיי זענען אומגעברענגט געווארן.
מען שאצט אז מער ווי 300 מענטשן פון דער קהילה זענען אומגעקומען. נאך [[1945]] האט זיך די קהילה ווידער אויפגעשטעלט דורך די איבערלעבער פון דער [[חורבן אייראפע|חורבן]]. אין [[1949]] זענען נאך 108 אידן געבליבן אינעם שטעטל. שפעטער איז דער רוב פון דער קהילה אוועקגעגאנגען פון אונגארן. דער בית־כנסת, וואס האט שוין נישט געהאט קיין מנין, איז חרוב געמאכט געווארן אין [[1974]].
דער לעצטער [[רב]] דארטן איז געווען הרב אהרן דוד רובינשטיין הי"ד.
פון די חשובע משפחות פון שטאט איז געווען ר' פנחס גלויבער.
ביי טייל עלטערע אידן פון אונגארן ווערט דאס שטעטל אנגערופן "קאוואכאסע".
[[קאטעגאריע:שטעטלעך אין אונגארן]]
[[קאטעגאריע:אידישע יישובים אין אייראפע]]
== דרויסנדיגע לינקס ==
* [http://www.mezokovacshaza.hu דער וועבזייטל פון דער שטאטישער רעגירונג]
* [http://www.mkhazasporthorgasz.hu דער וועבזייטל פון דער פישעריי פארבאנד]
* [http://utazom.com/vendegvaro/mezokovacshaza קאוואטשהאז אויף ceļom.com]
* [http://www.gyaloglo.hu/telep.cgi?t=1851 טיילט]
* [http://terkepkalauz.hu/index.php?option=com_content&task=view&id=331&Itemid=99999999 מאפ־גייד — קאוואטשהאז]
* [http://mezokovacshaza.lap.hu/ Mezőkovácsháza.lap.hu — זאמלונג פון לינקס]
{{רעפערענצן}}
hk5zpv1i57j6t4eii1y12jqjsn3hpl6
פילזען
0
31206
602519
461057
2026-09-02T16:25:25Z
Menseg
62495
602519
wikitext
text/x-wiki
{{באצירק}}
'''פילזען''' איז א [[שטאט]] אין מערב [[בעהמען]] אין [[טשעכיי]], 145 ק"מ פון [[פראג]].
די שטאט איז באקאנט פאר איר פילזענער [[ביר]].
== היסטאריע ==
דער [[שלאס]] אין פילזען ווערט דערמאנט אין יאר [[946]].
[[קאטעגאריע:טשעכיי]]
rwpw6jeqekbr4wjif567c9lwdz22lyv
סעגעד
0
39199
602522
542469
2026-09-02T22:31:13Z
Menseg
62495
602522
wikitext
text/x-wiki
{{יישוב
|נאמען=
|סארט יישוב=שטאָט
|אמטשפראך נאמען=Szeged
|הערב= HUN Szeged Címer.svg
|פאן=Flag of Szeged.svg
|בילד=Tisza-szeged1.jpg
|באשרייבונג= בריק איבערן [[טייס]] אין סעגעד
|מדינה={{פאן אונגארן}}
|אפטייל טיפ=
|אפטייל נאמען=
|געביט= [[דרום גרויסער פלוין]]
|ראיאן=[[טשאנגראדער קאנט]]
|דיסטריקט=
|בירגערמייסטער= לאסלא באטקא
|גובערנאטאר=
|טיפ אונטעראפטייל=
|דיסטריקטן אין ראיאן=
|שטעט אין ראיאן=
|ראיאן הויפטשטאט=
|מוטערשטאט=
|אפיציעלע שפראך=
|שטח= 280.84
|הייך=
|גרינדונג דאטע=
|באפעלקערונג=170,052
|באפעלקערונג יאר=2012
|באפעלקערונג הערה=
|מטרופולין=
|הערת מטרופולין=
|צפיפות= 605.51
|קאארדינאטן={{coord|46.255|N|20.145|E|format=dms|display=inline,title|region:HU_type:city}}
|צייט זאנע=+1
|אתר אינטרנט= <div dir=ltr>http://www.szegedvaros.hu/</div>
|מאפע=
|פרטימדיקע מאפע=
|סטאטיסטיק=
}}
'''סעגעד''' ({{שפראך-hu|Szeged}}; {{שפראך-de|Szegedin}}; {{שפראך-ro|Seghedin}}; {{שפראך-hr|Segedin}}; {{שפראך-sr|Segedin, Сегедин}}) איז [[ליסטע פון שטעט אין אונגארן|די דריטע גרעסטע שטאט]] אין [[אונגארן]] (נאך [[בודאפעשט]] און [[דעברעצין]]), די גרעסטע שטאט און דער געביט־צענטער פונעם [[דרום גרויססער פלוין|דרום גרויסן פלוין]] און די [[קאנטשטאט]] פון [[טשאנגראדער קאנט|טשאנגראד]].
דער [[אוניווערסיטעט פון סעגעד]] איז איינער פון די חשובסטע אוניווערסיטעטן אין אונגארן.
סעגעד באדעקט א שטח פון 280.84 קוואדראט ק"מ, און האט א באפעלקערונג פון 170,052 מענטשן (2012).
אין [[2021]] האבן געוואוינט אין דער שטאט 159,074 איינוואוינער
==געאגראפיע==
סעגעד ליגט נישט ווייט פונעם דרום גרענעץ פון [[אונגארן]], אויף ביידע ברעגן פונעם [[טייס]] ביים מויל פונעם [[מאראש]] טייך. כמעט אינמיטן פון דער [[קארפאטן לאנד|קארפאטן בעקן]]. די אונגאריש־סערבישע גרענעץ געפינט זיך גלייך אינדרויסן פון דער שטאט.
דער קלימאט איז קאלט אין ווינטער, ווארעם אין זומער, מיט ווייניג רעגן.
די זון שיינט א סך שעה'ן אין יאר, דעריבער רויפט מען סעגעד "די שטאט פון זון".
אין [[2021]] האבן געוואוינט אין דער שטאט 159,074 איינוואוינער.
== היסטאריע ==
די געגנט איז שוין געווען באוואוינט אין אלטע צייטן. דער [[אסטראנאם]] קְלָאוּדִיוֹס פְּתוֹלֶמָאיוֹס, וועלכער האט געלעבט אין [[2טן יארהונדערט]] נאך דער ציווילער ציילונג, דערמאנט די שטאט אונטערן נאמען ''Partiscum'' ([[אוראלט גריכיש]]: Πάρτισκον<ref>Klaudios Ptolemaios. Handbuch der Geographie. Griechisch-Deutsch. Herausgegeben von Alfred Stückelberger und Gerd Graßhoff. Schwabe Verlag Basel. 2006, p. 310-311</ref>) אלס א באפעסטיגטע האנדל־סטאנציע אויף אן אינזל אינעם טיסע טייך.
''עס איז מעגליך אז [[אטילא דער הונ|אטילא]], דער קעניג פון די [[הונען]], האט געהאט זיין זיץ ערגעץ אין דעם געגנט.''
''דער נאמען סעגעד איז צום ערשטן מאל דערמאנט געווארן אין 1183, אין א דאקומענט פון קעניג [[בעלא דער דריטער פון אונגארן|בעלא דער דריטער]].''
אין דעם 2טן יארהונדערט איז אויפגעשטעלט געווארן א [[רוימישע אימפעריע|רוימישע]] האנדלס פאסט אויף אן אינזל אינעם [[טיסא טייך]], און די יסודות פון סעגעד שלאס ווייזן אז די געביידע קען זיין געבויט געווארן איבער אן נאך עלטערן פארט. היינט איז נאר איין ווינקל פונעם שלאס נאך געבליבן שטיין.<ref>Szeged by Dr. Trogmayer Ottó</ref>
ביים [[מאנגאלישער אינוואזיע אין אייראפע|מאנגאלישער אינוואזיע]] איז די שטאט חרוב געווארן און אירע איינוואוינער זענען אנטלאפן אין די נאענטע זומפן, אבער זיי זענען באלד צוריקגעקומען און ווידער אויפגעבויט די שטאט. אין דעם 14טן יארהונדערט, אונטער דער הערשאפט פון [[לאיאש דער גרויסער פון אונגארן|לאיאש דער גרויסער]], איז סעגעד געווארן די וויכטיגסטע שטאט פון דרום אונגארן, און ווען דער אטאמאנישער מיליטערישער גרענעץ איז געווארן נענטער צו אונגארן איז די סטראטעגישע וויכטיגקייט פון סעגעד געוואקסן. קעניג [[זיגמונד פון לוקסעמבורג]] האט אויפגעשטעלט א מויער.
אין [[14טער י"ה|14טן יארהונדערט]], אין דער תקופה פון [[לאיאש דער ערשטער, קעניג פון אונגארן|לאיאש דער ערשטער]], איז סעגעד געווארן די גרעסטע און וויכטיגסטע שטאט אין דרום אונגארן און א וויכטיגע סטראטעגישע פעסטונג קעגן דער [[אטאמאנישע אימפעריע|אטאמאנישער אימפעריע]]. אין [[1498]] האט [[מאקסימיליאן דער ערשטער, הייליגער רוימישער קייסער|מאקסימיליאן דער ערשטער]] איר דערקלערט אלס א פרייע קעניגליכע שטאט, דאס הייסט א שטאט מיט א געוויסער [[אויטאנאמיע]].
סעגעד איז צום ערשטן מאל בארויבט געווארן דורך דעם מיליטער פון דער אטאמאנישער אימפעריע דעם 28סטן סעפטעמבער 1526, אבער איז ערשט אין 1543 איינגענומען געווארן דורך די [[אטאמאנישע אימפעריע|אטאמאנען]], נאכדעם וואס זי האט זיך געהאלטן פאר עטליכע חדשים קעגן א בלאקאדע.
אונטער דער אטאמאנישער הערשאפט פון [[סוליימאן דער פראכטפולער]] איז די שטאט געווארן די הויפטשטאט פון א [[סאנדזשאק]] (א אַדמיניסטראטיווע טייל פון דער אטאמאנישער אימפעריע)
דעם [[23סטן אקטאבער]] [[1686]] איז סעגעד באפרייט געווארן פון דער אטאמאנישער הערשאפט און צוריקגעקומען צו איר סטאטוס אלס פרייע שטאט אין דער האבסבורג־אונגארישער קעניגרייך ביז [[1715]].
אין 1719 האט סעגעד באקומען איר [[הערב]] (וואס ווערט נאך היינט גענוצט) פון [[קארל דער זעקסטער, הייליגער רוימישער קייסער|קארל דער דריטער]].
אין 1720 האט די עטנישע [[אונגארן|אונגארישע]] באפעלקערונג פון דער שטאט געציילט בערך 13,000 ביז 16,000 מענטשן, בשעת די צאל [[סערביע|סערבישע]] איינוואוינער איז געווען 1,300.<ref>Ádám Fejér, Magyarok és szlávok. (Konferencia, Szeged, 1991. május 30-31). Szerk. Fejér Ádám, H. Tóth Imre stb. (Kiad. a JATE Szláv Filológiai Tansz.), József Attila Tudományegyetem, 1993, p. 262, {{ISBN|9789634819929}}</ref>
דער ערשטער דרוקעריי איז אויפגעשטעלט געווארן אין 1801, און די אלטע שטאטראט געביידע און דער ציווילער שפיטאל זענען אויפגעבויט געווארן בערך אין דער זעלבער צייט.<ref>{{Cite book|last=Farkas|first=József|title=Szeged Története 2 1686-1849|date=1985|pages=699|language=Hungarian}}</ref>
סעגעד איז באקאנט אלס דער היים פון [[פאפריקע|פאפריקא]], א געווירץ וואס ווערט געמאכט פון געטריקנטע און פארמאלאנע [[קאפזיקום]] פרוכטן. פאפריקא איז אנגעקומען קיין אונגארן אין דער צווייטער העלפט פונעם 16טן יארהונדערט אלס א דעקאראטיווע פלאנץ. בערך 100 יאר שפעטער איז די פלאנץ געווארן קולטיווירט אלס א קרויט־צוגאב, און די פאפריקא ווי מיר קענען זי היינט.<ref name="paprika">{{Cite web|url=http://www.vickery.tv/acatalog/Paprika.html|archive-url=https://web.archive.org/web/20090728021200/http://www.vickery.tv/acatalog/Paprika.html|url-status=dead|archive-date=28 July 2009|title=Vickery TV Paprika (Hungary)|date=28 July 2009}}</ref>
די באן האט דערגרייכט די שטאט אין 1854, און די שטאט האט אין 1860 צוריק באקומען איר סטאטוס פון א פרייע קעניגליכע שטאט. מארק פיק'ס געשעפט – דער פארגייער פון דער היינטיגער [[Pick Szeged]] סאלאמי פאבריק – איז געעפנט געווארן אין 1869.
אין דער תקופה פון דער [[אונגארישע רעוואלוציע פון 1848|רעוואלוציע פון 1848]] האט סעגעד באקומען א וויכטיגע ראלע. דער רעוואלוציע־פירער [[לאיאש קושוט]] האט דארט געהאלטן איינס פון זיינע וויכטיגסטע רעדעס, און די שטאט איז געווען דער לעצטער זיץ פון דער רעוואלוציאנערער רעגירונג ביז יולי [[1849]]. די [[האפסבורגער הויז|האפסבורגער]] הערשער האבן באשטראפט די פירער פון דער שטאט, די אנקום פון דער [[באן|באן־ליניע]] אין [[1854]] און דאס צוריקגעבן דעם סטאטוס פון א פרייע שטאט אין [[1860]] האבן אנגעצייכנט א נייע תקופה אין דער אנטוויקלונג פון דער שטאט.
די שטאט האט זיך שטארק אנטוויקלט, געצויגן נייע איינוואוינער, אריינגערעכנט א גרויסע צאל אידן, און עס זענען געעפנט געווארן קולטורעלע אינסטיטוציעס און אינדוסטריעלע פאבריקן. צווישן די וויכטיגסטע פאבריקן איז געווען דער [[פיק סעגעד]] פאבריק, א סאלאמי פאבריק, וואס איז געווארן איינע פון די גרעסטע ארבעטגעבער אין דער געגנט.
היינט האט דער אינערשטאט פון סעגעד ברייטע עוועניוס. דאס איז בעיקר צוליב דער גרויסער פארפלייצונג פון 1879, וואס האט כמעט אינגאנצן פארניכטעט די שטאט (נאר 265 פון די 5,723 הייזער זענען געבליבן שטיין און 165 מענטשן זענען אומגעקומען). קייסער [[פראנץ יאזעף]] האט באזוכט די שטאט און צוגעזאגט אז "סעגעד וועט זיין שענער ווי אמאל". ער האט געהאלטן זיין צוזאג, און אין די קומענדיגע יארן איז א נייע, מאדערנע שטאט אויפגעקומען פון די חורבות, מיט פאלאצן און ברייטע גאסן.
[[טעקע:Szeged,_Dugonics_tér_a_nagyárvízkor,_szemben_a_Kálvária-sugárút._Fortepan_15599.jpg|לינקס|קליין|סעגעד בעת דעם פארפלייצונג פון 1879]]
אין [[1872]] איז געעפנט געווארן די [[אוניווערסיטעט פון סעגעד]], און אין [[1882]] איז אויפעשטעלט געווארן דער געביידע פונעם [[נאציאנאלער טעאטער פון סעגעד|נאציאנאלן טעאטער פון סעגעד]]. אין [[1907]] איז געגרינדעט געווארן דער נייער בית המדרש פון סעגעד, דער צווייטער גרעסטער בית המדרש אין אונגארן.[[טעקע:Szeged New Syna.jpg|קליין|די נייע שול אין סעגעד (געבויט תרס"ב)]]
=== 20סטן יארהונדערט ===
נאך דער [[ערשטער וועלט מלחמה]] האט אונגארן פארלוירן טיילן פון איר דרום לטובת [[רומעניע]] און [[סערביע]], און סעגעד איז געווארן א גרעניץ־שטאט. נאך א תקופה פון ירידה זענען פארשידענע אונגארישע אינסטיטוציעס וואס זענען פריער געווען אין [[טעמעשוואר]], וועלכע איז איבערגעגעבן געווארן צו רומעניע, אריבערגעפירט געווארן קיין סעגעד. דער אוניווערסיטעט איז אין [[1921]] פאראייניגט געווארן מיטן אוניווערסיטעט פון סעגעד, און אויך דער זיץ פון דעם בישאף איז אריבערגעפירט געווארן אהין.
די שטאט איז אין 1919 פאר א קורצע צייט איינגענומען געווארן דורך דער רומענישער ארמיי בעת דער [[אונגאריש רומענישער קריג פון 1919|אונגאריש רומענישער קריג]]. זי איז אויך געווארן א צענטער פאר רעכטע כוחות, וועלכע האבן שפעטער אויפגעשטעלט [[מיקלאש הארטי]] אלס דער נייער פירער פון לאנד נאך דעם אראפווארפן פון דער [[אונגארישע סאוועט רעפובליק]].<ref>{{Cite book|url=https://www.cambridge.org/core/product/identifier/9781316137024/type/book|title=The Cambridge History of Communism|date=2017-09-21|volume=1|publisher=Cambridge University Press|isbn=978-1-316-13702-4|editor-last=Pons|editor-first=Silvio|edition=1|doi=10.1017/9781316137024|editor-last2=Smith|editor-first2=Stephen A.}}</ref> אין די 1920ער יארן איז די אידישע באפעלקערונג פון סעגעד געוואקסן און דערגרייכט איר העכסטן שטאפל.
אין דער [[צווייטע וועלט מלחמה|צווייטער וועלט מלחמה]] איז די שטאט איינגענומען געווארן דורך דער [[ווערמאכט]] דעם [[19טן מערץ]] [[1944]]. אין די קאמפן אין און ארום דער שטאט זענען אומגעקומען בערך 6,000 מענטשן. די גרויסע אידישע קהילה, וואס האט געציילט בערך 4,000 מענטשן און איז געווען ארום 3 פראצענט פון דער שטאט'ס באפעלקערונג, איז אויך געשיקט געווארן צו איר פארניכטונג. די שטאט איז איינגענומען געווארן דורך דער [[רויטער ארמיי]] אין סוף [[1944]].
[[טעקע:KassVigadóKJ.jpg|קליין|א פאסטקארטל פון די פריע 20סטע יארן פון יארהונדערט]]
[[טעקע:Szeged_pályaudvar.JPG|קליין|סעגעד באן סטאנציע]]
אין [[1965]] איז אנטדעקט געווארן אויל אין דער אומגעגנט פון דער שטאט.
== אידישע קהילה ==
די ערשטע אידן זענען אנגעקומען אין דער שטאט אין דער תקופה פון דער אטאמאנישער אייננעמונג, און זענען שפעטער פארטריבן געווארן נאך דעם ענדע פון דער אטאמאנישער הערשאפט. ביז דער כתב פון טאלעראנץ אין [[1781]] האט די שטאט, צוליב איר סטאטוס אלס פרייע קעניגליכע שטאט, געהאט די רעכט צו פארמיידן אידן פון זיך באזעצן דארט. די ערשטע אידישע משפחה האט זיך אין יענעם יאר באזעצט אין סעגעד.
אין [[1840]] האט די אידישע באפעלקערונג דערגרייכט 681 מענטשן. אלס א יונגע און רייכע אימיגראנטישע קהילה, וואס האט געהאט ווייניג טראדיציאנעלע יסודות, איז סעגעד געווארן א וויכטיגער צענטער פאר די [[נעאלאגן]]. בעת דער [[די טיילונג אין אונגארישן יידנטום|די טיילונג אין אונגארישן אידנטום]] האט די גאנצע קהילה זיך אנגעשלאסן מיט די נעאלאגן.
די קהילה האט זיך שטארק אנטוויקלט אונטער דער הנהגה פון די רבנים [[לעאפאלד לעף]] און זיין זון [[עמנואל לעף]]. אין [[1907]] איז איינגעוויינט געווארן דער [[סעגעד בית הכנסת|בית הכנסת פון סעגעד]], דער צווייטער גרעסטער בית־כנסת אין דער מדינה.
אין [[1941]] זענען אין דער שטאט געציילט געווארן 4,161 אידן, וואס האבן אויסגעמאכט בערך 3 פראצענט פון דער באפעלקערונג. א גרויסער טייל פון די מענער איז אין דער מלחמה אריינגערופן געווארן אין די אונגארישע ארבעטס דינסט, און א גרויסער טייל פון זיי איז אומגעקומען צוליב די שווערע באדינגונגען.
נאך דער דייטשער אייננעמונג דעם [[19טן מערץ]] [[1944]] זענען די אידן פון סעגעד און פון די ארומיגע געגנטן צוזאמענגעשטעלט געווארן אין דער שטאט. דעם [[17טן מיי|17טן מאי]] זענען א טייל פון זיי פארטריבן געווארן צום געטא אין [[באיא]] און פון דארט קיין [[אוישוויץ]], בשעת די איבעריגע זענען אין יוני דירעקט געשיקט געווארן קיין אוישוויץ. דער לעצטער וואגאן פונעם לעצטן טראנספארט, דעם [[28סטן יוני]], איז באשטימט געווארן צו ווערן געראטעוועט דורך דער [[קאסטערנער באן]].
== בארימטע מענטשן פון סעגעד ==
* רביצין [[אסתר יונגרייז]]
== פונדרויסנדיגע לינקס ==
* [http://www.szeged.hu/ אפיציעלע וועבזייטל פון דער שטאט]
* [https://web.archive.org/web/20160304081218/http://www.puszta.com/eng/programs/cikk/szeged איבער דער שטאט]
* [http://www.bibl.u-szeged.hu/index-ang.html אוניווערסיטעט־ביבליאטעק]
* [http://www.szegedportal.hu/ סעגעד פארטאל]
* [http://zsinagoga.szeged.hu/ דער נייער בית־כנסת פון סעגעד]
== דרויסנדיגע לינקס ==
[http://www.szegedvaros.hu אפיציעלע וועבזייטל מיט וועבקאם]
== גאלעריע ==
<gallery mode="packed" widths="120" heights="120">
טעקע:Klauzal ter - panoramio.jpg|קלאוזאל פלאץ
טעקע:Szeged nagy posta.jpg|פאסט פאלאץ
טעקע:Szeged-Alsóváros, ferences templom 2021 11.jpg|רעליעף פון קעניג מאטיאש קארווינוס פון אונגארן
טעקע:Szeged IV. Béla szobra Somorjai 006.jpg|סטאטוע פון קעניג [[בעלא דער פערטער פון אונגארן]]
טעקע:Szeged, Kárász utca 16., Magyar Ede 16KJ.jpg|אונגאר־מאיער הויז (1911)
טעקע:Szeged - Milkó-palota (29738098347).jpg|ארט נאוועא ארכיטעקטור
טעקע:Szeged, Árvízi emlékmű SF.jpg|סטאטוע פון דער גרויסער פארפלייצונג (1879)
טעקע:Szeged-egyetem5.jpg|אינסטיטוט פאר אינפארציע און IT דעפארטמענט, אוניווערסיטעט פון סעגעד
טעקע:Szeged-egyetem4.jpg|פעקולטי פון וויסנשאפטן (כעמיע געביידע), אוניווערסיטעט פון סעגעד
טעקע:Megyeszékhely - Csongrád megye - Szeged.jpg|לופט־פאטאגראפיע
טעקע:Szeged, Hungary. Suspended bridge.jpg|סעגעד בריק איבערן [[טיסא]]
טעקע:Szegedi Fekete-ház.jpg|פעקעטע הויז
</gallery>
[[קאַטעגאָריע:שטעט אין אונגארן]]
e1eakl88tihsvre78geiuhpndor4gvr
סעגעדין
0
55175
602521
2026-09-02T20:30:42Z
Menseg
62495
אַרטיקל־קעפּל אַריבער צו [[סעגעד]]
602521
wikitext
text/x-wiki
#ווייטערפירן [[סעגעד]]
__הפניה_קבועה__
kcrfnk9dggt80e7fxzfiiwg840fo0c8