װיקיפּעדיע yiwiki https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98 MediaWiki 1.47.0-wmf.19 first-letter מעדיע באַזונדער רעדן באַניצער באַניצער רעדן װיקיפּעדיע װיקיפּעדיע רעדן טעקע טעקע רעדן מעדיעװיקי מעדיעװיקי רעדן מוסטער מוסטער רעדן הילף הילף רעדן קאַטעגאָריע קאַטעגאָריע רעדן פארטאל פארטאל רעדן TimedText TimedText talk יחידה שיחת יחידה אירוע שיחת אירוע אילינוי 0 13397 602587 602304 2026-09-09T18:22:38Z Menseg 62495 602587 wikitext text/x-wiki {| border="1" align="left" cellpadding="4" cellspacing="0" width="270" style="margin: 0.5em 1.5em 1em 0; background:#f9f9f9; border:1px #aaaaaa solid; border-collapse:collapse; font-size:90%;" |+ style="font-size:120%; padding:5px;" |'''אילינוי''' | colspan="2" style="text-align:center;" |[[טעקע:Flag_of_Illinois.svg|135x135פיקס|פאן פון אילינוי]] [[טעקע:Seal_of_Illinois.svg|90x90פיקס|סיעל פון אילינוי]] |- !אריגינעלער נאמען |Illinois |- !אפיציעלער נאמען |State of Illinois |- !צונאמען |Land of Lincoln |- !קאנטינענט |[[צפון אמעריקע]] |- !ראיאן |[[מיטל מערב]] |- !לאנד |[[פאראייניגטע שטאטן]] |- !הויפטשטאט |[[ספרינגפילד, אילינוי|ספּרינגפילד]] |- !גרעסטע שטאט |[[שיקאגא]] |- !שטח |149,995 ק״מ² |- !באפעלקערונג |בערך 12.7 מיליאן |- !העכסטער פונקט |Charles Mound |- !צייט זאנע |צענטראל צייט |- !אריינגענומען אין פאראייניגטע שטאטן |3טן דעצעמבער 1818 |- !סדר |21סטער שטאט |- !קאונטיס |102 |- !פאסט קאד |IL |- !ISO קאד |US-IL |- !וועבזייטל |[https://illinois.gov illinois.gov] |} '''אילינוי''' (ענגליש: '''Illinois''') ער איז א חלק פון צפון-מזרח, וואס ווערט אנגערופן איסט נארד, זיין [[הויפטשטאט]] איז [[ספרינגפילד, אילינוי|ספרינגפילד]]. == היסטאריע == אום דעם 3טן דעצעמבער 1818 איז אילינוי געווארן דער 21סטער שטאט. == געאגראפיע == אילינוי גרעניצט זיך מיט [[וויסקאנסין]], [[אייאווע]], [[מיזורי]], [[קענטאקי]] און [[אינדיאנא]]. אין צפון מזרח האט זי א בארטן אויפן [[מישיגן לעיק|מישיגן]] אזערע. איינע פון די באקאנטע גרויסע שטעט איז [[שיקאגא]], זי איז די דריטע גרעסטע שטאט ביי פאפולאציע. == עקאנאמיע == אילינוי איז א וויכטיגער צענטער פאר פינאנצן, פראדוקציע, האנדל, טראנספארט און לאנדווירטשאפט. == באפעלקערונג == דער גרעסטער טייל פון דער באפעלקערונג וואוינט אין דעם מעטראפאליטאנער געגנט פון [[שיקאגא]]. די באפעלקערונג לויטן 2020 צענזוס איז 12,812,508 == מענטשן פון אילינוי == צווישן די באקאנטע אילינויזער זענען: * [[אברהם לינקאלן]], 16טער [[פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן|פרעזידענט]] פון די [[פאראייניגטע שטאטן]] * [[יוליסעס סימפסאן גרענט|יוליסעס גרענט]], 18טער פון די פאראייניגטע שטאטן * [[ראנאלד רייגען]], 40סטער פון די פאראייניגטע שטאטן * [[פרענק לויד רייט]], [[ארכיטעקט]] * [[וואלט דיזני]] * [[באראק אבאמא]] איז געווען דער [[סענאטאר]] פון אילינוי און דערנאך [[פרעזידענט]] פון די [[פאראייניגטע שטאטן]] פון [[אמעריקע]]. == אידן אין אילינוי == דער שיקאגא געגנט פארמאגט איינע פון די גרעסטע אידישע קהילות אין די פאראייניגטע שטאטן.[[טעקע:Flag of Illinois.svg|קליין|פֿאָן פון {{בלאטנאמען}}]] {{פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע}} 55bnj7b6kjqoikik0ddjxajavcaz7yh מאדריד 0 23834 602589 564486 2026-09-09T19:02:56Z Menseg 62495 602589 wikitext text/x-wiki {{יישוב |נאמען=מאַדריד |סארט יישוב=שטאָט |אמטשפראך נאמען=''Madrid'' |הערב= Escudo de Madrid.svg |פאן= Bandera de la ciudad de Madrid.svg |בילד= CollageMadrid.jpg |באשרייבונג= אויסבליק אין מאדריד |מדינה= {{פאן שפאניע}} |אפטייל טיפ= |אפטייל נאמען= |געביט= |ראיאן= |דיסטריקט= |בירגערמייסטער=מאנועלא קארמענא |גובערנאטאר= |טיפ אונטעראפטייל= |דיסטריקטן אין ראיאן= |שטעט אין ראיאן= |ראיאן הויפטשטאט= |מוטערשטאט= |אפיציעלע שפראך= |שטח= 604.3 |הייך= 667 |גרינדונג דאטע= 9טער יארהונדערט |באפעלקערונג= 3,141,991 |באפעלקערונג יאר= 2014 |באפעלקערונג הערה= |מטרופולין= |הערת מטרופולין= |צפיפות= 5,390 |קאארדינאטן= {{coord|40|23|N|3|43|W|display=inline,title|region:ES_type:city}} |צייט זאנע= +1 |אתר אינטרנט=[http://www.madrid.es/ www.madrid.es] |מאפע= {{#אייגנשאפט:p242}} |פרטימדיקע מאפע= |סטטיסטיקות= }} [[טעקע:A Black and White Photo of the the Gran Vía in Madrid Spain.jpeg|קליין|גראַן וויאַ מאַדריד]] '''מאדריד''' איז די [[הויפטשטאט]] פון [[שפאניע]], און אויך די גרעסטע שטאט. זי געפינט זיך אין צענטראל שפאניע אויפן טייך [[מאנזאראנארעז]]. מאדריד איז א גרויסער פינאנציעלער צענטרום. == היסטאריע == מענטשן האבן געוואוינט אינעם געגנט וואס איז היינט מאדריד שוין אין [[פרעהיסטאריע|פרעהיסטארישע]] צייטן. <gallery> File:Prada 2016 Madrid, Spain España.jpg File:GUCCI, photography by david adam kess, madrid 2016.jpg File:Louis Vuitton or shortened to LV, is a French fashion house founded in 1854 by Louis Vuitton, photography by david adam kess, madrid 2016.jpg File:Hermès, Madrid, Spain España.jpg </gallery> == קולטור == מאדריד ווערט גערעכנט איינע פון די הויפט אייראפעישע צילן פאר קונסט מוזייען. דער בעסט־באוואוסטער איז דער גאלדענער דרייעק פון קונסט, פלאצירט אויפן פאַסעא דעל פראַדא, וואס באשטייט דריי מוזייען. דער בארימטסטער איז דער פראדא מוזיי, וואס האט [[דיעגא וועלאזקעז]]נס ''Las Meninas'' און [[פראנסיסקא גאיא]]ס ''La maja vestida'' און ''La maja desnuda''. {{הויפטשטעט פונעם אייראפעישן פארבאנד}} {{אייראפע-געא-שטומף}} [[קאַטעגאָריע:הויפטשטעט אין אייראפע]] [[קאַטעגאָריע:שטעט אין שפאניע]] [[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]] r2buvz245y93r8jyts2ukivz9ksrtzh פרה אדומה 0 27142 602592 479270 2026-09-10T07:52:31Z הקניזי 43668 טעם 602592 wikitext text/x-wiki א '''פרה אדומה''' איז א רויטע [[קו]], איז אן ענין אין [[יידישקייט]]. מען ניצט די אש פון דער קו געמישט מיט קוואל וואסער מטהר צו זײַן מענטשן און כלים וואס זענען געווארן [[טמא]] פון א [[טמא מת|מת]]. די פרה אדומה מוז זיין א ריין רויטע קו, מיט נאר רויטע האר, וואס האט קיינמאל נישט געטראג קיין יאך. ==סדר הדברים== ווען א מענטש אדער א מעטאלע כלי רירט אן, אדער געפֿינט זיך אינעם זעלבן אוהל (שטוב) מיט א קערפער פון א א טויטן מענטש, ווערט דער מענטש אדער די כלי [[טמא מת]]. אזא מענטש טאר נישט עסן [[תרומות ומעשרות|תרומה]] (אויב ער איז א כהן) אדער [[מעשר שני]] אדער קדשים, אזוי אויך טאר ער נישט ארײַנגיין אין דער עזרה פונעם [[בית המקדש]]. דער מענטש אדער דער כלי קען נאר ווערן טהור אז מען שפריצט אויף אים, דעם דריטן און דעם זיבעטן טאג, פונעם אש פון דער פרה אדומה. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק אין פרשת [[חוקת]]: ("וְיִקְחוּ אֵלֶיךָ פָרָה אֲדֻמָּה תְּמִימָה אֲשֶׁר אֵין-בָּהּ מוּם, אֲשֶׁר לֹא-עָלָה עָלֶיהָ, עֹל" -ויקרא י"ט, ב'); ("הַנֹּגֵעַ בְּמֵת, לְכָל-נֶפֶשׁ אָדָם וְטָמֵא ... הוּא יִתְחַטָּא-בוֹ" - במדבר י"ט, י"א). דערנאך מוז מען זיך טובל'ן אין א [[מקוה]]. א קו איז נאר כשר אויף דעם צוועק ווען: * זי איז אינגאנצן רויט. טאמער זי האט צוויי שווארצע האר איז זי פסול. * לא עלה עליה עול. ד.ה. אויב ס'איז אמאל ארויפֿגעגאנגען אויף איר א יאך, קען מען זי נישט ניצן פאר א פרה אדומה. אויף דעם איז דא געוויסע סימנים (הארן אויפן רוקן פון דער בהמה, וואס ווערן אײַנגעבויגן נאכדעם וואס זי האט געטראגן א יאך). * גאנץ אן א פֿעלער. == טעם המצווה == די מצווה פֿון דער רויטער קו ווערט דערמאָנט אין [[ספר במדבר]] קאַפּיטל י״ט, און הייבט זיך אָן מיט די ווערטער „זאת חוקת התורה“. אין דער [[חז״ל|חז״לישער ליטעראַטור]] ווערט די רויטע קו געבראַכט ווי אַן עקסטרעמער בײַשפּיל פֿון דער קאַטעגאָריע „חוקים“ — מצוות וועמענס טעם און תועלת זענען שווער פֿאַרן מענטש צו פֿאַרשטיין. אין אַ מדרש ווערט געבראַכט, אַז גאָט האָט געזאָגט צו משהן: „לך אני מגלה טעם פרה, אבל לאחר — חוקה“<ref>{{cite web|title=Numbers Rabbah 19:6|url=https://www.sefaria.org/Bamidbar_Rabbah.19.6|website=Sefaria}}</ref>. אויך וועגן שלמה המלך ווערט געזאָגט, אַז ער האָט געזוכט צו פֿאַרשטיין דעם טעם פֿון דער רויטער קו, אָבער האָט געזאָגט: „אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני“<ref>{{cite web|title=Ecclesiastes Rabbah 7:23|url=https://www.sefaria.org/Kohelet_Rabbah.7.23|website=Sefaria}}</ref>. לויט דעם פירוש פֿון הרב לייב מינצבערג, האָט די מצווה פֿון דער רויטער קו אויך אַ טעם, נאָר דער טעם איז אַ סימבאָלישער. דערפֿאַר ווערט זי אָנגערופֿן „חוקה“, ווײַל בײַ סימבאָלישע מעשים דאַרף דער פסוק באַשטימען וואָס דער סימבאָל זאָל מיינען. די רויטע קו איז פֿאַרבונדן מיטן קרבן חטאת און מיט כפרה אויף דעם געטלעכן חרון־אף וואָס ווערט געשאַפֿן דורך זינד, און איר רויטער קאָליר סימבאָליזירט כּעס און חרון־אף. טומאת מת, לויט זײַן פירוש, איז פֿאַרבונדן מיט דער מענטשלעכער דערפֿאַרונג פֿון מורא און שרעק פֿאַרן טויט און פֿאַר די כּוחות פֿון שלעכטס, וואָס ווערן סימבאָליזירט דורך דעם מלאך המוות. דער אַש פֿון דער רויטער קו סימבאָליזירט דאָס פֿאַרברענען און פֿאַרניכטן די כּוחות פֿון שלעכטס, און די טהרה מיט דעם אַש סימבאָליזירט דאָס באַפֿרײַען דעם מענטש פֿון דער דערפֿאַרונג פֿון מורא.<ref>לייב מינצבערג, ''בן מלך: במדבר'', טייל ב׳, ז׳ 147; „מצוות פרה אדומה“, ז׳ 197.</ref> == וואו פֿארברענט מען די קו== די קו דארף מען שעכטן און פֿארברענען אויף [[הר הזיתים]] אין אן ארט וואו מ'קען ארײַנקוקן אין בית המקדש. == מקורות== די משניות אין [[מסכת פרה]] רעדן אדורך די אלע פרטים פון די דינים, ווי אויך הלכות פרה אדומה אין [[רמב"ם]]. ==דמא בן נתינה== [[חז"ל]] ברענגען א מעשה וועגן דמא בן נתינה, א [[גוי]] וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין ב[[כיבוד אב]], און האט נישט געוואלט פארקויפן פאר די חכמים א שטיין וואס האט אויסגעפעלט צום [[חושן]] (איינער פון די [[בגדי כהונה]] אינעם בית המקדש), ווייל ער וואלט געהאט געדארפט אויפוועקן זיין פאטער פון שלאף. א צייט שפעטער האט ער זוכה געווען אז ס'איז ביי אים געבוירן געווארן א פרה אדומה, וואס ער האט פארקויפט צו די חכמים פאר א פארמעגן געלט. [[קאַטעגאָריע:תרי"ג מצוות]] 6ijuoaiorkvnhf1pbb25t6obvfrhxkr ישראל זופניק 0 27400 602588 601162 2026-09-09T18:46:07Z Menseg 62495 602588 wikitext text/x-wiki {{אישיות}} ר' '''ישראל זופניק''' ([[ה'תרס"ה]] – [[כ"ו חשוון]] [[ה'תשמ"ד]], [[1915]]-[[1983]]) איז געווען א חסידישער [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] [[פילאנטראפ]] וואס האט געהאלפן אויפבויען די סאטמארער מוסדות אין [[ניו יארק]], ער האט פינאנצירט פארשידענע פראמינענטע סאטמארער פראיעקטן אין [[ניו יארק סיטי|ניו יארק]] און אין [[ארץ ישראל]]. ער האט געהאט א גרויסן חלק אין שטיצן חרדישע מוסדות אין [[ירושלים]] און אין די [[פאראייניגטע שטאטן]]. ער איז געווען א חסיד פון [[סטראפקאוו]] און שפעטער נאנט געווארן צום [[יואל טייטלבוים|סאטמארער רבי]], רבי יואל טייטלבוים. זיין נאמען איז פאראייביגט געווארן אין עטליכע תורה, צדקה און קהלישע געביידעס אין ירושלים. == זיין לעבן == ישראל זופניק איז געבוירן געווארן אין [[קאשוי]] אין [[אונגארן]], אין א משפחה פון חסידי [[סטראפקאוו]]. פון א יונגן עלטער האט ער זיך פארנומען מיט [[מסחר]] און ביזנעס. ביים אויסברוך פון [[צווייטער וועלט קריג]] איז זופניק געווען אין די [[פאראייניגטע שטאטן]] צוליב זיינע געשעפטן. ער האט פרובירט ארויסצוברענגען פון אייראפע זיין פרוי און זיינע זעקס קינדער, אבער זיינע באמיאונגען זענען נישט געלונגען. זיין ערשטע פרוי און די זעקס קינדער זענען אומגעקומען אין [[חורבן אייראפע|חורבן]]. נאך דער מלחמה האט זופניק זיך נאכאמאל געהייראט. אין יענע יארן איז ער נאענט געווארן צום [[יואל טייטלבוים|סאטמארער רבי]], רבי יואל טייטלבוים, וואס האט דעמאלט געוואוינט אין ניו יארק. זופניק איז געווארן א חשובער תומך פון סאטמארער מוסדות און פון אנדערע חרדישע מוסדות אין אמעריקע און ארץ ישראל. == ביזנעס און צדקה == זופניק האט אויפגעבויט פארשידענע געשעפטן אין ניו יארק. צווישן זיינע אונטערנעמונגען איז געווען א גרויסער פאבריק וואס האט פראדוצירט [[אויל]] מיט [[כשרות|כשרע]] השגחה. זיין עיקר באקאנטקייט איז אבער געווען אלס א גרויסער בעל צדקה און נדבן. ער האט שטארק געשטיצט מוסדות התורה און צדקה פון סאטמאר און אנדערע חרדישע קהילות אין ניו יארק, ווי אויך די מוסדות פון דער [[עדה החרדית]] אין ירושלים. נאך דער [[צווייטער וועלט קריג]], ווען א גרויסער טייל פון דער תורה וועלט אין אייראפע איז חרוב געווארן, האט זופניק פארמאגט א גרויסן חלק אין שטיצן דעם אויפבוי פון חרדישע תורה און קהלישע מוסדות אין ארץ ישראל. == זיינע נדבנות אין ירושלים == עטליכע גרויסע געביידעס אין ירושלים זענען אויפגעשטעלט געווארן מיט זיינע נדבות און טראגן זיין נאמען. === בנין זופניק === [[בנין זופניק]] איז איינע פון די הויפט געביידעס פון דער [[עדה החרדית]] אין ירושלים. אין דעם בנין געפינען זיך פארשידענע מוסדות און אפטיילונגען פון דער עדה החרדית, אריינגערעכנט איר הנהלה און [[בית דין]]. אין דעם בנין געפינט זיך אויך א [[תלמוד תורה]] און א [[מקוה]], וואס איז באקאנט אלס '''מקוה ישראל''' און טראגט דעם נאמען פון זופניק. === ישיבת יוסף צבי === איינער פון די געביידעס פון [[ישיבת יוסף צבי]] אין [[שמואל הנביא (קווארטאל)|שמואל הנביא]] געגנט אין ירושלים איז אויך אויפגעשטעלט געווארן מיט דער הילף פון זופניק. די ישיבה איז געגרינדעט געווארן דורך רבי [[יוסף צבי דושינסקיא]], וועלכער איז געווען דער גאב"ד פון דער עדה החרדית. זופניק האט געהאט א נאנטע פארבינדונג מיט די מוסדות יוסף צבי און האט זיי געשטיצט מיט גרויסע סכומים. === בית הכנסת נר ישראל – זופניק === [[טעקע:Zupnik.jpg|קליין|בית הכנסת נר ישראל – זופניק]] אין דער [[גבעת שאול]] געגנט אין ירושלים שטייט דער '''בית הכנסת נר ישראל – זופניק''', וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך זיינע נדבות. דער בנין אנטהאלט עטליכע בתי מדרשים און שטיבלעך, ווי אויך א מקוה. אין דעם הויפט בית מדרש איז פאראן א לוח לזכר זיין ערשטע פרוי און זיינע זעקס קינדער, וואס זענען אומגעקומען אין חורבן אייראפע. == ספר ישראל עושה חיל == אין יאר [[ה'תשל"ה]] ([[1975]]), ווען זופניק איז געווארן 70 יאר אלט, איז ארויסגעגעבן געווארן לכבודו א יובילעאום־ספר מיטן נאמען '''ישראל עושה חיל – ספר יובל מוקדש לפעולותיו בתורה וחסד ולטהרת ישראל'''. דער ספר איז רעדאקטירט געווארן דורך [[מנחם מנדל גרליץ]] און האט פארמאגט מאמרים און דברי תורה לכבוד זיינע פילע יארן פון שטיצן תורה, חסד און טהרת ישראל. == פטירה == ישראל זופניק איז נפטר געווארן אין [[ניו יארק]] אין יאר [[1983]] ([[ה'תשמ"ד]]), דעם [[כ"ו חשוון]]. ער איז באערדיגט געווארן אין [[ניו יארק]]. אין דער צייטונג '''דבר ההתאחדות''', פון תלמידי ישיבת יוסף צבי, איז זיין פטירה באשריבן געווארן מיט גרויס הערכה. דארט ווערט ער געשילדערט אלס א גרויסער בעל צדקה און אלס איינער וואס האט איבער פילע יארן געשטיצט די מוסדות יוסף צבי אין ברוקלין און אין ירושלים. דער ארטיקל באטאנט אויך זיין ארבעט פארן אויפבוי פון חרדישן אידנטום נאכן חורבן אייראפע.<ref>{{היברובוקס||התאחדות 1984 תשמ"ד|13238||עמוד דיגיטלי=37}}</ref>{{רעפערענצן}} [[קאַטעגאָריע:סאטמארער חסידים]] j2nkwkv2qwd6wsqh17gbpio0burl1az נפתלי הורוויץ (מעליץ) 0 28800 602582 602083 2026-09-09T15:53:17Z Menseg 62495 602582 wikitext text/x-wiki '''רבי נפתלי הורוויץ זצ"ל''' ([[ד' טבת]] [[ה'תר"ה]] <ref>בית היין, אהרן הלברשטאם, ברוקלין תשנ"ט. תורת החסידות, אלפסי, 343</ref>– [[י"ח תשרי]] [[ה'תרע"ו]]). רב אין [[מעליץ]] און דער דריטער אדמו"ר פון [[מעליץ (הויף)|מעליץ]]. ער איז אויך באקאנט געווען אלס רבי נפתלי מעליצער. ==אפשטאם== '''רבי נפתלי''' איז געבוירן [[ד' טבת]] [[ה'תר"ה]], צו זיין פאטער הרב '''[[יהודה הורוויץ (מעליץ)|יהודה הורוויץ]]''', א זון פון הרב [[יעקב הורוויץ (מעליץ)|יעקב הורוויץ]] רב אין [[מעליץ]], א זון פון הרב [[נפתלי צבי הורוויץ]], ''דער ראפשיצער רב''. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב [[חיים מאיר יחיאל שפירא|חיים מאיר יחיאל]], דער ״שרף״ פון [[מאגלניצא]] (אן איידעם פון הרב [[אלעזר פון ליזשענסק]], א זון פון ''נועם אלימלך''), א זון פון הרב אבי עזרא זעליג פון [[גרעניץ]] און אן איידעם פונעם [[ישראל האפשטיין|קאזשניצער מגיד]]. זיין מוטער האט געהייסן '''רייזל שרה'''. ער איז געהייסן געווארן נפתלי נאך זיין פעטער רבי [[נפתלי מליזשענסק]], און ביי זיין ברית מילה איז אויך געווען אנוועזנד רבי [[אליעזר הורוויץ|אליעזר מדזיקוב]], וועלכער איז געזעסן בראש המסובים. ==זיינע רבי'ס== הרב [[חיים האלבערשטאם]] דער ''דברי חיים'', [[דער גוטער איד פון ניישטאט]], '''רבי נפתלי''' האט געגעסען [[קעסט]] ביים זיידען הרב [[אליעזר הורוויץ]] רב אין [[דזשיקאוו]] צוזאמען מיט הרב [[צבי אלימלך שפירא (בלאזשאוו)|צבי אלימלך שפירא]] פון [[בלאזשאוו]]. ==זיינע רבי'ס== ווען '''רבי נפתלי''' האט חתונה געהאט בזיווג ראשון, האט ער זיך אריבערגעצויגן צום הויז פון זיין שווער'ס זיידן, רבי [[אליעזר הורוויץ]] פון [[דזשיקאוו]], און איז געווען סמוך על שולחנו בערך צוויי יאר. אין יענע תקופה האט ער זיך באקענט מיט פארשידענע גדולי תורה און צדיקים וועלכע פלעגן קומען צום רבין אין דזשיקאוו, צווישן זיי רבי [[נתן דוד ראבינאוויטש]] פון [[שידלאווצע]] נאך רבי אליעזר'ס פטירה איז '''רבי נפתלי''' נאנט געווארן צו זיין זון רבי [[מאיר הורוויץ]] בעל ''אמרי נועם'', און איז געווען סמוך על שולחנו. נאך דעם פטירה פון זיין ערשטע ווייב איז '''רבי נפתלי''' אריבער קיין [[צאנז]], וואו ער איז געווארן נאנט צו הרב [[חיים האלבערשטאם]] דער ''דברי חיים''. רבי חיים מצאנז האט אים געהאלטן פאר איינעם פון זיינע תלמידים, און '''רבי נפתלי''' האט אים פאררעכנט אלס זיין [[רבי מובהק]]. ער פלעגט אסאך פארן צו אים און מקפיד געווען יעדן טאג צו דערמאנען א דבר תורה אין זיין נאמען. ווען רבי [[יוסף ברוך הלוי עפשטיין]] דער ''גוטער איד פון ניישטאט'' איז געווען אין דער געגנט, האט '''רבי נפתלי''' געלערנט מיט אים, און ער האט אים אויך פאררעכנט אלס איינער פון זיינע רבי'ס. ער פלעגט זאגן בשם [[אבות דרבי נתן]] אז עס איז א חיוב פאר א מענטש צו משמש זיין דריי תלמידי חכמים, און האט דעריבער פאררעכנט רבי [[אליעזר הורוויץ]] פון דזשיקאוו, רבי [[יוסף ברוך הלוי עפשטיין]] דער גוטער איד פון ניישטאט, און רבי [[חיים האלבערשטאם]] דער דברי חיים פון צאנז אלס זיינע הויפט רבי'ס. ==רבנות== אין [[ט' טבת]] [[ה'תרל"ט]] איז זיין פאטער נפטר געווארן, און '''רבי נפתלי''' האט איבערגענומען זיין מקום אלס רב פון מעליץ. אין יענע תקופה האט ער אנגעהויבן זיך צו פירן אלס אדמו"ר. ער האט גענומען [[קוויטלעך]], געמאכט [[טיש|טישן]] שבת און יום טוב, און געטראגן א [[קאלפיק]]. '''רבי נפתלי''' האט געדינט אלס רב אין מעליץ ביז צום סוף יאר [[ה'תרע"ד]]. ביי די [[ערשטע וועלט קריג]] איז ער אנטלאפען קיין [[וויען]], וואו ער האט געעפנט א בית מדרש און ווייטער געפירט זיין אדמו"רות. ==הסתלקות== '''רבי נפתלי''' איז נפטר געווארן אין [[וויען]] [[י"ח תשרי]] [[ ה'תרע"ו]], מען האט אים געפירט צו [[קבר אבות]], קיין [[מעליץ]]. ==זיינע מנהגים== '''רבי נפתלי''' האט געהאט פארשידענע מנהגים אין הלכה און אין עבודת השם. ער האט נישט געמאכט די [[ברכות הראייה|ברכה]] אויף [[בליץ|בליצן]] און [[דונער|דונערן]] מיט שם ומלכות, און פלעגט מאכן די ברכה פון [[שהכל נהיה בדברו]] אויף [[קארטאפל]]. אין זיין בית הכנסת האט ער נישט מקפיד געווען אז דער כהן זאל באקומען די ערשטע [[עלייה לתורה|עלייה]]. ביי [[יום כיפור]] איז ער געווען מקפיד צו ענדיגן די תפילה תיכף נאך [[צאת הכוכבים]], און נישט פארלענגערן אפילו מיט א ביסל. ער האט געזאגט אז די [[שכינה]] איז בצער ווען אירע קינדער פאסטן און מוטשען זיך, און מען זאל דעריבער נישט צולייגן אפילו איין רגע צו איר צער. ==זיינע הנהגות און סיגופים== אין די יארן פון זיין אברכות האט '''רבי נפתלי''' זיך אסאך געפירט מיט [[סיגופים]] און איז געווען מרבה אין [[תענית|תעניות]]. ווען ער איז שוין געווען בערך זיבעציג יאר אלט האט ער דערציילט אז אין זיינע יונגע יארן האט ער אריינגעשטעקט זיין האנט אין פייער אלס א סיגוף. ער האט צוגעלייגט אז ער האט שוין נישט מורא געהאט פון [[יוהרא]], און דעריבער האט ער דאס דערציילט, כדי מען זאל וויסן אז פון עסן ''יוך מיט לאקשן'' ווערט נישט קיין רבי. ==פאמיליע== '''רבי נפתלי''' האט געהייראט '''בזיווג ראשון''' א טאכטער פון הרב '''[[מאיר נתן האלבערשטאם]],''' א זון פון צאנזער רב ''דער דברי חיים''. די חתונה איז פארגעקומען ווען '''רבי נפתלי''' איז געווען בערך פערצן יאר אלט. זיין ערשטע ווייב יהודית איז נפטר געווארן נאך דער געבורט פון זייער טאכטער. ער האט געהאט מיט איר איין טאכטער: * מרת '''שפרינצא''', די ווייב פון הרב '''[[חיים אליעזר אונגאר]]''' ([[ה'תרכ"ה]] <small>(אומגעפער)</small> – [[ה'תר"ף]]), רב אין [[ראדליב]], א זון פון הרב [[יעקב יצחק אונגאר (זשאבנא)|יעקב יצחק אונגאר]], פון [[זשאבנא]]. '''בזיווג שני''' האט '''רבי נפתלי''' געהייראט מרת '''רעכיל''' א טאכטער פון הרב [[אביש קאנער]] פון [[סאניק]]. דער שידוך איז געווארן נאך וואס הרב [[חיים האלבערשטאם]] דער דברי חיים פון צאנז האט פארגעשלאגן פאר רבי אביש קאנער צו נעמען '''רבי נפתלי''' אלס חתן פאר זיין טאכטער. נאך זיין צווייטע חתונה האט '''רבי נפתלי''' ווייטער געלערנט און עוסק געווען בתורה. רעכיל איז נפטר געווארן [[כ"ח טבת]] [[ה'תרפ"ח]]. זייערע קינדער: * הרב '''אלימלך הורוויץ''' הי"ד ([[ה'תרמ"א]] - [[ה'תש"ב]]), פון מעליץ [[קראקא]]. ער האט געהייראט מרת בינה, א טאכטער פון הרב [[צבי הירש הורוויץ (ראזוואדאוו)|צבי הירש הורוויץ]]. * הרב '''אלעזר הורוויץ''' הי"ד ([[ה'תרמ"ב]] <small>(אומגעפער)</small> - [[ה'תש"ג]]), רב אין [[בארווע]]. ער האט געהייראט '''בזיווג ראשון''' א טאכטער פון הרב '''משה קאנער''', פון [[סאניק]]. '''בזיווג שני''' האט ער געהייראט מרת '''יוטא''' א טאכטער פון הרב '''גרשון וויינשטאק''' פון [[קיטוב]]. זיינע קינדער: :* הרב '''אברהם אביש הורוויץ''', רב אין יאדלאווע. ער איז אומגעקימען אויף קידוש השם, הי"ד. :* הרב '''יעקב הורוויץ''', ער האט געהייראט מרת '''רחל''' א טאכטער פון הרב '''[[אריה לייביש מרדכי האלבערשטאם]]''', רב אין [[שינאווא]]. :* מרת '''סאשא''', די ווייב פון הרב '''יחיאל מיכל מאסקאוויטש''' אין ניו-יורק, א זון פון הרב '''[[שלום מאסקאוויטש]]''', רב אין [[שאץ]]. * הרב '''[[מנחם מענדל הורוויץ (מעליץ)|מנחם מענדל הורוויץ]]''' הי"ד ([[ה'תרמ"ג]] <small>(אומגעפער)</small> – [[ה'תש"ג]]), ממלא מקום פון פאטער, רב אין [[מעליץ]]. ער האט געהייראט מרת '''פרומט בילא''', א טאכטער פון הרב שמואל שמעלקא פרענקל תאומים אב"ד קלאסני-וויעליטשקא. ער האט אויך פארפאסט ניגונים וועלכע זענען געווארן באקאנט אלס מעליצער ניגונים. בעת דער צווייטער וועלט קריג איז ער געווען אין לאגער ראדמישלא, וואו ער איז געכאפט געווארן בשעת'ן דאווענען מיט א מנין שבת. די נאציס האבן אים און די אנדערע מתפללים ארויסגעפירט פונעם לאגער, זיי געהייסן גרובן א גרוב, און זיי דערנאך דערשאסן און דארט באגראבן. זיינע קינדער זענען אלע אומגעקומען אין דער חורבן. * הרב '''[[אברהם אביש הורוויץ]]''' הי"ד ([[ה'תרנ"ז]] - [[ה'תש"ד]]), רב אין [[ספינקא]] און [[קראלי]]. ער איז געווען א אידעם פון רבי [[יצחק אייזיק ווייס]] פון ספינקא, און האט באקומען סמיכה להוראה פון רבי שמואל ענגיל אב"ד [[ראדאמישל|ראדמישלא]] און פון דעם גאון פון [[אסטראווצע]]. בעת דער [[צווייטע וועלט-מלחמה|צווייטער וועלט קריג]] איז ער אריינגעשיקט געווארן אין לאגער [[סאטמאר, רומעניע|סאטמאר]] און פון דארט קיין [[אוישוויץ]], וואו ער איז אומגעקומען [[י"ב סיון]] [[ה'תש"ד]]. זיין זון איז רבי [[שמואל צבי הורוויץ]], דער אדמו"ר מספינקא. * הרב '''דוד הורוויץ'''. ער איז געווען א אידעם פון זיין פעטער רבי צבי יוסף רובין אב"ד [[יאסלא]]. ער איז נפטר געווארן אין [[אמעריקע]] [[י"א סיון]] [[ה'תשי"ז]]. * מרת '''חיה הינדא''' הי"ד, די ווייב פון הרב '''משה אליעזר הורוויץ''' הי"ד, רב אין [[רימאנאוו]] * מרת '''צפורה''', די ווייב פון הרב '''פנחס שמעיה האלבערשטאם''' פון [[גריבאוו]] צאנז, א זון פון הרב [[אריה לייביש האלבערשטאם (צאנז)|אריה לייביש האלבערשטאם]]. בעת זייערע [[שבע ברכות]] איז אויסגעבראכן די [[ערשטע וועלט קריג]]. זייערע קינדער און אייניקלעך זענען אומגעקומען אין דער [[צווייטע וועלט-מלחמה|צווייטע וועלט מלחמה]]. * מרת '''רחמה''', די ווייב פון הרב '''[[סיני האלבערשטאם]]''' ([[ה'תר"ל]] - [[כ"ו תמוז]] [[ה'תש"א]]), רב אין [[זשמיגראד]]. זי איז אומגעקומען און באגראבן געווארן אין [[בויבריק]] בעת איר אנטלויפן אין די מלחמה יארן. * מרת '''תרצה''', די ווייב '''בזיווג ראשון''' פון הרב '''בן-ציון האלבערשטאם''' רב אין [[באבוב]], איבער דעם גט איז פראגעקומען גרויסע קריגערייען צווישן די הייפען פון [[באבוב]] אין [[מעליץ]]. '''בזיווג שני''' האט זי געהייראט רבי יחיאל מקרעטשנוף, א זון פון רבי יוסף מבורשה און אן אייניקל פון בעל ''[[ייטב לב]]''. * הרב '''[[יצחק הורוויץ (מעליץ)|יצחק הורוויץ]]''' ([[ה'תרס"ב]] <small>(אומגעפער)</small> – [[כ"ב תמוז]] [[ה'תשל"ח]]), מעליצער רבי אין [[ניו יארק]]. ער האט ארויסגעגעבן די תורת אביו אין א ספר מיטן נאמען ''קדושת נפתלי''. * הרב '''ברוך הורוויץ''' ([[ה'תר"ס]] <small>(אומגעפער)</small> - [[כ"ד כסלו]] [[ה'תשט"ו]]), ליזשענסקער רבי אין [[ניו יארק]]. ער איז געווען א אידעם פון רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון פוהדייץ, און בזיווג שני א אידעם פון רבי אלחנן ווייסבלום, אן אייניקל פון רבי [[אלימלך פון ליזשענסק]]. בעת דער צווייטער וועלט קריג איז ער פארשיקט געווארן קיין [[סיביר]], און נאכדעם איז ער געקומען קיין [[אמעריקע]]. * מרת '''ביילא מירל''', די ווייב פון הרב '''[[יחזקאל האלשטאק]]''' אב"ד [[אסטראווצע]]. זי איז אומגעקומען צוזאמען מיט אירע קינדער אין דער קריג. * מרת '''פריידא''', די ווייב פון הרב '''אשר לעמיל הורוויץ''' ([[ה'תרמ"ו]] - [[י' סיון]] [[ה'תרצ"ג]] <small>(אומגעפער)</small> ), רב אין [[שענדישאוו]], א זון פון הרב [[טוביה הורוויץ (שענדישוב)|טוביה הורוויץ]], רב אין [[שענדישאוו]]. זי האט אפגעהיט די תורת פון איר פאטער, און שפעטער איבערגעגעבן פאר איר ברודער רבי יצחק, וואס האט זיי געדרוקט אינעם ספר ''קדושת נפתלי''. * מרת '''ברכה''', די ווייב פון הרב '''דוד טייטלבוים''' פון [[פשעמישל]]. זי און אירע קינדער זענען אומגעקומען אין דער חורבן. * מרת '''סאשא''', די ווייב פון הרב '''יוסף דוד רובין''' פון סאסוב ==''זיינע ספרים''== * ''קדושת נפתלי על התורה — די תורות פון '''רבי נפתלי''' זענען צוזאמענגעשטעלט און געדרוקט געווארן דורך זיין זון הרב [[יצחק הורוויץ (מעליץ)|יצחק הורוויץ]], און מיט דער הילף פון אנדערע בני המשפחה.'' == רעפערענצן== * ''י"ג אורות'' - סיפורים דערציילט דורך רבי [[יעקב לייזער|יענקלי לייזער]] דער [[פשעווארסק]]ער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד * ''אנציקלופדיה לחכמי גליציה'', מאיר וונדר * ''בית היין'', אהרן האלבערשטאם, ברוקלין תשנ"ט * ''תורת החסידות'', אלפסי <references /> [[קאַטעגאָריע:גאליציאנער אדמורי"ם|הורוויץ, נפתלי]] [[קאַטעגאָריע:מעליץ]] * [[קאַטעגאָריע:גאליציאנער אדמורי"ם|הורוויץ, נפתלי]] [[קאַטעגאָריע:אדמורי בית ראפשיץ]] [[קאַטעגאָריע:מעליץ]] knyv88sdzxsjjjm6z5k1r7krlwl3yjq 602583 602582 2026-09-09T15:53:44Z Menseg 62495 602583 wikitext text/x-wiki {{אישיות}} '''רבי נפתלי הורוויץ זצ"ל''' ([[ד' טבת]] [[ה'תר"ה]] <ref>בית היין, אהרן הלברשטאם, ברוקלין תשנ"ט. תורת החסידות, אלפסי, 343</ref>– [[י"ח תשרי]] [[ה'תרע"ו]]). רב אין [[מעליץ]] און דער דריטער אדמו"ר פון [[מעליץ (הויף)|מעליץ]]. ער איז אויך באקאנט געווען אלס רבי נפתלי מעליצער. ==אפשטאם== '''רבי נפתלי''' איז געבוירן [[ד' טבת]] [[ה'תר"ה]], צו זיין פאטער הרב '''[[יהודה הורוויץ (מעליץ)|יהודה הורוויץ]]''', א זון פון הרב [[יעקב הורוויץ (מעליץ)|יעקב הורוויץ]] רב אין [[מעליץ]], א זון פון הרב [[נפתלי צבי הורוויץ]], ''דער ראפשיצער רב''. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב [[חיים מאיר יחיאל שפירא|חיים מאיר יחיאל]], דער ״שרף״ פון [[מאגלניצא]] (אן איידעם פון הרב [[אלעזר פון ליזשענסק]], א זון פון ''נועם אלימלך''), א זון פון הרב אבי עזרא זעליג פון [[גרעניץ]] און אן איידעם פונעם [[ישראל האפשטיין|קאזשניצער מגיד]]. זיין מוטער האט געהייסן '''רייזל שרה'''. ער איז געהייסן געווארן נפתלי נאך זיין פעטער רבי [[נפתלי מליזשענסק]], און ביי זיין ברית מילה איז אויך געווען אנוועזנד רבי [[אליעזר הורוויץ|אליעזר מדזיקוב]], וועלכער איז געזעסן בראש המסובים. ==זיינע רבי'ס== הרב [[חיים האלבערשטאם]] דער ''דברי חיים'', [[דער גוטער איד פון ניישטאט]], '''רבי נפתלי''' האט געגעסען [[קעסט]] ביים זיידען הרב [[אליעזר הורוויץ]] רב אין [[דזשיקאוו]] צוזאמען מיט הרב [[צבי אלימלך שפירא (בלאזשאוו)|צבי אלימלך שפירא]] פון [[בלאזשאוו]]. ==זיינע רבי'ס== ווען '''רבי נפתלי''' האט חתונה געהאט בזיווג ראשון, האט ער זיך אריבערגעצויגן צום הויז פון זיין שווער'ס זיידן, רבי [[אליעזר הורוויץ]] פון [[דזשיקאוו]], און איז געווען סמוך על שולחנו בערך צוויי יאר. אין יענע תקופה האט ער זיך באקענט מיט פארשידענע גדולי תורה און צדיקים וועלכע פלעגן קומען צום רבין אין דזשיקאוו, צווישן זיי רבי [[נתן דוד ראבינאוויטש]] פון [[שידלאווצע]] נאך רבי אליעזר'ס פטירה איז '''רבי נפתלי''' נאנט געווארן צו זיין זון רבי [[מאיר הורוויץ]] בעל ''אמרי נועם'', און איז געווען סמוך על שולחנו. נאך דעם פטירה פון זיין ערשטע ווייב איז '''רבי נפתלי''' אריבער קיין [[צאנז]], וואו ער איז געווארן נאנט צו הרב [[חיים האלבערשטאם]] דער ''דברי חיים''. רבי חיים מצאנז האט אים געהאלטן פאר איינעם פון זיינע תלמידים, און '''רבי נפתלי''' האט אים פאררעכנט אלס זיין [[רבי מובהק]]. ער פלעגט אסאך פארן צו אים און מקפיד געווען יעדן טאג צו דערמאנען א דבר תורה אין זיין נאמען. ווען רבי [[יוסף ברוך הלוי עפשטיין]] דער ''גוטער איד פון ניישטאט'' איז געווען אין דער געגנט, האט '''רבי נפתלי''' געלערנט מיט אים, און ער האט אים אויך פאררעכנט אלס איינער פון זיינע רבי'ס. ער פלעגט זאגן בשם [[אבות דרבי נתן]] אז עס איז א חיוב פאר א מענטש צו משמש זיין דריי תלמידי חכמים, און האט דעריבער פאררעכנט רבי [[אליעזר הורוויץ]] פון דזשיקאוו, רבי [[יוסף ברוך הלוי עפשטיין]] דער גוטער איד פון ניישטאט, און רבי [[חיים האלבערשטאם]] דער דברי חיים פון צאנז אלס זיינע הויפט רבי'ס. ==רבנות== אין [[ט' טבת]] [[ה'תרל"ט]] איז זיין פאטער נפטר געווארן, און '''רבי נפתלי''' האט איבערגענומען זיין מקום אלס רב פון מעליץ. אין יענע תקופה האט ער אנגעהויבן זיך צו פירן אלס אדמו"ר. ער האט גענומען [[קוויטלעך]], געמאכט [[טיש|טישן]] שבת און יום טוב, און געטראגן א [[קאלפיק]]. '''רבי נפתלי''' האט געדינט אלס רב אין מעליץ ביז צום סוף יאר [[ה'תרע"ד]]. ביי די [[ערשטע וועלט קריג]] איז ער אנטלאפען קיין [[וויען]], וואו ער האט געעפנט א בית מדרש און ווייטער געפירט זיין אדמו"רות. ==הסתלקות== '''רבי נפתלי''' איז נפטר געווארן אין [[וויען]] [[י"ח תשרי]] [[ ה'תרע"ו]], מען האט אים געפירט צו [[קבר אבות]], קיין [[מעליץ]]. ==זיינע מנהגים== '''רבי נפתלי''' האט געהאט פארשידענע מנהגים אין הלכה און אין עבודת השם. ער האט נישט געמאכט די [[ברכות הראייה|ברכה]] אויף [[בליץ|בליצן]] און [[דונער|דונערן]] מיט שם ומלכות, און פלעגט מאכן די ברכה פון [[שהכל נהיה בדברו]] אויף [[קארטאפל]]. אין זיין בית הכנסת האט ער נישט מקפיד געווען אז דער כהן זאל באקומען די ערשטע [[עלייה לתורה|עלייה]]. ביי [[יום כיפור]] איז ער געווען מקפיד צו ענדיגן די תפילה תיכף נאך [[צאת הכוכבים]], און נישט פארלענגערן אפילו מיט א ביסל. ער האט געזאגט אז די [[שכינה]] איז בצער ווען אירע קינדער פאסטן און מוטשען זיך, און מען זאל דעריבער נישט צולייגן אפילו איין רגע צו איר צער. ==זיינע הנהגות און סיגופים== אין די יארן פון זיין אברכות האט '''רבי נפתלי''' זיך אסאך געפירט מיט [[סיגופים]] און איז געווען מרבה אין [[תענית|תעניות]]. ווען ער איז שוין געווען בערך זיבעציג יאר אלט האט ער דערציילט אז אין זיינע יונגע יארן האט ער אריינגעשטעקט זיין האנט אין פייער אלס א סיגוף. ער האט צוגעלייגט אז ער האט שוין נישט מורא געהאט פון [[יוהרא]], און דעריבער האט ער דאס דערציילט, כדי מען זאל וויסן אז פון עסן ''יוך מיט לאקשן'' ווערט נישט קיין רבי. ==פאמיליע== '''רבי נפתלי''' האט געהייראט '''בזיווג ראשון''' א טאכטער פון הרב '''[[מאיר נתן האלבערשטאם]],''' א זון פון צאנזער רב ''דער דברי חיים''. די חתונה איז פארגעקומען ווען '''רבי נפתלי''' איז געווען בערך פערצן יאר אלט. זיין ערשטע ווייב יהודית איז נפטר געווארן נאך דער געבורט פון זייער טאכטער. ער האט געהאט מיט איר איין טאכטער: * מרת '''שפרינצא''', די ווייב פון הרב '''[[חיים אליעזר אונגאר]]''' ([[ה'תרכ"ה]] <small>(אומגעפער)</small> – [[ה'תר"ף]]), רב אין [[ראדליב]], א זון פון הרב [[יעקב יצחק אונגאר (זשאבנא)|יעקב יצחק אונגאר]], פון [[זשאבנא]]. '''בזיווג שני''' האט '''רבי נפתלי''' געהייראט מרת '''רעכיל''' א טאכטער פון הרב [[אביש קאנער]] פון [[סאניק]]. דער שידוך איז געווארן נאך וואס הרב [[חיים האלבערשטאם]] דער דברי חיים פון צאנז האט פארגעשלאגן פאר רבי אביש קאנער צו נעמען '''רבי נפתלי''' אלס חתן פאר זיין טאכטער. נאך זיין צווייטע חתונה האט '''רבי נפתלי''' ווייטער געלערנט און עוסק געווען בתורה. רעכיל איז נפטר געווארן [[כ"ח טבת]] [[ה'תרפ"ח]]. זייערע קינדער: * הרב '''אלימלך הורוויץ''' הי"ד ([[ה'תרמ"א]] - [[ה'תש"ב]]), פון מעליץ [[קראקא]]. ער האט געהייראט מרת בינה, א טאכטער פון הרב [[צבי הירש הורוויץ (ראזוואדאוו)|צבי הירש הורוויץ]]. * הרב '''אלעזר הורוויץ''' הי"ד ([[ה'תרמ"ב]] <small>(אומגעפער)</small> - [[ה'תש"ג]]), רב אין [[בארווע]]. ער האט געהייראט '''בזיווג ראשון''' א טאכטער פון הרב '''משה קאנער''', פון [[סאניק]]. '''בזיווג שני''' האט ער געהייראט מרת '''יוטא''' א טאכטער פון הרב '''גרשון וויינשטאק''' פון [[קיטוב]]. זיינע קינדער: :* הרב '''אברהם אביש הורוויץ''', רב אין יאדלאווע. ער איז אומגעקימען אויף קידוש השם, הי"ד. :* הרב '''יעקב הורוויץ''', ער האט געהייראט מרת '''רחל''' א טאכטער פון הרב '''[[אריה לייביש מרדכי האלבערשטאם]]''', רב אין [[שינאווא]]. :* מרת '''סאשא''', די ווייב פון הרב '''יחיאל מיכל מאסקאוויטש''' אין ניו-יורק, א זון פון הרב '''[[שלום מאסקאוויטש]]''', רב אין [[שאץ]]. * הרב '''[[מנחם מענדל הורוויץ (מעליץ)|מנחם מענדל הורוויץ]]''' הי"ד ([[ה'תרמ"ג]] <small>(אומגעפער)</small> – [[ה'תש"ג]]), ממלא מקום פון פאטער, רב אין [[מעליץ]]. ער האט געהייראט מרת '''פרומט בילא''', א טאכטער פון הרב שמואל שמעלקא פרענקל תאומים אב"ד קלאסני-וויעליטשקא. ער האט אויך פארפאסט ניגונים וועלכע זענען געווארן באקאנט אלס מעליצער ניגונים. בעת דער צווייטער וועלט קריג איז ער געווען אין לאגער ראדמישלא, וואו ער איז געכאפט געווארן בשעת'ן דאווענען מיט א מנין שבת. די נאציס האבן אים און די אנדערע מתפללים ארויסגעפירט פונעם לאגער, זיי געהייסן גרובן א גרוב, און זיי דערנאך דערשאסן און דארט באגראבן. זיינע קינדער זענען אלע אומגעקומען אין דער חורבן. * הרב '''[[אברהם אביש הורוויץ]]''' הי"ד ([[ה'תרנ"ז]] - [[ה'תש"ד]]), רב אין [[ספינקא]] און [[קראלי]]. ער איז געווען א אידעם פון רבי [[יצחק אייזיק ווייס]] פון ספינקא, און האט באקומען סמיכה להוראה פון רבי שמואל ענגיל אב"ד [[ראדאמישל|ראדמישלא]] און פון דעם גאון פון [[אסטראווצע]]. בעת דער [[צווייטע וועלט-מלחמה|צווייטער וועלט קריג]] איז ער אריינגעשיקט געווארן אין לאגער [[סאטמאר, רומעניע|סאטמאר]] און פון דארט קיין [[אוישוויץ]], וואו ער איז אומגעקומען [[י"ב סיון]] [[ה'תש"ד]]. זיין זון איז רבי [[שמואל צבי הורוויץ]], דער אדמו"ר מספינקא. * הרב '''דוד הורוויץ'''. ער איז געווען א אידעם פון זיין פעטער רבי צבי יוסף רובין אב"ד [[יאסלא]]. ער איז נפטר געווארן אין [[אמעריקע]] [[י"א סיון]] [[ה'תשי"ז]]. * מרת '''חיה הינדא''' הי"ד, די ווייב פון הרב '''משה אליעזר הורוויץ''' הי"ד, רב אין [[רימאנאוו]] * מרת '''צפורה''', די ווייב פון הרב '''פנחס שמעיה האלבערשטאם''' פון [[גריבאוו]] צאנז, א זון פון הרב [[אריה לייביש האלבערשטאם (צאנז)|אריה לייביש האלבערשטאם]]. בעת זייערע [[שבע ברכות]] איז אויסגעבראכן די [[ערשטע וועלט קריג]]. זייערע קינדער און אייניקלעך זענען אומגעקומען אין דער [[צווייטע וועלט-מלחמה|צווייטע וועלט מלחמה]]. * מרת '''רחמה''', די ווייב פון הרב '''[[סיני האלבערשטאם]]''' ([[ה'תר"ל]] - [[כ"ו תמוז]] [[ה'תש"א]]), רב אין [[זשמיגראד]]. זי איז אומגעקומען און באגראבן געווארן אין [[בויבריק]] בעת איר אנטלויפן אין די מלחמה יארן. * מרת '''תרצה''', די ווייב '''בזיווג ראשון''' פון הרב '''בן-ציון האלבערשטאם''' רב אין [[באבוב]], איבער דעם גט איז פראגעקומען גרויסע קריגערייען צווישן די הייפען פון [[באבוב]] אין [[מעליץ]]. '''בזיווג שני''' האט זי געהייראט רבי יחיאל מקרעטשנוף, א זון פון רבי יוסף מבורשה און אן אייניקל פון בעל ''[[ייטב לב]]''. * הרב '''[[יצחק הורוויץ (מעליץ)|יצחק הורוויץ]]''' ([[ה'תרס"ב]] <small>(אומגעפער)</small> – [[כ"ב תמוז]] [[ה'תשל"ח]]), מעליצער רבי אין [[ניו יארק]]. ער האט ארויסגעגעבן די תורת אביו אין א ספר מיטן נאמען ''קדושת נפתלי''. * הרב '''ברוך הורוויץ''' ([[ה'תר"ס]] <small>(אומגעפער)</small> - [[כ"ד כסלו]] [[ה'תשט"ו]]), ליזשענסקער רבי אין [[ניו יארק]]. ער איז געווען א אידעם פון רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון פוהדייץ, און בזיווג שני א אידעם פון רבי אלחנן ווייסבלום, אן אייניקל פון רבי [[אלימלך פון ליזשענסק]]. בעת דער צווייטער וועלט קריג איז ער פארשיקט געווארן קיין [[סיביר]], און נאכדעם איז ער געקומען קיין [[אמעריקע]]. * מרת '''ביילא מירל''', די ווייב פון הרב '''[[יחזקאל האלשטאק]]''' אב"ד [[אסטראווצע]]. זי איז אומגעקומען צוזאמען מיט אירע קינדער אין דער קריג. * מרת '''פריידא''', די ווייב פון הרב '''אשר לעמיל הורוויץ''' ([[ה'תרמ"ו]] - [[י' סיון]] [[ה'תרצ"ג]] <small>(אומגעפער)</small> ), רב אין [[שענדישאוו]], א זון פון הרב [[טוביה הורוויץ (שענדישוב)|טוביה הורוויץ]], רב אין [[שענדישאוו]]. זי האט אפגעהיט די תורת פון איר פאטער, און שפעטער איבערגעגעבן פאר איר ברודער רבי יצחק, וואס האט זיי געדרוקט אינעם ספר ''קדושת נפתלי''. * מרת '''ברכה''', די ווייב פון הרב '''דוד טייטלבוים''' פון [[פשעמישל]]. זי און אירע קינדער זענען אומגעקומען אין דער חורבן. * מרת '''סאשא''', די ווייב פון הרב '''יוסף דוד רובין''' פון סאסוב ==''זיינע ספרים''== * ''קדושת נפתלי על התורה — די תורות פון '''רבי נפתלי''' זענען צוזאמענגעשטעלט און געדרוקט געווארן דורך זיין זון הרב [[יצחק הורוויץ (מעליץ)|יצחק הורוויץ]], און מיט דער הילף פון אנדערע בני המשפחה.'' == רעפערענצן== * ''י"ג אורות'' - סיפורים דערציילט דורך רבי [[יעקב לייזער|יענקלי לייזער]] דער [[פשעווארסק]]ער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד * ''אנציקלופדיה לחכמי גליציה'', מאיר וונדר * ''בית היין'', אהרן האלבערשטאם, ברוקלין תשנ"ט * ''תורת החסידות'', אלפסי <references /> [[קאַטעגאָריע:גאליציאנער אדמורי"ם|הורוויץ, נפתלי]] [[קאַטעגאָריע:מעליץ]] * [[קאַטעגאָריע:גאליציאנער אדמורי"ם|הורוויץ, נפתלי]] [[קאַטעגאָריע:אדמורי בית ראפשיץ]] [[קאַטעגאָריע:מעליץ]] r76f4bjvbmx24lbffj9iocelemjlnph דעם טעגליכען רמב"ם 0 54642 602591 597740 2026-09-09T19:24:27Z Menseg 62495 /* היסטאריע */ 602591 wikitext text/x-wiki '''דער טעגליכער רמב"ם''' (אין [[לשון קודש|לשון הקודש]] "'''רמב"ם היומי'''"), איז א תקנה וואס דער [[לובאוויטשער רבי|ליובאוויטשער רבי]] האט געמאכט, צו לערנען דעם [[משנה תורה]] פונעם [[רמב"ם]] יעדן טאג, לויט די דריי וועגן וואס ער האט געזאגט. == היסטאריע == [[טעקע:סיום הרמבם תשע.JPEG|קליין|322x322פיקס|א סיום אפ'ן רמב"ם אין [[ירושלים]]]] ביי א פארבריינגען אחרון של [[פסח]] [[תשמ"ד|תשד"מ]] האט דער רבי פארגעלייגט א נייע תקנה, אז יעדער [[איד]] זאל לערנען רמב"ם יעדער טאג. דער רבי האט ערקלערט אז רמב"ם איז א וואס האט די הלכות פון אלע [[תרי"ג מצוות]], אזוי אז יעדער וואס וועט א טייל נעמען אין די תקנה, מקיים זיין די מצוה פון וויסן די גאנצע תורה, אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט אליין אין זיין פארווארט צו [[משנה תורה]], אז ער האט געגעבן זיין ספר דעם נאמען משנה תורה ווייל א מענטש לערנט פריער תורה שבכתב און דערנאך לערנט ער דאס ספר, און פון דעם קען ער שוין גאנץ תורה שבעל פה. אויך האט דער רבי געזאגט, אז דורך דעם וואס אידען ארום די וועלט לערנען די זעלבע זאך יעדער טאג, וועט דאס ברענגען [[אחדות]] צווישען אידען, וואס וועט בריינגען די [[משיח|גאולה]]. דער רבי האט געמאכט דריי וועגן ויאזוי צו לערנען: * '''דרײ פרקים א טאג''': ענדיקט דעם גאַנצן רמב"ם בערך עלף חדשים (339 טעג). * '''איין פרק א טאג''': ענדיקט דעם גאַנצן משנה תורה אין בערך צוויי יאָר און צען חדשים (1017 טעג). * '''לימוד ספר המצוות פֿון רמב"ם''': דאס איז בעיקר פאר פרויען און קינדער, און ווערט געענדיקט צוזאַמען מיטן דרײ פרקים לימוד. לויט דער רבי'ס ווערטער, דאַרף מען זיך באַמיען צו לערנען די טאג טעגלעכע שיעורים בײ טאג. אויב מען האט נישט פארפאסט, קען מען עס נאָכקומען בײַ נאַכט ביז [[חצות]], אָדער אפילו ביז [[עלות השחר]]. דער רבי האט אויך געזאגט אז רמב"ם איז א סגולה פאר מופסים, אזוי ווי דער [[ראשי תיבות]] פון רמב"ם איז "רבות מופתי בארץ מצרים". צענדליקער [[גדול בישראל|גדולי ישראל]] האבן אונטערגעשטיצט דעם תקנה, צווישען זיי: הרב [[מרדכי אליהו]], הרב [[שמואל וואזנער]], הרב [[משה פיינשטיין]], הרב [[משה יהושע האגער]] - דער ישועות משה פון [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניץ]], דער [[לב שמחה]], דער [[פני מנחם]] און הרב [[יעקב אריה אלטער]] פון [[גער]]. די תקנה איז פארשפרייט געווארן איבערן וועלט, און היינט צו טאג'ס לערנען צענדליקער טויזענטער אידען רמב"ם טאג טעגליך. יעדער יאר, ווען מען ענדיקט דעם רמב"ם, מאכן דעם "ועד סיום הרמב"ם העולמי" א ריזקע סעלבריישען אין איינע פון די זאל'ן אין ניו יארק. אויך ארום די וועלט ווערט געמאכט גרויסע סיומים. == וועבלינקען == * [https://col.org.il/files/uploads/original/2020/07/5f0815ee02186_1594365422.pdf זכרו תורת משה] א גיליון פון [[המודיע]], אין צוזאמענהאנג מיט דעם 40'טען סיום. n04d0zbtqeo7nojhdrboq1z4oprtf0z עקיבא הערש קליין 0 55185 602584 2026-09-09T16:24:48Z Menseg 62495 געשאַפֿן בלאַט מיט ''''ר' עקיבא הערש קליין''' איז א חסידישער נדבן, פילאנטראפ און דעוועלאפער אין [[קרית יואל]], [[ניו יארק]]. ער איז באקאנט פאר זיינע גרויסע נדבות פאר מוסדות סאטמאר און פאר זיין באטייליגונג אין די אנטוויקלונג פון נייע הייזער אין קרית יואל, בפרט אין דער שכונת ויואל...' 602584 wikitext text/x-wiki '''ר' עקיבא הערש קליין''' איז א חסידישער נדבן, פילאנטראפ און דעוועלאפער אין [[קרית יואל]], [[ניו יארק]]. ער איז באקאנט פאר זיינע גרויסע נדבות פאר מוסדות סאטמאר און פאר זיין באטייליגונג אין די אנטוויקלונג פון נייע הייזער אין קרית יואל, בפרט אין דער [[שכונת ויואל משה]]. אין די לעצטערע יארן איז קליין געווארן באקאנט אלס איינער פון די גרעסטע נדבנים פאר די מוסדות סאטמאר אין קרית יואל. ער האט געשאנקען צענדליגער מיליאנען דאלארן פאר בנינים פון תלמוד תורה, בית רחל און בתי מדרשים, און איז אויך פארבונדן מיט גרויסע בוי פראיעקטן אין דער שטאט.<ref>{{Cite web|title=מחיל אל חיל • הנגיד ר' עקיבא הערש קליין קויפט אפ שם הבנין פון נייעם בנין בית רחל אין קרית יואל|url=https://www.bechatzros.com/post/542002|website=בחצרות|date=29 מאי 2023}}</ref> {{אינפובאקס מענטש|נאמען=עקיבא הערש קליין|געבורטס נאמען=עקיבא הערש קליין|באקאנט פאר=נדבנות, צדקה און נדל"ן|וואוין ארט=[[קרית יואל]], ניו יארק|באשעפטיגונג=דעוועלאפער, נדבן און פילאנטראפ}} == יוגנט און משפחה == פאר די פובליק באריכטן איז נישט באקאנט זיין גענויע געבורטסדאטום. א באריכט פון 2008 באשרייבט אים שוין דעמאלט אלס א '''יונגן נגיד''' פון סאטמאר אין אמעריקע, וואס ווייזט אז זיין ביזנעס און נדבנות קאריערע האט זיך אנטוויקלט נאך פאר זיין שפעטערדיגע גרויסע טעטיקייט אין קרית יואל.<ref>בלאט, "מסע בארץ הקודש", 19 נאוועמבער 2008.</ref> זיין פאטער איז '''רבי שמואל יהודה קליין'''.<ref>באריכט איבער דער משפחה פון רבי עוזר קליין, Dirshu.</ref> אין א באריכט ווערט ר' יחזקאל שרגא געלבשטיין אויך באשריבן אלס א איידעם פון קליין.<ref>סאטמאר'ע נייעס, באריכט איבער א מעמד אין קרית יואל.</ref><ref>Dirshu, "הלא אתה היית בחבורת הילדים...", 2025.</ref> == בוי פראיעקטן און אנטוויקלונג == ער איז פארבונדן מיט דער דעוועלאפמענט פירמע '''Upscale Developers''', וועלכע ווערט אין באריכטן באשריבן אלס א פירמע וואס בויט הויכקוואליטעט רעזידענציעלע פראיעקטן אין קרית יואל און אין די ארומיגע געגנטן.<ref>Williamsburg 365, "Satmark Expo 2025", 14 יוני 2025.</ref> זיין באקאנטער שותף אין א צאל פון די אנטוויקלונגען איז '''[[מאיר יעקב אינדיג]]'''. א באריכט איבער די נייע דירות אין קרית יואל האט פארבונדן עקיבא הערש קליין און מאיר יעקב אינדיג מיט עטליכע פון די נייע פראיעקטן אין דער שטאט.<ref>Ah Blic Live, "נאנט צו 2,000 דירות גייען ארויס אויפ'ן מארקעט אין קרית יואל".</ref> אין 2025 האט א באריכט איבער די דירות־מארקעט אין קרית יואל דערמאנט Upscale Developers, אונטער דער פירערשאפט פון עקיבא הערש קליין, אלס דעוועלאפער פון נייע דירות אין דער געגנט.<ref>אידישע וועלט, באריכט איבער דירות אין קרית יואל, 2025.</ref> == שכונת ויואל משה == איינער פון די גרעסטע אנטוויקלונגען מיט וועלכע קליין איז פארבונדן איז די נייע וואוינונג שכונה אין קרית יואל, באקאנט אלס '''שכונת ויואל משה'''. די אנטוויקלונג איז געווארן א וויכטיגע טייל פון דער פארברייטערונג פון קרית יואל, וואס האט זיך שטארק פארגרעסערט צוליב דעם וואוקס פון דער באפעלקערונג און דעם פארלאנג פאר נייע דירות. לויט באריכטן זענען אין די פארשידענע פראיעקטן פון דער געגנט פלאנירט געווארן טויזנטער דירות. אין 2024 איז באריכט געווארן אז קליין איז געווען אין פראצעס פון אנטוויקלען א נייע שכונה מיט בערך '''2,000 דירות'''.<ref>The Yeshiva World, "At the Satmar Rebbe's Request", 3 סעפטעמבער 2024.</ref><ref>Ah Blic Live, "נאנט צו 2,000 דירות גייען ארויס אויפ'ן מארקעט אין קרית יואל".</ref> לויט באריכטן פון סאטמארער מקורות, האט קליין פארקויפט דירות אין דער שכונה פאר פרייזן וועלכע זענען אפגעמאכט געווארן מיט די קונים עטלעכע יאר פריער. ווען די קאנסטרוקציע קאסטן זענען שפעטער שטארק געשטיגן, האט ער זיך געהאלטן ביי די ארגינעלע פרייזן און, לויט די באריכטן, נישט פארלאנגט פון די קונים קיין צוגאב צו דעם פרייז.<ref>{{Cite web|title=סאטמארע נייעס|url=https://t.me/s/Satmara_Niyes/12331|website=סאטמארע נייעס}}</ref> די אנטוויקלונג פון נייע דירות איז געווארן א וויכטיגע טעמע אין קרית יואל צוליב דעם שטארקן וואוקס פון דער חרדישער באפעלקערונג און דעם גרויסן פארלאנג פאר וואוינונג. == נדבנות == אין א באריכט פון 2025 איז קליין באשריבן געווארן אלס איינער פון די גרעסטע בעלי צדקה אין קרית יואל. דער באריכט רעכנט אויס א רייע פון גרויסע נדבות פאר די סאטמארער מוסדות און אנדערע קהלישע פראיעקטן. צווישן די דערמאנטע נדבות זענען: * 10 מיליאן דאלאר פארן נייעם בנין בית רחל אין קרית יואל;<ref>{{Cite web|title=מחיל אל חיל • הנגיד ר' עקיבא הערש קליין קויפט אפ שם הבנין פון נייעם בנין בית רחל אין קרית יואל|url=https://www.bechatzros.com/post/542002|website=בחצרות|date=29 מאי 2023}}</ref><ref>{{Cite web|title=מחיל אל חיל • הנגיד ר' עקיבא הערש קליין קויפט אפ שם הבנין פון נייעם בנין בית רחל אין קרית יואל|url=https://www.bechatzros.com/post/542002|website=בחצרות|date=29 מאי 2023}}</ref> * 8 מיליאן דאלאר פארן תלמוד תורה "בנין קליין";<ref>{{Cite web|title=סאטמארע נייעס|url=https://t.me/s/Satmara_Niyes/12331|website=סאטמארע נייעס}}</ref><ref>{{Cite web|title=מחיל אל חיל • הנגיד ר' עקיבא הערש קליין קויפט אפ שם הבנין פון נייעם בנין בית רחל אין קרית יואל|url=https://www.bechatzros.com/post/542002|website=בחצרות|date=29 מאי 2023}}</ref> * 20 מיליאן דאלאר פארן גרויסן בית מדרש אין שכונת ויואל משה; * 10 מיליאן דאלאר פארן בית מדרש אין עיקערס ענקלעיוו; * 1 מיליאן דאלאר פארן בנין בית המדרש ברך משה אין ירושלים.<ref>{{Cite web|title=די גרויסע בעלי צדקה אין קרית יואל|url=https://www.theyingerman.com/wp-content/uploads/2025/04/Yingerman-38-MONSEY-compressed.pdf|website=דער אינגערמאן|date=2025}}</ref> דער זעלבער באריכט באשרייבט אים אלס א הויפט בעל צדקה אין קרית יואל און דערמאנט אויך זיינע באדייטנדע אקטיוויטעטן אין בוי פראיעקטן.<ref>{{Cite web|title=דער אינגערמאן, נומער 38|url=https://www.theyingerman.com/wp-content/uploads/2025/04/Yingerman-38-MONSEY-compressed.pdf|website=דער אינגערמאן|date=9 אפריל 2025}}</ref> === בתי מדרשים === קליין האט אויך געשטיצט די אויפבוי פון בתי מדרשים אין פארשידענע געגנטן פון די סאטמארער קהילה. לויט א באריכט פון 2023 האט ער געשאנקען בערך '''20 מיליאן דאלאר''' פאר דעם גרויסן בית מדרש אין דער שכונת ויואל משה, און נאך '''10 מיליאן דאלאר''' פאר א בית מדרש אין דער געגנט באקאנט אלס עיקערס ענקלעיוו.<ref>{{Cite web|title=מחיל אל חיל • הנגיד ר' עקיבא הערש קליין קויפט אפ שם הבנין פון נייעם בנין בית רחל אין קרית יואל|url=https://www.bechatzros.com/post/542002|website=בחצרות|date=29 מאי 2023}}</ref> === גמילות חסדים === קליין איז אויך געווען פארבונדן מיט גמילות חסדים און אנדערע קהלישע פראיעקטן. א באריכט פון 2024 דערמאנט אים אלס איינער פון די הויפט נדבנים פאר א גמ"ח אין קרית יואל, און באצייכנט אים אלס "בונה ומקים עולמות של תורה וחסד". דער באריכט זאגט אז ער איז געווען צווישן די הויפט נדבנים פון דעם ארגינעלן גמ"ח שוין פון דער צייט פון זיין גרינדונג אין תשס"א, און האט שפעטער נאכאמאל געגעבן א גרויסע נדבה פאר א נייעם לאקאל פאר דעם גמ"ח.<ref>אידישע וועלט / באריכט איבער די גמ"ח אין קרית יואל, 2024.</ref> == דער דירות פרייז קריזיס == אין 2024 איז קליין'ס נאמען געווארן ברייט באקאנט אין פארבינדונג מיט די דירות פרייזן אין קרית יואל. צוליב דעם שטארקן שטייגן פון דירות פרייזן אין דער שטאט האט דער סאטמארער רבי פון קרית יואל אויפגעברענגט דעם ענין ביי א פובליק געשעעניש און געבעטן די דעוועלאפער צו העלפן פארגרינגערן די דירות קריזיס. לויט באריכטן האט קליין מסכים געווען צו פארקויפן בערך '''1,000 דירות''' אין א גרויסן פראיעקט פאר א פיל נידריגערן פרייז ווי די פרייזן וואס זענען דעמאלט געווען אויפן מארקעט. די באריכטן האבן דערמאנט א פרייז פון בערך '''$300 פאר א סקווער פוס'''.<ref>{{Cite web|title=זו הסיבה שהנגיד החרדי הסכים לוותר על כמיליארד ש"ח בשנייה אחת|url=https://www.jdn.co.il/|website=JDN|date=3 סעפטעמבער 2024}}</ref> דער באשלוס איז באריכט געווארן אלס א פינאנציעלער קרבן פון בערך '''250 מיליאן דאלאר''', לויט די חשבונות וואס זענען פארעפנטליכט געווארן אין די מידיא.<ref>The Yeshiva World, "At the Satmar Rebbe's Request", 3 סעפטעמבער 2024.</ref> די באשלוס איז פארשפרייט געווארן אלס א באדייטנדע שריט צו פארקלענערן די קאסטן פון דירות פאר יונגע משפחות אין קרית יואל. באריכטן האבן געשאצט אז דער חילוק צווישן דעם פרייז און די מעגליכע מארקעט ווערט קען דערגרייכן הונדערטער מיליאנען דאלארן.<ref>{{Cite web|title=זו הסיבה שהנגיד החרדי הסכים לוותר על כמיליארד ש"ח בשנייה אחת|url=https://www.jdn.co.il/|website=JDN|date=3 סעפטעמבער 2024}}</ref> == Mountain Ridge און ווייטערדיגע אנטוויקלונגען == נאך דעם 2024 דירות־פרייז פלאן זענען ווייטער אנגעגאנגען נייע אנטוויקלונגען אין קרית יואל. אין 2025 זענען באריכטן ארויסגעקומען איבער א נייעם פראיעקט באקאנט אלס '''Mountain Ridge''', וואו Upscale Developers, אונטער עקיבא הערש קליין און זיין שותף מאיר יעקב אינדיג, האבן אנגעהויבן ארבעטן אויף הונדערטער נייע דירות. א באריכט האט דערמאנט א צאל פון בערך '''900 דירות''' פאר א פרייז פון $300 פאר א סקווער פיס.<ref>אידישע וועלט, "דירות אין קרית יואל", מאי 2025.</ref> די פראיעקטן זענען א טייל פון דער ברייטער פארברייטערונג פון קרית יואל און פון די באמיאונגען צו שאפן מער צוגענגליכע וואוינונגען פאר יונגע משפחות. == פארבינדונג מיט מוסדות סאטמאר == קליין'ס נדבנות איז שטארק פארבונדן מיט די מוסדות סאטמאר אין קרית יואל. ביי די חנוכת הבית פון "בנין קליין" האט דער סאטמארער רבי ארויסגעברענגט זיין באדייטנדע ראלע אין דער אויפבוי פון דעם בנין און אין דער פארברייטערונג פון די מוסדות.<ref>{{Cite web|title=סאטמארע נייעס|url=https://t.me/s/Satmara_Niyes/12331|website=סאטמארע נייעס}}</ref> די זעלבע באריכטן זאגן אז דער רבי האט באטראכט די נדבות און די נידריגע דירות פרייזן אלס א ביישפיל פאר אנדערע דעוועלאפער, און זיי אויפגעפאדערט זיך צו לערנען פון דעם ביישפיל לטובת די איינוואוינער פון קרית יואל.<ref>{{Cite web|title=סאטמארע נייעס|url=https://t.me/s/Satmara_Niyes/12331|website=סאטמארע נייעס}}</ref> == זעט אויך == * [[קרית יואל]] * [[סאטמאר]] * [[שכונת ויואל משה]] {{רעפערענצן}} 50w5zgffx7sbtvdvfpne6dyk57xy9tq אברהם בראך 0 55186 602585 2026-09-09T17:02:28Z Menseg 62495 געשאַפֿן בלאַט מיט ''''ר'אברהם בראך''' איז אן אמעריקאנער ביזנעסמאן, ריעל עסטעט אינוועסטירער און דעוועלאפער, וואס איז אקטיוו אין ניו יארק און ניו דזשערסי. ער איז דער גרינדער און פרעזידענט פון '''Signature Acquisitions''', א פריוואטע אינוועסטירונג פירמע וואס פארמאגט און אנטוויקלט געביידע...' 602585 wikitext text/x-wiki '''ר'אברהם בראך''' איז אן אמעריקאנער ביזנעסמאן, ריעל עסטעט אינוועסטירער און דעוועלאפער, וואס איז אקטיוו אין ניו יארק און ניו דזשערסי. ער איז דער גרינדער און פרעזידענט פון '''Signature Acquisitions''', א פריוואטע אינוועסטירונג פירמע וואס פארמאגט און אנטוויקלט געביידעס אין פארשידענע טיילן פונעם ניו יארק ראיאן.<ref>{{cite web|title=Signature Office Portfolio II|url=https://www.sec.gov/Archives/edgar/data/1883246/000153949721001444/n2718-x3_ts.htm|publisher=U.S. Securities and Exchange Commission}}</ref> בראך איז אויך פארבונדן מיט א צאל אנדערע ביזנעסער און מיט א גרויסער צאל פראיעקטן אין ברוקלין, מאנהעטן און ניו דזשערסי. == לעבן און ביזנעס קאריערע == אברהם בראך האט געבויט א ביזנעס קאריערע אין ריעל עסטעט און אין פארשידענע אנדערע אינדוסטריעס. לויט א דאקומענט אריינגעגעבן ביי די [[פאראייניגטע שטאטן סעקיוריטיס און עקסטשעינדזש קאמיסיע|סעקיוריטיס און עקסטשעינדזש קאמיסיע]] איז בראך דער גרינדער און פרעזידענט פון Signature Acquisitions. די פירמע איז א פריוואטע ריעל עסטעט אינוועסטירונג פירמע וואס פארמאגט און פארוואלטעט פארשידענע קאמערציעלע און רעזידענציעלע פראפערטי.<ref>{{cite web|title=Signature Office Portfolio II|url=https://www.sec.gov/Archives/edgar/data/1883246/000153949721001444/n2718-x3_ts.htm|publisher=U.S. Securities and Exchange Commission}}</ref> אין די זעלבע דאקומענטן ווערט דערמאנט אז די פארמעגן פון Signature Acquisitions האבן אריינגערעכנט מיליאנען סקוווער פיס פון קאמערציעלע שטח און פארשידענע מולטי פאמיליע רעזידענציעלע פראפערטי. אין איין פינאנציעלן באריכט זענען די פארמעגן פון דעם פארטאפאליע דעמאלט באשריבן געווארן אלס מער ווי פיר מיליאן סקוווער פיס איבער 31 קאמערציעלע פארמעגן און נאך עטליכע רעזידענציעלע פראפערטן.<ref>{{cite web|title=Signature Office Portfolio II|url=https://www.sec.gov/Archives/edgar/data/1883246/000153949721001444/n2718-x3_ts.htm|publisher=U.S. Securities and Exchange Commission}}</ref> בראך'ס שותף עריק זאברקוס איז פאראנטווארטליך געווען פאר דעם טעגליכן פארוואלטונג פון טייל פון די פארמעגן פון Signature Acquisitions.<ref>{{cite web|title=Signature Office Portfolio II|url=https://www.sec.gov/Archives/edgar/data/1883246/000153949721001444/n2718-x3_ts.htm|publisher=U.S. Securities and Exchange Commission}}</ref> == Signature Acquisitions == Signature Acquisitions איז די פירמע וואס איז מערסט שטארק פארבונדן מיט בראך'ס ריעל עסטעט אקטיוויטעטן. די פירמע האט פארמאגט און אינוועסטירט אין קאמערציעלע געביידעס, אפיס שטחים און רעזידענציעלע פראפערטי אין ניו יארק און ניו דזשערסי. צווישן 2016 און 2018 האט בראך'ס פירמע איינקויפט א גרופע אפיס פראפערטי אין ניו דזשערסי פאר א פרייז פון בערך $64.1 מיליאן.<ref>{{cite web|title=Signature Office Portfolio II|url=https://www.sec.gov/Archives/edgar/data/1883246/000153949721001444/n2718-x3_ts.htm|publisher=U.S. Securities and Exchange Commission}}</ref> ריעל עסטעט רעקארדס פארבינדן בראך אויך מיט צענדליגער באזונדערע פירמעס און לימיטעד לייעביליטי קאמפאניס וואס ווערן גענוצט פאר פארשידענע פראפערטי און דעוועלאפמענט פראיעקטן. צווישן זיי געפינען זיך Cascade 553 LLC, 425 Marcy Avenue LLC און פארשידענע פירמעס מיטן קיצור SIG.<ref>{{cite web|title=Abraham Brach - Real Estate Investor|url=https://elementix.com/investors/ny/abraham-brach|publisher=Elementix}}</ref> == אנדערע ביזנעסער == אברהם בראך איז אויך פארבונדן מיט ביזנעסער אינדרויסן פון ריעל עסטעט. לויט פינאנציעלע דאקומענטן האט ער פארמאגט אדער פארוואלטעט די פירמעס '''Northside Packaging Corp.''', '''Healthy Food Brands, LLC''' און '''Simply Natural Foods'''.<ref>{{cite web|title=Signature Office Portfolio II|url=https://www.sec.gov/Archives/edgar/data/1883246/000153949721001444/n2718-x3_ts.htm|publisher=U.S. Securities and Exchange Commission}}</ref> אין א געריכט־פאל אין קינגס קאונטי איז בראך אלס א managing member פון Ike and Sam's Group, LLC באצייכנט געווארן. די פירמע האט זיך פארנומען מיט פארקויפן, פראדוצירן און פארשפרייטן פאפקארן. דער זעלבער פאל האט פארבונדן בראך מיט Simply Natural Foods, Healthy Food Brands, Northside Packaging און 74 Mall Drive Realty.<ref>{{cite web|title=Ike and Sam's Group, LLC v. Brach|url=https://www.nycourts.gov/reporter/pdfs/2014/2014_33738.pdf|publisher=New York State Unified Court System|date=5 November 2014}}</ref> אין דעם פאל זענען געשטעלט געווארן פארשידענע קלאגעס צווישן די פארטייען. דער געריכט'ס באשלוס פון 2014 און א שפעטערער באשלוס פון די ניו יארקער אפעלאט דיוויזיע באשרייבן בראך אלס א managing member פון דער פירמע.<ref>{{cite web|title=Ike & Sam's Group, LLC v. Brach|url=https://law.justia.com/cases/new-york/appellate-division-second-department/2016/2015-01471.html|publisher=New York Appellate Division, Second Department|date=6 April 2016}}</ref> == ריעל עסטעט אין ברוקלין == בראך איז פארבונדן מיט א גרויסער צאל פראפערטי אין ברוקלין. זיינע אקטיוויטעטן זענען ספעציעל קאנצענטרירט געווארן אין וויליאמסבורג און בעדפארד סטייווזאנט. איינער פון די גרעסטע פראיעקטן מיט וועלכן ער איז פארבונדן איז דער '''קעסקעיד לינען''' פלאץ אין [[בעדפארד סטייוועסענט|בעדפארד סטייווסענט]]. דער פלאץ, וואס איז אמאל געווען דער אינדוסטריעלער פלאץ פון ''קעסקעיד לינען סופליי קאמפעני'', נעמט אריין פראפערטי ארום מורטל עוועניו, מארסי עוועניו און סטאקטאן סטריט. אין מערץ 2015 האבן בראך און זיינע שותפים געקויפט דעם פלאץ פון Alliance Capital Group פאר בערך $70 מיליאן. די גרופע האט פלאנירט צו אנטוויקלען אויפן פלאץ א גרויסן געמישטן רעזידענציעלן און קאמערציעלן פראיעקט.<ref>{{cite web|title=Hasidic investors seek $144M loan for religious housing project at Cascade Linen site|url=https://therealdeal.com/new-york/2016/03/29/hasidic-investors-seek-144m-loan-for-religious-housing-complex-at-cascade-linen-site/|publisher=The Real Deal|date=29 March 2016}}</ref> די פלאנירטע דעוועלאפמענט האט געזאלט באשטיין פון זיבן געביידעס מיט בערך 550,000 סקוווער פיס. די פלענער האבן אריינגערעכנט בערך 228 דירות אויף ארום 450,000 סקוווער פיס, צוזאמען מיט בערך 100,000 סקוווער פיס קאמערציעלע פלאץ.<ref>{{cite web|title=Hasidic investors seek $144M loan for religious housing project at Cascade Linen site|url=https://therealdeal.com/new-york/2016/03/29/hasidic-investors-seek-144m-loan-for-religious-housing-complex-at-cascade-linen-site/|publisher=The Real Deal|date=29 March 2016}}</ref> די פירמע '''Cascade 553 LLC''' איז געגרינדעט געווארן אין פארבינדונג מיט דעם פראיעקט. אין א ניו יארקער סופרים קאורט פאַל פון 2023 ווערן אברהם בראך, פישל דייטש און נחמן לעבאוויטש באצייכנט אלס די הויפט שותפים פון Cascade 553 LLC.<ref>{{cite web|title=SPG Capital Partners LLC v Cascade 553 LLC|url=https://www.nycourts.gov/reporter/3dseries/2023/2023_50016.htm|publisher=New York State Law Reporting Bureau|date=6 January 2023}}</ref> די זעלבע געריכט־אקטע באשרייבט Cascade אלס א ריעל עסטעט דעוועלאפמענט פירמע און ברענגט ארויס אז די שותפים זענען געווען פאראנטווארטליך פאר די התחייבויות פון דעם פראיעקט.<ref>{{cite web|title=SPG Capital Partners LLC v Cascade 553 LLC|url=https://www.nycourts.gov/reporter/3dseries/2023/2023_50016.htm|publisher=New York State Law Reporting Bureau|date=6 January 2023}}</ref> == אנדערע פראיעקטן == בראך איז אויך געווען פארבונדן מיט ריעל עסטעט פראיעקטן אין וויליאמסבורג, אריינגערעכנט פראפערטי אויף Gerry Street, Bedford Avenue, Rutledge Street און אנדערע גאסן. ריעל עסטעט דאטא פארבינדט אים מיט '''425 Marcy Avenue LLC''' און מיט '''SIG 314 Rutledge LLC'''. די לעצטע פירמע איז פארבונדן מיט פראפערטי אויף 316 Rutledge Street אין וויליאמסבורג.<ref>{{cite web|title=Abraham Brach - Real Estate Investor|url=https://elementix.com/investors/ny/abraham-brach|publisher=Elementix}}</ref> אויך דער פראפערטי אויף 96 Stockton Street איז אין ריעל עסטעט רעקארדס פארבונדן מיט אברהם בראך. די געביידע איז א געמישטע רעזידענציעלע און קאמערציעלע געביידע אין ברוקלין.<ref>{{cite web|title=96 Stockton Street Condominium|url=https://www.pincusco.com/property/96-stockton-street/|publisher=PincusCo}}</ref> == ביזנעס פארמעגן == די פארשידענע ביזנעסער און לימיטעד לייעביליטי קאמפאניס וואס זענען פארבונדן מיט בראך האבן אים ערמעגלעכט צו אפערירן פראפערטי דורך באזונדערע איינהייטן פאר יעדן פראיעקט. א ריעל עסטעט אינוועסטירער דאטאבאזע רעכנט אויס צענדליגער איינהייטן און מער ווי הונדערט מארטגעדזש טראנזאקציעס פארבונדן מיט בראך'ס פראפערטי־פארמעגן.<ref>{{cite web|title=Abraham Brach - Real Estate Investor in New York City|url=https://elementix.com/investors/ny/abraham-brach|publisher=Elementix}}</ref> דאס פארמעגן נעמט אריין קאמערציעלע, אינדוסטריעלע, רעזידענציעלע און געמישטע פראפערטי אין ניו יארק און ניו דזשערסי. == שותפתן == אין זיינע ריעל עסטעט אקטיוויטעטן האט בראך געארבעט מיט פארשידענע אינוועסטירער און דעוועלאפערס. איינער פון זיינע באקאנטע שותפים איז געווען פישל דייטש, און אן אנדערער איז געווען נחמן לעבאוויטש. די דריי ווערן אין געריכט דאקומענטן באצייכנט אלס די הויפט פון Cascade 553 LLC.<ref>{{cite web|title=SPG Capital Partners LLC v Cascade 553 LLC|url=https://www.nycourts.gov/reporter/3dseries/2023/2023_50016.htm|publisher=New York State Law Reporting Bureau|date=6 January 2023}}</ref><ref>{{cite web|title=Hasidic investors seek $144M loan for religious housing project at Cascade Linen site|url=https://therealdeal.com/new-york/2016/03/29/hasidic-investors-seek-144m-loan-for-religious-housing-complex-at-cascade-linen-site/|publisher=The Real Deal|date=29 March 2016}}</ref>{{רעפערענצן}} fzpwemkwkfo9dxgyf6m53avaij5nsr3 מהרי"ל 0 55187 602586 2026-09-09T18:07:47Z Menseg 62495 געשאַפֿן בלאַט מיט '{{אישיות}}'''רבי יעקב בן משה הלוי סג"ל מולין''' (ארום [[1363]] – [[14טן סעפטעמבער]] [[1427]], [[כ"ב אלול]] [[ה'קפ"ז]]), באקאנט אלס '''מהרי"ל''', '''מהר"י סג"ל''' און '''מהר"י מולין''', איז געווען איינער פון די גרויסע [[ראשונים]] און [[פוסק|פוסקים]] פון אשכנז. ער האט געדינט אלס [[רב]] און רא...' 602586 wikitext text/x-wiki {{אישיות}}'''רבי יעקב בן משה הלוי סג"ל מולין''' (ארום [[1363]] – [[14טן סעפטעמבער]] [[1427]], [[כ"ב אלול]] [[ה'קפ"ז]]), באקאנט אלס '''מהרי"ל''', '''מהר"י סג"ל''' און '''מהר"י מולין''', איז געווען איינער פון די גרויסע [[ראשונים]] און [[פוסק|פוסקים]] פון אשכנז. ער האט געדינט אלס [[רב]] און [[ראש ישיבה]] אין [[מיינץ]], און איז געווען איינער פון די הויפט תורה אויטאריטעטן פאר די אידן פון [[אשכנז]] אין זיין דור. ער איז באזונדער באקאנט צוליב זיינע ספרים איבער די מנהגים פון די אשכנזישע קהילות, און דערפאר ווערט ער אפט אנגערופן דער '''אבי מנהגי אשכנז'''. זיין הויפט ווערק, '''מנהגי מהרי"ל''', באקאנט אויך אלס '''ספר מהרי"ל''' אדער '''המנהגים''', אנטהאלט א גרויסן צאל מנהגים, הלכות, הנהגות און מנהגים אין שול און אין שטוב. דאס ספר איז געווארן איינער פון די וויכטיגסטע מקורות פאר די מנהגים פון אידן אין אשכנז, און איז שפעטער אסאך מאל ציטירט געווארן דורך [[רמ"א|רבי משה איסרליש]], דער [[רמ"א]], אין זיינע הגהות אויפן [[שולחן ערוך]]. == לעבן == מהרי"ל איז געבוירן געווארן אין [[מיינץ]] אין דער צווייטער העלפט פונעם 14טן יארהונדערט. זיין גענויע געבורטס יאר איז נישט זיכער. די פארשפרייטע חשבון שטעלט זיין געבורט ארום [[1363]], בשעת אנדערע פארשער האבן פארגעשלאגן אנדערע יארן, אריינגערעכנט [[1375]].<ref>[[ישראל יעקב יובל]], "על כמה מפרסומי כתב-העת 'מוריה' ו'מפעל תורת חכמי אשכנז'", [[קרית ספר (מפעל ביבליוגרפי)|קרית ספר]], כרך ס"א, [[1987]], זייט 359.</ref> זיין פאטער איז געווען רבי משה הלוי סג"ל מולין, וועלכער האט געדינט אלס רב פון מיינץ. רבי יעקב איז געווען זיין פאטער'ס תלמיד, און האט פון אים מקבל געווען א גרויסן חלק פון זיין תורה. ער האט אויך געלערנט ביי אנדערע גרויסע חכמים פון יענער תקופה. צווישן זיינע רבנים ווערן דערמאנט רבי [[אברהם קלויזנער]] און רבי [[מאיר בן ברוך הלוי]] מווינה (מהר"ם סג"ל). א באזונדער וויכטיגער רב פאר אים איז געווען רבי [[שלום מנוישטאדט]], ביי וועמען ער האט געלערנט אין [[וינער נוישטאט]]. אין דער זעלבער תקופה האט דארט אויך געלערנט רבי יצחק אייזיק מטירנא. מהרי"ל האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון רבי משה נוימארק, וועלכער האט געדינט אלס רב אין [[ווין]]. עס זענען פאראן דעות אז רבי משה נוימארק איז דער זעלבער רב וואס ווערט אויך דערמאנט אלס רבי משה מצוריך. אין יאר [[1387]] ([[ה'קמ"ז]]) האט מהרי"ל איבערגענומען דעם רבנות שטול פון זיין פאטער אין מיינץ. ער האט דארט אויך געגרינדעט א [[ישיבה]], וועלכע האט צוגעצויגן א גרויסן צאל תלמידים. די ישיבה איז געווארן איינער פון די וויכטיגע תורה צענטערס אין אשכנז. == רב און מנהיג פון אשכנז == מהרי"ל האט געלעבט אין א שווערער תקופה פאר די אידן אין די [[הייליגע רוימישע אימפעריע]]. אידישע קהילות אין [[אוסטרייך]], [[בייערן]] און ביים [[ריין]] האבן דורכגעלעבט גזירות, גירושים, מלחמות און עקאנאמישע שוועריקייטן. אין יאר [[1420]] זענען די אידן פון אוסטרייך שווער פארפאלגט געווארן, און עס איז פארגעקומען א מאסן שחיטה פון אידן אין [[ווין]]. אין די קומענדיגע יארן האבן די [[הוסיטישע מלחמות]] גורם געווען גרויסע צער און אומזיכערקייט פאר די אידישע קהילות אין בייערן און אין די ריין געגנטן. מהרי"ל האט געהאט א גרויסע השפעה אויף די אידישע קהילות אין צענטראלע אייראפע. מענטשן און קהילות פון פארשידענע געגנטן האבן זיך געוואנדן צו אים מיט הלכתישע שאלות, און זיינע תשובות און מנהגים זענען שפעטער פארשפרייט געווארן דורך זיינע תלמידים. == חזנות און פיוט == מהרי"ל האט אויך געדינט אלס [[חזן]] אין זיין קהילה. ער האט געהאלטן אז די מסורה פון די אלטע ניגונים פון תפילה דארף נישט געטוישט ווערן, און האט זיך שטארק קעגנגעשטעלט צו אומנויטיגע ענדערונגען אין די טראדיציאנעלע ניגונים. צוזאמען מיט דעם ווערן אים אויך צוגעשריבן ניגונים וואס ער האט אליינס מחבר געווען. עטליכע פון די ניגונים וואס ווערן פארבונדן מיט זיין נאמען זענען נאך גענוצט געווארן אין דער אידישער קהילה פון מיינץ ביז פאר [[דער צווייטער וועלט מלחמה]]. ער האט אויך פארפאסט [[פיוט|פיוטים]] און זיך באשעפטיקט מיט די נוסחאות פון תפילה. זיינע מנהגים אין ענינים פון חזנות, פיוט און תפילה זענען געווארן א וויכטיגער מקור פאר די שפעטערדיגע אשכנזישע מסורה. == מנהגי מהרי"ל == דער באקאנטסטער ספר וואס איז פארבונדן מיט מהרי"ל איז '''מנהגי מהרי"ל''', וואס ווערט אויך גערופן '''ספר מהרי"ל''', '''ליקוטי מהרי"ל''' אדער פשוט '''המנהגים'''. דער ספר באשרייבט אין דעטאלן די מנהגים און הנהגות פון די אשכנזישע אידן אין פארשידענע געביטן פון אידישן לעבן. עס ווערט דארט געברענגט דער סדר פון תפילה, מנהגים פון שבת און יום טוב, די מנהגים פון די ימים טובים, מנהגים אין בית הכנסת און אין שטוב, און פארשידענע אנדערע הלכתישע הנהגות. דער ספר אנטהאלט אויך דרשות, פסקי הלכה און הערות פון מהרי"ל. דער ספר איז נישט געווארן געשריבן דורך מהרי"ל אליין אלס איין מסודר'דיגע ווערק. זיינע תלמידים האבן פארזאמלט און געשריבן זיינע מנהגים און דברי תורה, און במשך די יארן זענען געשאפן געווארן פארשידענע נוסחאות פונעם ספר. איינער פון די הויפט מלקטים איז געווען רבי אלעזר בן יעקב, וועלכער ווערט אויך גערופן זלמן משוטיגווערא, פון [[סאנקט גואר]] ביים ריין.<ref>שלמה י. שפיצער, '''ספר מהרי"ל''', [[מכון ירושלים]], [[1989]], זייט 12.</ref> דער ספר איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין [[סביונטא]] אין [[איטאליע]] אין יאר [[1556]] ([[ה'שט"ז]]). נאכדעם איז עס אסאך מאל איבערגעדרוקט געווארן. דער ספר האט געהאט א גאר גרויסע השפעה אויף די אשכנזישע מנהגים. דער [[רמ"א]] ברענגט אים אסאך מאל אין זיינע הגהות אויפן [[שולחן ערוך]], און שפעטערדיגע פוסקים האבן אים אויך אסאך גענוצט אלס מקור. א טייל פון די מנהגים וואס זענען געווארן אנגענומען אין די אשכנזישע קהילות זענען שטארק באאיינפלוסט געווארן דורך מהרי"ל'ס הכרעות. צווישן אנדערע האט זיין פסק איבער געוויסע פיוטים אין דער קדושה פון מוסף יום כיפור געהאט א השפעה אויף די נוסחאות פון מחזורים אין געוויסע אשכנזישע קהילות.<ref>[[דניאל גולדשמידט]], [[מחזור לפי מנהגי בני אשכנז לכל ענפיהם|מחזור לימים הנוראים]], חלק ב, יום כיפור, ירושלים [[1970]], זייט 408.</ref> == כתבי יד פון מנהגי מהרי"ל == די נוסח פון '''מנהגי מהרי"ל''' איז נישט געבליבן אלס איין איינהייטליכע טעקסט. שלמה י. שפיצער האט אונטערזוכט 22 כתבי יד פון דעם ספר און באמערקט אז צווישן זיי איז כמעט נישט פאראן קיין צוויי וואס זענען גענוי גלייך. דערפאר האבן די פארשידענע אלטע כתבי יד א באזונדערע חשיבות פאר די שטודיע פון דעם ספר און פון מהרי"ל'ס מסורה.<ref>שלמה י. שפיצער, '''ספר מהרי"ל''', מכון ירושלים, [[1989]], זייט 12.</ref> אין [[1989]] האט [[מכון ירושלים]] ארויסגעגעבן א וויסנשאפטליכע מהדורה פון '''ספר מהרי"ל''', רעדאקטירט דורך שלמה י. שפיצער. די מהדורה איז באזירט אויף פארשידענע כתבי יד און פריערדיגע דרוקן, און אנטהאלט מבואות, הערות און מפתחות. אין [[2024]] האט [[הוצאת וידר]] ארויסגעגעבן א פאקסימיליע מהדורה פון כתב יד גינזבורג 979. דער כתב יד איז נישט געווען פאראן פאר שפיצער ווען ער האט צוגעגרייט זיין מהדורה, און דער נייער מקור אנטהאלט פארשידענע אונטערשיידן אינעם טעקסט.<ref>משה צבי וידר, '''ספר מהרי"ל''', הוצאת וידר, [[2024]], זייט 2.</ref> == שו"ת == מהרי"ל איז געווען איינער פון די וויכטיגסטע פוסקים אין אשכנז אין זיין דור. שאלות פון פילע קהילות זענען געשיקט געווארן צו אים, און ער האט געשריבן תשובות אויף פארשידענע ענינים אין [[הלכה]]. א תלמיד פון מהרי"ל האט צוזאמגעזאמלט א טייל פון זיינע תשובות, וועלכע זענען צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין [[קרעמאנא]] אין [[1556]] ([[ה'שט"ז]]). אסאך אנדערע תשובות זענען געבליבן אין כתבי יד. אין [[1977]] ([[ה'תשל"ז]]) האט רבי יצחק סאץ צוזאמגעזאמלט א צאל פון די אומגעדרוקטע תשובות און ארויסגעגעבן זיי אונטערן נאמען '''שו"ת מהרי"ל החדשות'''.<ref>{{קישור כללי|כתובת=https://www.nli.org.il/en/books/NNL_ALEPH990012978800205171/NLI|כותרת=שו"ת מהרי"ל החדשות|אתר=די ישראלישע נאציאנאלע ביבליאטעק}}</ref> == תלמידים == צווישן די באקאנטע תלמידים פון מהרי"ל זענען געווען: * רבי [[יעקב ווייל]] – באקאנט אלס מהר"י ווייל איינער פון די גרויסע פוסקים פון דער קומענדיגער דור. * רבי [[ישראל איסרלן]] – בעל '''תרומת הדשן''', וועלכער ווערט לויט טייל דעות גערעכנט אלס א תלמיד פון מהרי"ל. * רבי אלעזר בן יעקב – איינער פון די מלקטים פון מהרי"ל'ס מנהגים. * רבי [[זלמן שטיין]] – ראש ישיבה אין מיינץ. * רבי ליווא לנדא – רב און ראש ישיבה. * רבי זלמן יענט – מחבר פון '''סדר טערויז'''. == זיינע ווערק == * '''מנהגי מהרי"ל''' – א זאמלונג פון זיינע מנהגים, הנהגות, פסקי הלכה און דרשות. * '''ספר מהרי"ל''' – אן אנדער נאמען פאר מנהגי מהרי"ל. * '''שו"ת מהרי"ל''' – זאמלונג פון זיינע הלכתישע תשובות. * '''שו"ת מהרי"ל החדשות''' – שפעטערדיגע זאמלונג פון תשובות וואס זענען געפונען געווארן אין כתבי יד. * פיוטים און ניגונים וואס ווערן אים צוגעשריבן. == פטירה == מהרי"ל איז נפטר געווארן אין [[ווארמס]] דעם [[כ"ב אלול]] [[ה'קפ"ז]] ([[14טן סעפטעמבער]] [[1427]]). ער איז באערדיגט געווארן אין דער [[אלטער אידישער בית החיים אין ווארמס]]. זיין קבר איז ביז היינט פארבונדן מיט דער היסטארישער אידישער קהילה פון וורמס און מיט די גרויסע חכמי אשכנז פון יענער תקופה. == השפעה == מהרי"ל'ס השפעה אויף דער אידישער מסורה פון אשכנז איז געווען זייער גרויס. זיין באזונדערע חשיבות ליגט אין דעם וואס ער האט נישט נאר געשריבן וועגן הלכה, נאר אויך דעטאלירט די פראקטישע מנהגים וואס זענען געווען איינגעפירט אין די אשכנזישע קהילות. '''מנהגי מהרי"ל''' איז געווארן איינער פון די יסוד קוואלן פאר דער שפעטערדיגער אשכנזישער הלכה און מנהג. דער רמ"א האט אים אסאך מאל ציטירט, און זיינע הכרעות זענען געווארן א טייל פון דער מסורה וואס איז שפעטער אנגענומען געווארן אין פילע אשכנזישע קהילות. צוליב דעם ווערט רבי יעקב מולין, דער מהרי"ל, פאררעכנט אלס איינער פון די וויכטיגסטע מנהיגים און פוסקים אין דער געשיכטע פון [[אשכנזישע אידן|אשכנזישן אידנטום]].{{רעפערענצן}} 53rvh3k3fjm48i2o2b4isda9r4crw4r חזקי בערקאוויטש 0 55188 602590 2026-09-09T19:04:37Z Menseg 62495 אַרטיקל־קעפּל אַריבער צו [[יחזקאל דוד בערקאוויטש]] 602590 wikitext text/x-wiki #ווייטערפירן [[יחזקאל דוד בערקאוויטש]] 3e0vvidru4ukm4o91blg62d1aw957ue