װיקיפּעדיע
yiwiki
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98
MediaWiki 1.47.0-wmf.22
first-letter
מעדיע
באַזונדער
רעדן
באַניצער
באַניצער רעדן
װיקיפּעדיע
װיקיפּעדיע רעדן
טעקע
טעקע רעדן
מעדיעװיקי
מעדיעװיקי רעדן
מוסטער
מוסטער רעדן
הילף
הילף רעדן
קאַטעגאָריע
קאַטעגאָריע רעדן
פארטאל
פארטאל רעדן
TimedText
TimedText talk
יחידה
שיחת יחידה
אירוע
שיחת אירוע
אינטערנעט
0
832
602793
589799
2026-10-06T06:10:37Z
~2026-53692-78
62985
speling
602793
wikitext
text/x-wiki
[[טעקע:Internet map 1024.jpg|קליין|250px|מאפע פון אלע סערווערס וואס זענען די רוקן-ביין פון אינטערנעט.]]
די '''אינטערנעט''' איז אַ גלאבאלע סיסטעם פון פארבונדענע [[קאמפיוטער נעצווערק|קאמפיוטער נעטווארק]], וואס אנטהאלט ביליאָנען [[קאָמפּיוטער]]ס צונויפגעבונדן אין אַ גרױסער [[נעץ]]. דאָס דערלױבט א קעגנזײַטיגן אינפֿאָרמאַציע-פֿלוס פֿון-און-צו אלע אנגעשלאסענע קאָמפּיוטערס.
די אינטערנעץ שליסט איין מיליאנען פריוואטע, פובליק, אקאדעמישע, ביזנעס און רעגירונג נעצווערק.
די אינטערנעט שטיצט א רייע סערוויסן, צווישן זיי די [[World Wide Web]] און דעם אינפראסטרוקטור פאר [[בליצפאסט]].
די אינטערנעט איז געשאפן געווארן אקטאבער 1969 אין [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע|אמעריקע]]. אין 1989 האט [[טים בערנערס-לי]] געשאפן די [[World Wide Web|אלוועלטלעכע וועב]].
היינט ווערן די טראדיציאנעלע קאמוניקאציע מידיע, ווי למשל טעלעפאן, מוזיק, פילם און טעלעוויזיע איבערגעארבעט דורך דער אינטערנעט. אויך דאס פארעפנטלעכן פון צייטונגען, ביכער און אנדערע געדרוקטע זאכן ווערט צוגעפאסט צו [[וועבזייטל]] טעכנאלאגיע, ווי אויך די נייע מאדעס פון [[בלאג]]ן און [[וועבפיד]]ן.
== מלוכה פֿון דער אינטערנעט ==
די אינטערנעט דערמעגליכט אלעמען צוטריט צו א ים פון אינפארמאציע אויף אלערלײַ טעמעס.
די אינטערנעט דערלויבט אויך [[מענטש]]ן זיך אויסצושן אנאנים. דאס ברענגט אז מ'זאל זיך קענען ארויסהײַבן פון די געווענטליכע סאציאלע באגרעניצונגען און מאכן פארשריט דורך פרײַען טראכטן.{{הערה|[http://yiddish.forward.com/node/3770 אַ מאָדערנער חסידישער שרײַבער וואָס רעדט פֿון האַרצן], פארווערטס, 8טן יולי 2011}}
מיט די צייט האט זיך די אינטערנעט אנטוויקלט ווי רוב זאכן אין די וועלט, א ביישפיל איז די סאציאלע מידיע ווי [[פעיסבוק]] און [[אינסטאגראם]] און מענטשן האבן אנגעהויבן נוצן די פלאטפארמעס אלס א מיטל פון זיך ארויסגעבן אויף פארשידנארטיגע אופנים און ווי אויך איז דאס געווארן גאר געאייגנט פאר ביזנעסער.
דער [[World Wide Web|אלוועלטלעכע וועב]] איז א וויכטיגער פון דער אינטערנעט וואס באדינט דאקומענטן און אנדערע רעסורסן דורך זייער [[URL]].
== באדינונגען אויף דער אינטערנעט ==
מען ניצט די אינטערנעט פאר אסאך זאכן, ווי למשל [[בליצפאסט|עלעקטראנישע פאסט]], [[טשעט|אנליין שמועסן]], דער [[World Wide Web|וועלטס־געוועב]] (כולל [[וואלקן קאמפיוטעריי]]) און [[קאמפיוטער טעקע|טעקע]] טראנספערן.
די מערסט באניצטע באדינונג אויף דער אינטערנעץ איז דער World Wide Web (אפט גערופן סתם דער "וועב"). דער "וועב" אנטהאלט [[וועבזייטל]]עך, [[בלאג]]ן, און אויך [[וויקי]]ס - איינשליסנדי [[וויקיפעדיע]]. יעדער איינער קען זען בלעטער אויפן וועב (אחוץ ווען דער בלאט פאדערט א [[פאסווארט]].
דער צווייטער הויפט באניץ פון דער אינטערנעץ איז שיקן און באקומען ע־פאסט. ע־פאסט שיקט מען פריוואט פון איין באניצער צו א צווייטן. [[תיכפדיקע מעלדונגען]] איז ענלעך צו ע־פאסט, אבער עס פאדערט אז ביידע פארטייען זאלן זיין אנליין צוזאמען, און לאזט מער ווי צוויי מענטשן אטייל נעמען.
== איסור און קריטיק אױף דער אינטערנעץ ==
[[טעקע:Poster against internet.jpg|קליין|300px|קאריקטור פארשפרײַט אין אידישע גאסן קעגן דער אינטערנעץ איבער איר סכנה צו א פרומען חינוך]]
=== אידישקייט ===
א סך [[ייד|יִידישע]] [[רבנים]] האָבן ארויסגעגעבן אן איסור אויפן אינטערנעץ ווייל דאס קען ברענגען צו הארבע [[עבירה|עבירות]]. דאס שאפט א פראָבלעם ווייל אין דער הײַנטיגער וועלט מוזן רוב ביזנעסער האָבן אינטערנעץ. דערפֿאַר פארלײַגט זיך דער איסור בעיקר אויף האבן אינטערנעץ-צוטריט אינדערהײַם, און שטרייכט אונטער אז אין ביזנעס זאל מען האבן נאר כשר אינטערנעץ, וואס זיפט דורך די אינפאָרמאציע און באגרעניצט צוטריט בלויז צו "רײַנע" זייטן.
עס אייז היינט פאראן פארשידענע אינטער נעץ פילטערס פון סיי פרומע, אידישע, און אויך נישט אידישע [[פירמע]]ס און [[קהילה|קהלות]] פאר געלט אדער [[פריי פון אפצאל]].
אום ערב ר"ח סיוון תשע"ב, איז פארגעקומען די צענטראלע '''[[כינוס כלל ישראל]]''' אויפן ציל אפצוראטעווען די קומענדיגע דורות, און זיך לערנען די וועג וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די פראבלעמען פון די אינטערנעט, וואס דרינגט אריין אינעם טאג טעגליכע לעבן, און טוהט היבש צעטרייסלען דאס יוגענד אויף אומגעוואונטשענע רעזולטאטן.
=== סתם פראבלעמען ===
==== אפיקורסות ====
אז דאס פרײַע פליסן פון אינפאָרמאציע קען ברענגען אומגעוואונטשענע רעזולטאטן, דורך ליינען שאלות אויף אמונה, און נישט זעהן דעם ענטפער תיכף ומיד.
==== אדיקציע קראנקייט ====
אינטערנעץ [[אדיקציע]] איז אן אפהענגיקייט וואו מען פארברענגט שעות אויף דעם אינטערנעץ. מען פיטערט די אבסעסיע און קאמפאלסיוונעס נאכאנאנד שטערקער און שטערקער, מען ווערט אריינגעדרײַט מיט אימפעט און טעמפא אן קיין אפשטעל, בײַנאכט און בײַטאג, מען פארלירט רואיגקײַט און פריוואטקײַט, סאיז נישט מער פארהאן קיין מחשבה און דורכטראכטונג, עס אינוואדירט יעדע סעקונדע פון לעבן, דאס פארהארגעט שלום בית און פארנאכלעסיגט פליכטן פון א טאטע אין שטוב, אדער ארבײַטארער אין ביזנעס וואס טוט נישט געהעריג זיין זשאב און זײַט אן פראבלעמען פון ליגענט און פאלטשקייט וואס מען ווערט נאכדעם געפײַערט פון די זשאב, און מען פארלירט די פרנסה.
==== ביטול זמן ייאוש ====
רוב צייט וואס מען פארברענגט אויפן אינטערנעט איז געימס, נייעס, טשעט, און אזוי ווייטער זאכן וואס טוען גארנישט אויף און מען פילט זיך דערנאך זייער ביטער און דעפרעסט פארן גארנישט אויפטאן מיט די צייט.
==== לשון הרע, פאליטיק און מחלוקת ====
די שמועס גרופעס ווי [[הייד פארק]] און סתם טשעט און אימעיל קאנסווארסעישאן'ס מאכט דעם מענטש אז ער מוז האבן די לעצטע ווארט, ווייל מיט א דרוק פון א קנעפל קען מען דאך בלייבן גערעכט. דער מענטש ווערט איינגעוואונט אז ער מוז האבן א מיינונג, אפילו סתם אזוי וואלט אים נישט אנגעגאנגען דער גאנצער ענין אבער אז ער וועט אריינגעדרייט דערין ווערט ער א גאנצער מבין און בעל שיטות אויף יעדע זאך. אויך [[לשון הרע]] דורך
טשעט און סתם די אינטימע קאמיוניקאציע איז גורם דורכפאלן מיט לשון הרע מער אין ווירטואלען לעבן מער ווי אין נארמאלן לעבן.
==== פארשקלאפט דעם מענטש צו זיינע תאוות. (ווי נייגער און סעקס א.א.וו.) ====
90 פראצענט פון אלע זוכונגען אויף אינטערנעט סוירוטש ענזשין'ס ווי [[גוגל]] און [[יאהו]] איז דאס ווארט [[סעקס]]. אויך איז די מערסטע באזוכטע סייטס אזאלכע ברעיקינג נייעס ווי [[דראדזש רעפארט]] און [[סי.ען.ען.]] וואס טוישט זיך כסדר אויף די סעקונדע וואס ס'געשענט. דאס אינטערנעט זאגט פארן מענטש דו ביסט נישט בעל הבית, די נייעס און די תאוות געוועלטיגן איבער דיר. און די סטאטיסטיקס פון אינטערנעט סייטס ווייזן דאס אלס פאקט.
==== סאציאל אפגעזונדערט מדות בין אדם לחבירו ווערן קארופטירט ====
א מענטש מוז קענען רעדן מיט מענטשן, דאגה בלב איש ישיחנה, און סתם איבערשמועסן א גוט ווארט וואס פאלט איין אמאל. דער אינטערנעט איזאלירט אייך סאציאל, אז איר האט נישט די אלע קריטישע בענעפיטען פון חברה וחברים.
זינט אלעס איז [[אימעיל]] קאמיוניקאציע וואס דער מענטש ווערט א אי=מענטש אנשטאט א פנים הארץ און אזוי ווייטער. פארגעסט מען וויאזוי מען דארף זיך אויפירן צו א לעבעדיגן מענטש.
==== געזונט ====
# די [[אויגן]] ווערן שוואך פון קוקן צופיל אין [[ליכטיגקייט]] פון [[קאמפיוטער]] [[עקראן]].
# די [[פינגער]] ווערן אפגעשוואכט פון [[טייפן]] אזויפיל.
# די גאנצער [[גוף]] ווערט אפגעשוואכט פון זיצן צופיל אויפן חשבון פון [[איבונגען]].
<!--
טייל רעגירונגען האלטן אז די אינטערנעץ איז א שלעכטע זעך, וועגן דעם טוען זיי בלאקירן טייל פון אדער די גאנצע אינטערנעץ. צום ביישפיל האלט די כינעזישע רעגירונג אז וויקיפעדיע טויג נישט. אפטמאל איז וויקיפעדיע בלאקירט אין [[כינע]] און קיינער דארט קען זי נישט לייענען אדער צושרייבן.<ref>{{cite web|author=posted by abennett |url=http://www.itworld.com/040614wikipedia |title=Chinese censors block access to Wikipedia |publisher=ITworld |date=2004-06-14 |accessdate=2009-10-16}}</ref> Some [[parent]]s block parts of the Internet they think are bad for [[child]]ren to see. Well-known examples of the whole Internet being blocked are in [[North Korea]]<ref>{{cite web|url=http://www.rsf.org/IMG/pdf/Internet_enemies_2009_2_.pdf |title=Rapport @ 09 GB |format=PDF |date= |accessdate=2009-10-16}}</ref> and Myanmar.
-->
== מעלות פון אינטערנעץ ==
דערקעגן איז דא פיל מער מעלות פון דער אינטערנעץ, און דאס דארף ווערן אויסגעארבייט וויאזוי זיך צו פירן, די אלע זאכן וואס זענען חסרונות איז פונקט אזוי ווי אלע מאדערענע ערפינדונגען וואס אין אנפאנג איז זי געווען א שטער און שטרויכעלונג, ווי צום ביישפיל אן [[אויטאמאביל]] ווי מען קען גרינגער אנקומען צו תאוות און אפיקורסות. אדער א [[פענע]] וואס מקען זיך גרינגער שרייבן מיט אנדערע.
==רעפערענצן==
{{רעפליסטע}}
[[קאַטעגאָריע:אינטערנעט|*]]
qb4efyjj143cpal6vtnb7e7nc0ftadp
טאשקענט
0
5917
602786
585839
2026-10-05T20:25:16Z
ן' משה
42115
602786
wikitext
text/x-wiki
{{באצירק}}
'''טאשקענט''' (אוזבעקיש: ''Toshkent''; רוסיש: ''Ташкент'') איז די [[הויפטשטאט]] און גרעסטע שטאט פון [[אוזבעקיסטאן]]. זי געפינט זיך אין צפון מזרח אוזבעקיסטאן, אינעם טאל פונעם [[טשירטשיק טייך]], נישט ווייט פון דער גרענעץ מיט [[קאזאכסטאן]]. טאשקענט איז דער וויכטיגסטער פאליטישער, עקאנאמישער, קולטורעלער און וויסנשאפטלעכער צענטער פון לאנד. לויט די שטאטישע אויטאריטעטן האט טאשקענט אין אנהייב 2026 געהאט בערך 3.18 מיליאן איינוואוינער און א שטח פון 435 קוואדראט קילאמעטער.
== נאמען ==
דער נאמען פון דער שטאט האט זיך במשך די יארן געטוישט. אין אלטע כינעזישע קוואלן ווערט די געגנט פארבונדן מיטן נאמען ''יוני'', בשעת פערסישע און אראבישע מקורות רופן זי ''טשאזש'' און ''שאש''. דער נאמען ''טאשקענט'' איז באקאנט געווארן אין טערקישע מקורות אין דער תקופה פון די 9טן ביזן 12טן יארהונדערט. דער נאמען ווערט געווענליך צעטיילט אין די טערקישע ווערטער ''טאש'' — שטיין, און ''קענט'' — שטאט. <ref>{{cite web |title=Salom Tashkent |url=https://tashkent.uz/en/city/salom-tashkent |website=Tashkent City Administration |access-date=2026-10-05}}</ref>
== געאגראפיע ==
טאשקענט געפינט זיך אינעם טאשקענטער [[אאזיס]], אין דער טאל פון דעם טשירטשיק טייך. די שטאט ליגט אין א וויכטיגן דורכגאנג צווישן די פערגאנא טאל, די קאזאכישע סטעפעס און די בערג פון דעם [[טיען שאן]]. איר לאקאציע האט שוין אין אלטע צייטן געהאלפן מאכן טאשקענט צו א וויכטיגן האנדל צענטער.
די געגנט האט א קאנטינענטאלן קלימאט, מיט הייסע, בדרך כלל טרוקענע זומערס און קאלטע ווינטערס. צוליב דער אינטערערדישע אקטיוויטעט אין דער געגנט זענען ערדציטערנישן א אפטע פאסירונג. <ref>{{cite web |title=Country Profile: Uzbekistan |url=https://unece.org/fileadmin/DAM/hlm/prgm/cph/experts/uzbekistan/01_general_info/CP_UZB_compiled_info_full.pdf |website=United Nations Economic Commission for Europe |access-date=2026-10-05}}</ref>
== היסטאריע ==
טאשקענט איז איינע פון די עלטסטע שטעט אין צענטראל אזיע. ארכעאלאגישע געפינסן ווייזן אויף א באוואוינטן יישוב אין דער געגנט שוין מיט מער ווי צוויי טויזנט יאר צוריק. אין די אלטע מקורות ווערט די שטאט און איר ארומיגע אאזיס דערמאנט אונטער די נעמען שאש און טשאזש. צוליב איר לאקאציע איז זי געווארן א וויכטיגער פונקט אויפ'ן [[זיידן וועג]], וואס האט פארבונדן כינע מיט צענטראל אזיע און די לענדער צו מערב. <ref>{{cite web |title=History of Tashkent |url=https://uzbekistan.travel/en/o/history-of-tashkent/ |website=Uzbekistan Travel |access-date=2026-10-05}}</ref>
אין די 6טע און 7טע יארהונדערטער איז דער געגנט געווען א טייל פון דעם שאש קעניגרייך, און טערקישע הערשער האבן דארט געהאט זייערע רעזידענצן. אין 713 זענען אראבישע מיליטער כוחות צום ערשטן מאל אריינגעדרונגען אין שאש. די אראבישע הערשאפט איז אבער ערשט שפעטער געווארן פעסט, נאכ'ן קאנפליקט צווישן די אראבער און כינעזער אין 751. <ref>{{cite web |title=History of Tashkent |url=https://uzbekistan.travel/en/o/history-of-tashkent/ |website=Uzbekistan Travel |access-date=2026-10-05}}</ref>
אין די מיטל עלטער איז טאשקענט ווייטער געווען א וויכטיגער צענטער פאר האנדל און האנטווערק. די שטאט איז אין פארשידענע תקופות געשטאנען אונטער דער הערשאפט פון פארשידענע צענטראל אזיאנע דינאסטיעס. אין די 14טע יארהונדערט איז זי אריינגעקומען אין דער ספערע פון דער [[טימורידישע אימפעריע|טימורידישער אימפעריע]], און אין שפעטערדיקע יארהונדערטער איז די הערשאפט איבער דער שטאט עטליכע מאל געטוישט געווארן.
== רוסישע הערשאפט ==
אין 1865 איז טאשקענט איינגענומען געווארן דורך רוסישע מיליטער כוחות אונטער גענעראל [[מיכאיל טשערניאעוו]]. די אייננעמונג איז געווען א וויכטיגער שריט אין דער רוסישער פארכאפונג פון צענטראל אזיע. אין 1867 איז טאשקענט געווארן דער צענטער פון דער נייעם [[טורקעסטאנער גענעראל־גובערנאטארשאפט|טורקעסטאנער גענעראל גובערנאטארשאפט]]. <ref>{{cite web |title=Central Asia vii. In the 18th-19th Centuries |url=https://www.iranicaonline.org/articles/central-asia-vii/ |website=Encyclopaedia Iranica |access-date=2026-10-05}}</ref>
א אונטערשייד צווישן דער אלטער שטאט און דער נייער רוסישער שטאט האט זיך אנטוויקלט אין דער רוסישער תקופה. די אלטע טאשקענט איז געבליבן א געגנט פון שמאלע גאסן, מארקפלעצער, מאסקעס און טראדיציאנעלע הייזער, בשעת אין די נייע רוסישע טיילן זענען געבויט געווארן ברייטע גאסן, אדמיניסטראטיווע געביידעס און נייע אינסטיטוציעס. די באן ליניעס האבן ווייטער פארגרעסערט די עקאנאמישע וויכטיגקייט פון דער שטאט. <ref>{{cite web |title=History of Civilizations of Central Asia |url=https://unesdoc.unesco.org/in/rest/annotationSVC/DownloadWatermarkedAttachment/attach_import_1585c732-773d-462a-8c7d-c8cf36ebdca7?_=141275eng.pdf&from=1&to=993 |website=UNESCO |access-date=2026-10-05}}</ref>
== סאוועטן תקופה ==
נאך דער [[רוסישע רעוואלוציע|רוסישער רעוואלוציע]] איז טאשקענט געווארן א טייל פון דער סאוועטישער מאכט סיסטעם אין צענטראל אזיע. אין 1930 איז זי געווארן די הויפטשטאט פון דער [[אוזבעקישע סאוועטישע סאציאליסטישע רעפובליק|אוזבעקישער סאוועטישער סאציאליסטישער רעפובליק]]. <ref>{{cite web |title=Tashkent Modernist Architecture. Modernity and Tradition in Central Asia |url=https://whc.unesco.org/en/decisions/9178/ |website=UNESCO World Heritage Centre |access-date=2026-10-05}}</ref>
ביי דער [[צווייטער וועלט קריג]] איז טאשקענט געווארן א וויכטיגער צענטער פאר אינדוסטריע און עוואקואציע. פאבריקן און וויסנשאפטלעכע אינסטיטוציעס פון די מערב טיילן פונעם [[סאוועטן פארבאנד]] זענען אריבערגעפירט געווארן קיין טאשקענט, און א גרויסע צאל עוואקואירטע מענטשן זענען אנגעקומען אין דער שטאט. די אנטוויקלונג האט שטארק פאראויסגעטריבן דעם וואוקס פון דער שטאט. <ref>{{cite web |title=Tashkent Modernist Architecture. Modernity and tradition in Central Asia |url=https://whc.unesco.org/en/listesindicatives/6708/ |website=UNESCO World Heritage Centre |access-date=2026-10-05}}</ref>
=== דער ערדציטערניש פון 1966 ===
דעם 26סטן אפריל 1966 איז טאשקענט באטראפן געווארן דורך א שטארקן [[ערדציטערניש]]. א גרויסער טייל פון דער אלטער געביידעס זענען חרוב געווארן, און טויזנטער איינוואוינער זענען געבליבן היימלאז. דער ערדציטערניש האט פאראורזאכט א גרויסן איבערבוי פון דער שטאט. <ref>{{cite web |title=Country Profile: Uzbekistan |url=https://unece.org/fileadmin/DAM/hlm/prgm/cph/experts/uzbekistan/01_general_info/CP_UZB_compiled_info_full.pdf |website=UNECE |access-date=2026-10-05}}</ref>
אין די יארן נאך דער קאטאסטראפע זענען ארכיטעקטן און אינזשענירן פון פארשידענע טיילן פונעם סאוועטן פארבאנד געקומען קיין טאשקענט. די שטאט איז נאכאמאל פלאנירט און געבויט געווארן מיט ברייטע הויפט גאסן, גרויסע פאבליק בנינים און נייע וואוינונג געביטן. דער איבערבוי האט געגעבן טאשקענט א גרויסן טייל פון איר היינטיגן אויסזען. <ref>{{cite web |title=Tashkent Modernist Architecture. Modernity and Tradition in Central Asia |url=https://whc.unesco.org/en/list/1766/ |website=UNESCO World Heritage Centre |access-date=2026-10-05}}</ref>
די מאדערניסטישע ארכיטעקטור פון דער תקופה איז געווארן א וויכטיגער טייל פון טאשקענט'ס ארכיטעקטורעלער ירושה. אין 2026 האט [[יונעסקא]] אריינגעשריבן „טאשקענט מאדערניסטישע ארכיטעקטור“ אויפ'ן [[וועלט־ירושה־ליסטע|וועלט ירושה ליסטע]], מיט א גרופע פון צען געביידעס און שטאטישע קאמפלעקסן פון די 1960ער ביז די פריע 1990ער יארן. <ref>{{cite web |title=Tashkent Modernist Architecture. Modernity and Tradition in Central Asia |url=https://whc.unesco.org/en/list/1766/ |website=UNESCO World Heritage Centre |access-date=2026-10-05}}</ref>
== זעלבסטשטענדיגער אוזבעקיסטאן ==
נאך דער צוזאמפאל פון [[סאוועטן פארבאנד]] אין 1991 איז אוזבעקיסטאן געווארן אן אומאפהענגיקע מדינה, און טאשקענט איז געבליבן איר הויפטשטאט. זינט דעמאלט איז די שטאט ווייטער אויסגעוואקסן אלס דער צענטער פון דער רעגירונג, פינאנצן, האנדל, בילדונג און קולטור פון לאנד.
היינט געפינען זיך אין טאשקענט די הויפט רעגירונגס אינסטיטוציעס פון אוזבעקיסטאן, אויסלענדישע אמבאסאדעס, אוניווערסיטעטן, וויסנשאפטלעכע אינסטיטוציעס און קולטור צענטערס. <ref>{{cite web |title=About the city |url=https://visit.tashkent.uz/en/about-city/ |website=Visit Tashkent |access-date=2026-10-05}}</ref>
== באפעלקערונג ==
טאשקענט איז די מערסט באוואוינטע שטאט אין צענטראל אזיע. לויט די שטאטישע סטאטיסטיקס האט די שטאט געהאט ארום 3.178 מיליאן איינוואוינער אין אנהייב 2026. <ref>{{cite web |title=General information |url=https://olmazor.tashkent.uz/en/city |website=Tashkent City Administration |access-date=2026-10-05}}</ref>
די באפעלקערונג איז עטניש פארשידנארטיג. די גרעסטע גרופע זענען אוזבעקן, אבער אין דער שטאט וואוינען אויך רוסן, קאזאכן, טאטארן, טאגיקן, קארעער און מענטשן פון אנדערע עטנישע אפשטאמונגען. די שטאט האט זיך אין די 20סטע און 21סטע יארהונדערטער שטארק פארגרעסערט צוליב נאטירליכן וואוקס און מיגראציע פון אנדערע טיילן פונעם לאנד.
== עקאנאמיע ==
טאשקענט איז דער וויכטיגסטער עקאנאמישער צענטער פון אוזבעקיסטאן. איר עקאנאמיע נעמט אריין האנדל, פינאנצן, סערוויסעס, אינדוסטריע, קאנסטרוקציע און טראנספארט. די שטאט דינט אויך אלס א וויכטיגער צענטער פאר אינטערנאציאנאלן האנדל צווישן אוזבעקיסטאן און די אנדערע לענדער פון צענטראל אזיע.
צוליב איר לאקאציע און פארבינדונגען מיט די אוזבעקישע באן און וועג נעץ איז טאשקענט א וויכטיגער טראנספארט צענטער. דער לופטפעלד פון דער שטאט פארבינדט אוזבעקיסטאן מיט א גרויסער צאל שטעט אין אזיע, רוסלאנד, מיטל מזרח און אייראפע.
== אידן אין טאשקענט ==
אידן האבן שוין געוואוינט אין טאשקענט אין דער ערשטער העלפט פונעם 19טן יארהונדערט, ווען די שטאט איז נאך געווען א טייל פונעם [[קאקאנדער כאנאט]] און האט זיך אנטוויקלט אלס א וויכטיגער האנדל צענטער. אין דער ערשטער העלפט פון די 1860ער יארן האט די שטאט געהאט א קליינע אידישע קהילה פון בערך 27 פאמיליעס, אדער אביסל מער ווי הונדערט מענטשן. צווישן די אידן זענען געווען סוחרים, בעלי מלאכות, דאקטוירים. <ref>{{cite web |title=История еврейской общины Ташкента |url=https://www.jewage.org/wiki/en/Article:%D0%98%D1%81%D1%82%D0%BE%D1%80%D0%B8%D1%8F_%D0%B5%D0%B2%D1%80%D0%B5%D0%B9%D1%81%D0%BA%D0%BE%D0%B9_%D0%BE%D0%B1%D1%89%D0%B8%D0%BD%D1%8B_%D0%A2%D0%B0%D1%88%D0%BA%D0%B5%D0%BD%D1%82%D0%B0 |website=JewAge |access-date=2026-10-05}}</ref>
די ערשטע אידן אין דער שטאט זענען בעיקר געווען [[בוכארישע אידן]], א צענטראל אזיאנע אידישע גרופע וואס האבן געוואוינט אין די שטעט פון צענטראל אזיע. דער נאמען „בוכארישע אידן“ איז שפעטער געווארן דער געווענליכער נאמען פאר די אידן פון דער געגנט. <ref>{{cite web |title=BUKHARA vii. Bukharan Jews |url=https://www.iranicaonline.org/articles/bukhara-vii/ |website=Encyclopaedia Iranica |access-date=2026-10-05}}</ref>
=== אונטער דער רוסישער הערשאפט ===
אין 1865 איז טאשקענט איינגענומען געווארן דורך דער [[רוסישע אימפעריע|רוסישער אימפעריע]]. צווישן די רוסישע מיליטער לייט וואס האבן זיך באטייליקט אין דער אייננעמונג זענען געווען אויך עטליכע [[אשכנזישע אידן]], און א טייל פון זיי האבן זיך נאכדעם באזעצט אין טאשקענט. אין די קומענדיגע יארן זענען נאך אשכנזישע אידן אנגעקומען, בעת א גרעסערע צאל בוכארישע אידן זענען אריבער קיין טאשקענט פון דעם [[בוכארער עמיראט]]. אין 1868 האט די אידישע באפעלקערונג פון דער שטאט דערגרייכט בערך 200 מענטשן. <ref>{{cite web |title=История еврейской общины Ташкента |url=https://www.jewage.org/wiki/en/Article:%D0%98%D1%81%D1%82%D0%BE%D1%80%D0%B8%D1%8F_%D0%B5%D0%B2%D1%80%D0%B5%D0%B9%D1%81%D0%BA%D0%BE%D0%B9_%D0%BE%D0%B1%D1%89%D0%B8%D0%BD%D1%8B_%D0%A2%D0%B0%D1%88%D0%BA%D0%B5%D0%BD%D1%82%D0%B0 |website=JewAge |access-date=2026-10-05}}</ref>
די לעגאלע מצב פון אידן אין טאשקענט איז געווען קאמפליצירט. אשכנזישע אידן פון אייראפעישן רוסלאנד האבן געוואוינט אינדרויסן פון דער [[תחום המושב]], און נאר געוויסע קאטעגאריעס, ווי מענטשן מיט העכערע בילדונג, סוחרים, געוויסע בעלי מלאכות, דאקטוירים, אפטייקערס און געוועזענע מיליטער לייט, האבן געהאט א רעכט זיך צו באזעצן דארט. פון די 1890ער יארן האט די רוסישע אדמיניסטראציע אנגעהויבן שטרענגער אויסצופירן די באגרעניצונגען און טייל אשכנזישע אידן זענען ארויסגעטריבן געווארן פון דער שטאט. <ref>{{cite web |title=Ташкент |url=https://eleven.co.il/diaspora/communities/14052/ |website=Электронная еврейская энциклопедия ОРТ |access-date=2026-10-05}}</ref>
אויך די בוכארישע אידן האבן זיך נישט ארויסגעדרייט פון די באגרעניצונגען. אין די 1880ער יארן האט די רוסישע רעגירונג אנגעהויבן אונטערשיידן צווישן „אינבוינער“ אידן, וואס האבן געקענט באווייזן אז זיי אדער זייערע עלטערן האבן געוואוינט אין טורקעסטאן פאר דער רוסישן האבען עס איינגענומען, און אידן וואס זענען שפעטער אנגעקומען פונעם בוכארער עמיראט. די ערשטע גרופע האט געהאט מער רעכטן, בשעת די צווייטע זענען באטראכט געווארן אלס פרעמדע בירגער. פון 1893 האט די אדמיניסטראציע אנגעהויבן צוגרייטן ליסטעס פון די אזוי גערופענע פרעמדע אידן מיט'ן ציל זיי ארויסצוטרייבן. <ref>{{cite web |title=Ташкент |url=https://eleven.co.il/diaspora/communities/14052/ |website=Электронная еврейская энциклопедия ОРТ |access-date=2026-10-05}}</ref>
טראץ די באגרעניצונגען איז די אידישע באפעלקערונג שטארק געוואקסן. ביי דער רוסישער צענזוס פון 1897 זענען אין טאשקענטער דיסטריקט געציילט געווארן 1,746 אידן, פון וועלכע בערך 80 פראצענט זענען געווען צענטראל אזיאנע אדער בוכארישע אידן. אין 1910 זענען אין דער שטאט אליין געוואוינט בערך 3,600 אידן. <ref>{{cite web |title=BUKHARA vii. Bukharan Jews |url=https://www.iranicaonline.org/articles/bukhara-vii/ |website=Encyclopaedia Iranica |access-date=2026-10-05}}</ref>
די בוכארישע אידן פון טאשקענט האבן זיך בעיקר פארנומען מיט האנדל און האנטווערק. בוכארישע אידישע סוחרים פון דער שטאט האבן אויך אינוועסטירט אין דער וואטע אינדוסטריע און אין אנדערע טיילן פון דער עקאנאמיע פון טורקעסטאן. די אשכנזישע אידן זענען געווען שטארק פארטרעטן צווישן בעלי מלאכות, באן ארבעטער און פרייע פראפעסיעס, אריינגערעכנט דאקטוירים, זשורנאליסטן, דרוקער און פאטאגראפן. <ref>{{cite web |title=Ташкент |url=https://eleven.co.il/diaspora/communities/14052/ |website=Электронная еврейская энциклопедия ОРТ |access-date=2026-10-05}}</ref>
אין די ענדע פון 19טן און אנהייב 20סטן יארהונדערט זענען אין טאשקענט געווען עטליכע בתי כנסת. די בוכארישע קהילה האט געהאט אירע אייגענע רעליגיעזע מוסדות, און די אשכנזישע אידן האבן געהאט [[חדר]]ים און אנדערע מוסדות. דער רב [[שלמה טאגער]], וואס איז געקומען פון [[ארץ ישראל]], האט געדינט אלס א רוחניות'דיגער פירער פון די בוכארישע אידן אין טורקעסטאן.
ביי דער רוסישער רעוואלוציע פון 1905 איז אין טאשקענט געווען א פרואוו צו מאכן א פאגראם קעגן אידן, אבער א גרופע פון ארום 80 באוואפנטע מענטשן האט דאס אפגעהאלטן. אין די קומענדיגע יארן האבן אידן זיך באטייליקט אויך אין פארשידענע פאליטישע און סאציאלע באוועגונגען אין דער שטאט. <ref>{{cite web |title=Ташкент |url=https://eleven.co.il/diaspora/communities/14052/ |website=Электронная еврейская энциклопедия ОРТ |access-date=2026-10-05}}</ref>
=== רעוואלוציע און די ערשטע סאוועטישע יארן ===
אין די יארן 1919 ביז 1922 זענען קיין טאשקענט אנגעקומען א גרויסע צאל אידן פון [[אוקראינע]] און [[בעלארוס]], וואס זענען אנטלאפן פון פאגראמען, הונגער און די אומשטענדן פון דער [[רוסישער בירגערקריג]]. אין די יארן 1919–1920 האט זיך די אידישע באפעלקערונג פון טאשקענט מער ווי פארדאפלט. <ref>{{cite web |title=Ташкент |url=https://eleven.co.il/diaspora/communities/14052/ |website=Электронная еврейская энциклопедия ОРТ |access-date=2026-10-05}}</ref>
אין די 1920ער און 1930ער יארן האבן די סאוועטישע אויטאריטעטן אנגעהויבן פארמאכן די טראדיציאנעלע אידישע רעליגיעזע און קולטורעלע מוסדות. <ref>{{cite web |title=An Exhibition in the Synagogue Courtyard, Tashkent, Uzbekistan, 1983 |url=https://dbs.anumuseum.org.il/skn/en/c6/e168001/Photos/An_Exhibition_in_the_Synagogue_Courtyard_Tashkent_ |website=ANU Museum of the Jewish People |access-date=2026-10-05}}</ref>
אין דער זעלבער תקופה האט זיך אין סאוועטישער צענטראל אזיע אנטוויקלט א באזונדערע אידישע קולטור פאליטיק פאר די בוכארישע אידן. אין די 1920ער יארן זענען געגרינדעט געווארן אידישע שולן און קולטור אינסטיטוציעס, און אין טאשקענט איז אין 1920 געגרינדעט געווארן א לערער סעמינאר פאר אידישע שולן. אין די ערשטע יארן איז העברעיש גענוצט געווארן אלס לערן שפראך, אבער אין 1921 האבן די אויטאריטעטן באשטימט אז [[בוכאריש|אידיש טאַדזשיקיש]] זאל איבערנעמען איר פלאץ. <ref>{{cite web |title=BUKHARA vii. Bukharan Jews |url=https://www.iranicaonline.org/articles/bukhara-vii/ |website=Encyclopaedia Iranica |access-date=2026-10-05}}</ref>
אין די ענדע פון די 1930ער יארן האט די סאוועטישע רעגירונג כמעט אינגאנצן אפגעשטעלט די אפיציעלע בוכארישע אידישע קולטור אקטיוויטעטן. אין 1938–1939 זענען פארמאכט געווארן אידישע קולטור קלובן, און אין 1940 זענען אפגעשטעלט געווארן די לימודים און אויסגאבעס אין אידיש טאַדזשיקיש. אין די גרויסע שטעט זענען נאר געבליבן א קליינע צאל אפיציעלע בתי כנסת. טאשקענט איז געווען אן אויסנאם מיט עטליכע בוכארישע בתי כנסת און אן אשכנזישן בית המדרש. <ref>{{cite web |title=BUKHARA vii. Bukharan Jews |url=https://www.iranicaonline.org/articles/bukhara-vii/ |website=Encyclopaedia Iranica |access-date=2026-10-05}}</ref>
=== דער צווייטער וועלט קריג ===
ביי דער [[צווייטער וועלט קריג]] איז טאשקענט געווארן איינע פון די וויכטיגסטע צענטערס פאר עוואקואירטע מענטשן פון די אייראפעאישע טיילן פונעם [[סאוועטן פארבאנד]] וואס זענען געווען אונטער דער דייטשער אקופאציע. צווישן די עוואקואירטע זענען געווען א גרויסע צאל אידן. פילע פון זיי זענען געבליבן אין טאשקענט אויך נאך דער מלחמה, און זייער אנקום האט שטארק פארגרעסערט די אשכנזישע אידישע באפעלקערונג פון דער שטאט. <ref>{{cite web |title=An Exhibition in the Synagogue Courtyard, Tashkent, Uzbekistan, 1983 |url=https://dbs.anumuseum.org.il/skn/en/c6/e168001/Photos/An_Exhibition_in_the_Synagogue_Courtyard_Tashkent_ |website=ANU Museum of the Jewish People |access-date=2026-10-05}}</ref>
רוב פון די [[פליטים]], זיינען ארויס פון אוזבעקיסטאן גלייך נאכן קריג, א מערקווירדיקע אויסנאם זיינען געווען די [[ליובאוויטש (הויף)|ליובאוויטשער חסידים]], וואס כאטש מערסטנס האבן איבערגעכאפט דעם גרעניץ פונם [[סאוועטן פארבאנד]] אין דעם באוואוסטען [[לוואוו פרשה]], דאך זיינען געבליבן א היבש ביסל חסידים אין טאשקענט. די חסיד'ישע קהילה איז געווארן אסאך קלענער ווען עס איז געווען מיט אפאר יאהר שפעטער א גרויסן [[ערדציטערניש]] אין טאשקענט, און פיל חסידים האבן פארלארן זייער הייזער און האבן זיך דעריבער איבערקליבן קיין [[סאמארקאנד]], און בשעת אין די שפעטערדיקע כ"ף יאהרן זיינען רוב חסידים ארויס פון [[סאוועטן פארבאנד]], זיינען כמעט נישט געבליבן קיין חסידים אין טאשקענט (סיידן איינצלנע, ווי צ.ב.ש. ר' [[שמעון זאלצמאן]]).
=== דער אידישער צענטער פון דער סאוועטישער צענטראל אזיע ===
אין דער נאכמלחמהדיקער תקופה איז טאשקענט געווארן א הויפט צענטער פאר ביידע בוכארישע און אשכנזישע אידן. לויט דער צענזוס פון 1959 זענען אין טאשקענט רעגיסטרירט געווארן 50,445 אידן, וואס איז געווען בערך 5.5 פראצענט פון דער גאנצער באפעלקערונג פון דער שטאט. די מערהייט זענען געווען אשכנזישע אידן וואס זענען אנגעקומען אין דער שטאט אין דער מלחמה תקופה און נאכדעם, א מינדערהייט זענען געווען די לאקאלע בוכארישע אידן. אין יענער צייט זענען געווען איין אשכנזישער און צוויי בוכארישע בתי כנסת אין דעם זעלבן קאמפלעקס. <ref>{{cite web |title=An Exhibition in the Synagogue Courtyard, Tashkent, Uzbekistan, 1983 |url=https://dbs.anumuseum.org.il/skn/en/c6/e168001/Photos/An_Exhibition_in_the_Synagogue_Courtyard_Tashkent_ |website=ANU Museum of the Jewish People |access-date=2026-10-05}}</ref>
די אידן פון טאשקענט האבן ווייטער געהאלטן אויף רעליגיעזע מנהגים טראץ די סאוועטישע באגרעניצונגען. אין 1963 האבן די אויטאריטעטן פארבאטן צו באקן מצות, אבער אידן האבן ווייטער געבאקן מצות אין זייערע הייזער. <ref>{{cite web |title=An Exhibition in the Synagogue Courtyard, Tashkent, Uzbekistan, 1983 |url=https://dbs.anumuseum.org.il/skn/en/c6/e168001/Photos/An_Exhibition_in_the_Synagogue_Courtyard_Tashkent_ |website=ANU Museum of the Jewish People |access-date=2026-10-05}}</ref>
דעם [[1966 טאשקענטער ערדציטערניש|ערדציטערניש פון 1966]] האט אויך געשעדיגט די אידישע בתי כנסת. די בוכארישע אידן האבן פארראכטן זייער בית המדרש, בשעת די אשכנזישע קהילה האט שפעטער אריבערגעפירט אירע תפילות אין א נייעם בית המדרש. דער אשכנזישער בית המדרש וואס איז היינט באקאנט אין טאשקענט איז געעפנט געווארן אין 1973. <ref>{{cite web |title=An Exhibition in the Synagogue Courtyard, Tashkent, Uzbekistan, 1983 |url=https://dbs.anumuseum.org.il/skn/en/c6/e168001/Photos/An_Exhibition_in_the_Synagogue_Courtyard_Tashkent_ |website=ANU Museum of the Jewish People |access-date=2026-10-05}}</ref> <ref>{{cite web |title=Uzbekistan Jews fight to save oldest Ashkenazi synagogue from demolition |url=https://www.jta.org/quick-reads/uzbekistan-jews-fight-to-save-124-year-old-synagogue-from-demolition |website=Jewish Telegraphic Agency |date=2020-07-31 |access-date=2026-10-05}}</ref>
פון די סוף 1960ער יארן און ווייטער האט זיך אנגעהויבן א שטארקע עמיגראציע פון טאשקענטער אידן קיין [[ישראל|ארץ ישראל]]. די עמיגראציע האט זיך שטארק פארגרעסערט אין די 1970ער און 1980ער יארן, און פילע אנדערע אידן זענען אויך אריבער קיין די [[פאראייניגטע שטאטן]], [[קאנאדע]], [[דייטשלאנד]] און אנדערע לענדער. <ref>{{cite web |title=BUKHARA vii. Bukharan Jews |url=https://www.iranicaonline.org/articles/bukhara-vii/ |website=Encyclopaedia Iranica |access-date=2026-10-05}}</ref>
=== די קהילה אין די לעצטע יארן פונעם סאוועטן פארבאנד ===
פון 1989 ביז 1994 זענען 27,844 אידן פון טאשקענט אריבער קיין ארץ ישראל, צווישן זיי 10,171 אין 1990 אליין. אין מיטן 1995 האט די אידישע קהילה אין דער שטאט לויט די אידישע קולטור צענטער געהאט בערך 6,000 מענטשן. <ref>{{cite web |title=История еврейской общины Ташкента |url=https://www.jewage.org/wiki/en/Article:%D0%98%D1%81%D1%82%D0%BE%D1%80%D0%B8%D1%8F_%D0%B5%D0%B2%D1%80%D0%B5%D0%B9%D1%81%D0%BA%D0%BE%D0%B9_%D0%BE%D0%B1%D1%89%D0%B8%D0%BD%D1%8B_%D0%A2%D0%B0%D1%88%D0%BA%D0%B5%D0%BD%D1%82%D0%B0 |website=JewAge |access-date=2026-10-05}}</ref>
=== נאך אוזבעקיסטאן'ס זעלבסטשטענדיגקייט ===
נאך אוזבעקיסטאן'ס זעלבסטשטענדיגקייט אין 1991 האט זיך דאס אידישע לעבן אין טאשקענט ווייטער אנטוויקלט. אין דער שטאט זענען געגרינדעט געווארן און ווייטערגעפירט געווארן אידישע קולטור, חינוך און רעליגיעזע אקטיוויטעטן. <ref>{{cite web |title=Uzbekistan |url=https://jewishvirtuallibrary.org/jsource/judaica/ejud_0002_0020_0_20267.html |website=Jewish Virtual Library |access-date=2026-10-05}}</ref>
די עמיגראציע האט אבער פארקלענערט די אידישע באפעלקערונג זייער שטארק. לויט א באריכט פון דעם [[פאראייניגטע שטאטן סטעיט דעפארטמענט|אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט]] פון 2000 זענען דעמאלט איבערגעבליבן אין גאנץ אוזבעקיסטאן בערך 30,000 אשכנזישע און בוכארישע אידן, בשעת כמעט 70,000 זענען שוין זינט דער זעלבסטשטענדיגקייט עמיגרירט קיין ישראל אדער די פאראייניגטע שטאטן. די גרעסטע אידישע צענטערס זענען געבליבן טאשקענט, [[בוכארא]] און [[סאמארקאנד]]. <ref>{{cite web |title=U.S. Department of State Annual Report on International Religious Freedom for 2000 — Uzbekistan |url=https://www.refworld.org/reference/annualreport/usdos/2000/22311 |website=Refworld |access-date=2026-10-05}}</ref>
אין 2020 איז די אשכנזישע בית המדרש פון טאשקענט, וואס איז געעפנט געווארן אין 1973 און איז דעמאלט געווען דער עלטסטער נאך אקטיווער אשכנזישער בית המדרש אין לאנד, געווארן א צענטער פון א קאנפליקט איבער דער צוקונפט פון דער געביידע. א קאנסטרוקציע פירמע האט געוואלט אוועקמאכן דעם בית המדרש פאר א נייעם וואוינונג קאמפלעקס און האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דער אשכנזישער אידישער קהילה. נאך עפנטלעכן דרוק האט די פירמע צוריקגעצויגן איר קלאגע אין אויגוסט 2020. <ref>{{cite web |title=Uzbekistan Jews fight to save oldest Ashkenazi synagogue from demolition |url=https://www.jta.org/quick-reads/uzbekistan-jews-fight-to-save-124-year-old-synagogue-from-demolition |website=Jewish Telegraphic Agency |date=2020-07-31 |access-date=2026-10-05}}</ref>
אין דער 21סטער יארהונדערט איז טאשקענט געבליבן דער גרעסטער אידישער צענטער אין אוזבעקיסטאן. לויט די ציפערן פונעם 2021 צענזוס זענען אין לאנד געבליבן ווייניגער ווי 10,000 אידן, פון וועלכע איבער 3,700 האבן געוואוינט אין טאשקענט. די היינטיגע קהילה איז באשטאנען פון ביידע בוכארישע און אשכנזישע אידן, הגם די היינטיגע בוכארישע קהילה איז פיל קלענער ווי אין די פריערדיגע יארן. <ref>{{cite web |title=History of the Jews in Uzbekistan |url=https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_Jews_in_Uzbekistan |website=Wikipedia |access-date=2026-10-05}}</ref>
=== בוכארישע אידן ===
טאשקענט פארמאגט א וויכטיגן פלאץ אין דער געשיכטע פון די [[בוכארישע אידן]]. די קהילה פון דער שטאט איז געווען פארבונדן מיט די גרעסערע קהילות פון [[בוכארא]] און [[סאמארקאנד]], און האט געשפילט א ראלע אין דער אנטוויקלונג פון בוכארישן אידישן האנדל, חינוך און רעליגיעזן לעבן אין טורקעסטאן. די בוכארישע אידן האבן געהיט זייער אייגענע טראדיציעס און האבן גערעדט בוכאריש, א אידיש טאַדזשיקישע שפראך וואס איז געווארן א וויכטיגער טייל פון זייער קולטורעלע אידענטיטעט. <ref>{{cite web |title=BUKHARA vii. Bukharan Jews |url=https://www.iranicaonline.org/articles/bukhara-vii/ |website=Encyclopaedia Iranica |access-date=2026-10-05}}</ref>
== צווילינג שטעט ==
טאשקענט האט די צווילינג שטעט:
{{עמוד-אנהייב}}
*{{flag|Kazakhstan|[[אלמאטיע]]}}
*{{flag|Turkey|[[אנקארא]]}}
*{{flag|Kazakhstan|[[אסטאנא]]}}
*{{flag|China|[[ביידזשינג]]}}
*{{flag|Kyrgyzstan|[[בישקעק]]}}
*{{flag|Germany|[[בערלין]]}}
{{עמוד-שפאלט}}
*{{flag|Ukraine|[[דניפרא]]}}
*{{flag|Bulgaria|[[האסקאווא]]}}
*{{flag|Tunisia|[[טוניס]]}}
*{{flag|Russia|[[מאסקווע]]}}
*{{flag|Turkey|[[סטאמבול]]}}
*{{flag|USA|[[סיאטל]]}}
*{{flag|South Korea|[[סעאל]]}}
{{עמוד-שפאלט}}
*{{flag|Macedonia|[[סקאפיע]]}}
*{{flag|PAK|[[קאראטשי]]}}
*{{flag|Belgium|[[קארטרייק]]}}
*{{flag|Egypt|[[קיירא]]}}
*{{flag|Ukraine|[[קיעוו]]}}
*{{flag|Latvia|[[ריגע]]}}
{{עמוד-סוף}}
== זעט אויך ==
* [[אוזבעקיסטאן]]
* [[צענטראל אזיע]]
* [[זיידן וועג]]
* [[אמיר טימור]]
* [[טאשקענטער אונטערגרונט]]
{{רעפערענצן}}
[[קאַטעגאָריע:הויפטשטעט אין אזיע]]
[[קאַטעגאָריע:אוזבעקיסטאן]]
nz5poxq5n4ogoahjmk5heulgmtu6ot8
ה'תקנ"ד
0
19429
602790
501936
2026-10-05T21:01:24Z
ן' משה
42115
/* געשעענישן */
602790
wikitext
text/x-wiki
{{יידיש יאר באשרייבונג|יידיש יאר=5554|גוישער חודש אנפאנג=9|גוישער טאג אנפאנג=7|גוישער חודש ענדע=9|גוישער טאג ענדע=24|צאל פון די טעג=383}}
==קאלענדאר==
<!-- Auto Hebrew calndar - version 27/05/2007 -->
{{קעפל יידישן קאלענדאר|5554}}
{{חודש אינעם יידישן קאלענדאר|תשרי|1793|9|7|1974|1|55311|11125|11125|44444|45211|11111}}
{{חודש אינעם יידישן קאלענדאר|חשוון|1793|10|7|1974|0|11111|11111|11111|11111|11111|11110}}
{{חודש אינעם יידישן קאלענדאר|כסליו|1793|11|5|1974|1|11111|11111|11111|11111|11114|44440}}
{{חודש אינעם יידישן קאלענדאר|טבת|1793|12|4|1974|0|44411|11113|11111|11111|11111|11110}}
{{חודש אינעם יידישן קאלענדאר|שבט|1794|1|2|1975|1|11111|11111|11114|11111|11111|11111}}
{{חודש אינעם יידישן קאלענדאר|אדר א'|1794|2|1|1975|0|11111|11111|11122|11111|11111|11111}}
{{חודש אינעם יידישן קאלענדאר|אדר ב'|1794|3|3|1975|1|11111|11111|31144|11111|11111|11110}}
{{חודש אינעם יידישן קאלענדאר|ניסן|1794|4|1|1975|0|11111|11111|11125|44444|52111|11111}}
{{חודש אינעם יידישן קאלענדאר|אייר|1794|5|1|1975|1|11111|11111|11121|11411|11111|11110}}
{{חודש אינעם יידישן קאלענדאר|סיון|1794|5|30|1975|0|11112|52111|11111|11111|11111|11111}}
{{חודש אינעם יידישן קאלענדאר|תמוז|1794|6|29|1975|1|11111|11111|11111|13111|11111|11110}}
{{חודש אינעם יידישן קאלענדאר|אב|1794|7|28|1975|0|11111|11131|11112|11111|11111|11111}}
{{חודש אינעם יידישן קאלענדאר|אלול|1794|8|27|1975|1|11111|11111|11111|11111|11111|11120}}
{{פיסל יידישן קאלענדאר}}
==געשעענישן==
דער ספר [[כתר שם טוב]] פון [[בעל שם טוב]], די ערשטע ספר צוזאמנעמען דברי תורה וואס ווערן מיוחס צום בעל שם טוב פון פארשידענע מקורות, ווערט צום ערשטן מאל געדרוקט.
==געבוירן==
* רבי [[יהודה אסאד]], אב"ד [[סערדאהעל]] אין [[סלאוואקיי]] און מחבר פון [[שו"ת]] [[יהודה יעלה]] (נפטר [[ה'תרכ"ו]]).
* רבי [[שמואל שטראשון]], איינער פון די גרויסע רבנים אין [[ליטע]], מחבר פון חידושים אויפן [[תלמוד בבלי]], באקאנט מיטן ראשי תיבות [[רש"ש]] (נפטר [[ה'תרל"ב]]).
* רבי [[יעקב ישראל טווערסקי]] פון [[טשערקאס]], א חסידישער רבי און [[מגיד מישרים]] (נפטר [[ה'תרל"ו]]).
==נפטר געווארן==
[[כ"ח חשוון]] – הרב [[מולא אור שרגא]], א [[מקובל]] פון דער שטאט [[יזד]] אין [[איראן]].
[[ד' טבת]] – [[סרף בער]] (נפתלי הערץ סרף בער מדעלסהיים), א [[פרנס]] פון דער פראנצויזישע אידנטום און דער הויפט באאמטער פאר אידישע ענינים אין [[עלזאס]].
[[י"ח אדר ב']] – רבי [[אלכסנדר זיסקינד פון הוראדנא|אלכסנדר זיסקינד]] פון האראדנא ([[גראדנע]]), א [[רב]] און [[מקובל]], מחבר פון [[יסוד ושורש העבודה]] (געבוירן אין [[ה'תצ"ט]]).
[[י"ב בניסן]] – רבי [[מנחם מענדל מבאר]], א [[מגיד מישרים]] אין [[באר, אוקראינע|באר]], פון די ערשטע מיטגלידער פון דער חבורה פון [[בעל שם טוב]].{{קאטעגאריע און נאוויגאציע פארן יידישן יאר|5554}}
0xbf8xvm1pum7gczdzilchh83gvingy
רעפראדוקציע
0
21496
602794
459200
2026-10-06T06:12:32Z
~2026-53692-78
62985
sex removed
602794
wikitext
text/x-wiki
[[טעקע:Hoverflies mating midair.jpg|קליין|250px|פליגן זענען זיך מזדווג אינמיטן די לופט בשעתן פליען.]]
[[טעקע:Kalanchoe veg.jpg|קליין|250px|נייע בלעטער רעפראדוצרין זיך פון די אלטע.]]
[[געבורט קאנטראל]]
[[קאַטעגאָריע:רעפראדוקציע|*]]
nf1akkk8n86z2w90munrk5re4reyyrt
602795
602794
2026-10-06T06:13:43Z
Saroj
28429
רעדאַקטירונגען פֿון [[Special:Contributions/~2026-53692-78|~2026-53692-78]] צוריקגענומען ([[User talk:~2026-53692-78|רעדן]]) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון [[User:Addbot|Addbot]]
459200
wikitext
text/x-wiki
[[טעקע:Hoverflies mating midair.jpg|קליין|250px|פליגן זענען זיך מזדווג אינמיטן די לופט בשעתן פליען.]]
[[טעקע:Kalanchoe veg.jpg|קליין|250px|נייע בלעטער רעפראדוצרין זיך פון די אלטע.]]
'''רעפראדוקציע''' איז דער [[ביאלאגיע|ביאלאגישער]] [[פראצעס]] וויאזוי נייע [[אינדיווידואל]]ע [[ארגאניזם|ארגאניזמען]] ווערן פראדוצירט.
קיינער לעבט נישט פאר אייביג און די רעפראדוקציע איז דער מיטל און תכלית וואס איעדע לעבן שטרעבט צו פארזעצן דורות פון קינדער און אייניקלעך נאך זיך דורך רעפראדוקציע.
רעפראדוקציע איז דער [[פונדאמענט]] פון באוויסטער [[לעבן]]; איעדע אינדיווידואלער ארגאניזם עקזיסטירט נאר צוליב דעם רעזולטאט פון רעפראדוקציע.
די באוואוסטע מעטאדען פון רעפראדוקציע איז ברייט אריינגעלייגט אין גרופעס פון צוויי סארטן: סעקסואלע און נישט סעקסואלע.
אין נישט סעקסואלער רעפראדוקציע, קען א אינדיווידואל רעפראדוצירן אן קיין שום קשר מיט אן אנדער אינדיווידואל פון זיין\איר [[זגאל]]. די צעטיילונג פון א [[באקאטעריע]]לער [[צעל]] אריין צו צוויי טאכטער צעלן איז א ביישפיל פון נישט קיין סעקסועלע רעפראדוקציע. דאס ווערט גערופן עיסעקסואל. דאס איז אבער לאו דוקא נישט לימיטירט צו א איינצעלער סעל ארגאניזם. רוב [[פלאנץ|פלאנצונגן]] האבן די מעגליכקייט צו רעפרודיצירן דורך אוסעקסואל, ד.ה. נישט דורך האבן סעקס מיט אן אנדער אינדיווידואל.
סעקסואלע רעפראדוקציע פארלאנגט זיך אבער יא די אריינמישונג פון צוויי אינדיוואודואלן, טיפיש איז דאס איטליכע פון יעדער סעקס א זכר מיט א נקיבה, נארמאלע מענטשליכע רעפראדוקציע איז א ביישפיל פון סעקסואלע ריפרודוקציע וואס עס פארלאנגט זיך א טאטע מיט א מאמע זאלן זיך אריינמישן כדי צו געבוירן א קינד.
== אידישקייט ==
דאס איז א מצוה פון דער תורה פאר מענטשן, איר חשיבות איז גאר גרויס, און עס איז די ערשטע אויסגערעכענטע מצוה פון אלע [[תרי"ג מצוות]] '''פריה ורביה'''.
==זעט אויך==
*[[געבורט קאנטראל]]
[[קאַטעגאָריע:רעפראדוקציע|*]]
2bvr1gbkg8rniqa9mz9qzacsl6i3g60
באטאנישער גארטן
0
25072
602784
496200
2026-10-05T14:51:22Z
GeertivpBot
47753
#pwb Copy label image [[c:Category:Botanical gardens|קאמאנסקאט Botanical gardens]]
602784
wikitext
text/x-wiki
[[טעקע:Gewaechshaus Botanischer Garten Berlin.jpg|קליין|באטאנישער גארטן]]
אַ '''באָטאַנישער גאָרטן''' איז אַ [[פּאַרק]] מיט עקזאָטישע [[פֿלאַנצן]] און געװיקסן. די פֿלאַנצן האָבן [[װיסנשאַפֿט]]לעכע באַשריפֿטונגען װי אין א [[מוזײ]]. גרױסע באָטאַנישע [[גאָרטנס]] זײַנען אין [[ניו יאָרק]], [[מיזורי]], [[קיו]] ([[לאנדאן]]), [[בערלין]] און [[מינכן]].
* [[ברוקלין באטאנישער גארטן]]
{{שטומף}}
{{קאמאנסקאט|Botanical gardens}}
[[קאַטעגאָריע:באטאניק]]
[[קאַטעגאָריע:מוזייען]]
dj2zm3zrnf17u5ufdqztktogxretnv2
אירלאנד (אינזל)
0
25150
602799
601440
2026-10-06T08:37:03Z
~2026-53650-66
62988
/* */
602799
wikitext
text/x-wiki
{{באצירק}}
'''אירלאנד''' ({{שפראך-ga|Éire}}; [[אולסטער סקאטס]]: ''Airlann'') היא מדינה של גינגים מסריחים שמשחקים בקקה איז דער דריטער גרעסטער [[אינזל]] אין [[אייראפע]],<ref>[[גרויסבריטאניע]] איז דער גרעסטער און [[איסלאנד]] דער צווייטער.</ref> און דער צוואנציגסטער גרעסטער אינזל אין דער וועלט.<ref>זעט [[רשימה פון אינזלען לויטן שטח]].</ref> ער ליגט צפון-מערב פון [[קאנטינענטאלישע אייראפע|קאנטינענטאלישער אייראפע]] און איז ארומגענומען מיט הונדערטער אינזלען און [[וויספע]]ס. מזרח פון אירלאנד, אריבער דעם [[אירישער ים|אירישן ים]], איז דער אינזל [[גרויסבריטאניע]]. פאליטיש, די [[אירלאנד|רעפובליק פון אירלאנד]] (וואס הייסט אפיציעל ''אירלאנד'') באדעקט פינף זעקסטל פונעם אינזל; דאס איבעריגע אין צפון-מזרח איז [[צפון אירלאנד]], א טייל פונעם [[פאראייניגטן קעניגרייך]].
== לעבן און געוויקסן ==
די ערד אינעם אינדזל איז זייער רייך און פרוכטיק, עס איז באדעקט מיט גראז און גרינע פלאנצן. עס איז ניטא דארט א סך וועלדער נאר בעיקר פאשע פעלדער וואס פארנעמען דעם רוב פון דעם אינדזלס שטח. דאס אירישע פאלק האבן זיך פארלאזט אין פארלויף פון לאנגע יארן אויף קולטורן (איינוואקסן) [[קארטאפל]] ווי זייער א לעבנסמיטל; א שוועמל וואס האט אמאל פארניכטעט דעם קארטאפל שניט האט צוגעברענגט צו דעם גרעסטן הונגער אין אירלאנד. נאך א פארשפרייטע געוויקס דארט איז די [[גערשט]]. עס איז וויכטיק צו אויפמערקן דעם אבסענטעיזם פון [[שלאנג|שלענג]] אינעם אינדזל. די אירישע טראדיציע דערציילט אז די שלענג זיינען אוועק געטריבן געווארן פונעם אינדזל דורך דעם הייליקן [[פאטריק]].
== הערות ==
<references />[[טעקע:Ireland from space edit.jpg|left|thumb|250px|אירלאנד פאטאגראפיע פונעם רוים]]
[[קאַטעגאָריע:בריטישע אינזלען]]
[[קאַטעגאָריע:מערב אייראפע]]
5bkto44pgyl0bk1oq32p9r20dc6wu76
אלעקסאנדער (הויף)
0
31311
602785
600125
2026-10-05T20:22:48Z
אלכסנדער שוואנץ
62980
/* אגדות ישראל */
602785
wikitext
text/x-wiki
'''אַלעקסאנדער''' איז א חסידישער הויף וואס שטאמט פונעם שטעטל [[אלעקסאנדער, פוילן|אלעקסאנדער]] לעבן [[לאדזש]] אין [[פוילן]]. ביזן [[חורבן אייראפע|חורבן]] איז פוילן געווען דער צענטער פונעם הויף, און עס האט אַריינגערעכנט בערך 100,000 חסידים פון אלע שאטונגען. דורכאויסן חורבן איז דער חסידות שווער געשעדיגט געווארן ווען רוב חסידים זענען אומגעקומען על קידוש ה' צוזאמען מיטן רבי'ן דער 'עקידת יצחק', און דאס חסידות איז נאכדעם נאך נישט צוריקגעקומען אין קוואנטום צו איר היסטארישע שטעלע.
דער היינטיגער רבי איז רבי [[ישראל צבי יאיר דאנציגער]], דער הויף ציילט היינט אין איר הונדערטער משפחות, רוב פון זיי אין ארץ ישראל און אין אמעריקע.
דאס חסידות איז היינט הויפטקווארטירט אין בני ברק, אין דעם צענטראלן בית מדרש פונעם רבי׳ן אויף דער אחיעזר גאס.
== היסטאריע ==
=== דאס חסידות אין פוילן ===
[[טעקע:Aleksandrow kirkut 1.jpg|טעקסט=די מצבות פון די אלעקסאנדער רבי׳ס|קליין|די ציון פון די אלעקסאנדער רבי'ס אין פוילן]]
דער יסוד פון דער אלעקסאנדער הויף איז אין די [[פרשיסחא (הויף)|פשיסחא]] חסידות, געגרינדעט דורך רבי [[יעקב יצחק פון פשיסחא]] "דער איד הקדוש", וועלכער איז געווען א תלמיד פונעם [[יעקב יצחק פון לובלין|חוזה פון לובלין]]. אין די לעצטערע יארן פונעם לעבן פון זיין רבי'ן האט ער אנגעהויבן פירן א קבוצה חסידים, וואס אנדערש ווי אנדערע חצירות פון יענער תקופה, איז נישט געווען קיין אונטערשייד צווישן פשוטע מענטשן און די חשובע בני עליה. נאך דער פטירה פון רבי יעקב יצחק, איז זיין תלמיד רבי [[שמחה בונם פון פשיסחא|שמחה בונים פון פשיסחא]] באשטימט געווארן צו זיין דער מנהיג העדה. אין די דאזיגע יארן האט זיך פארגרעסערט דאס מחלוקת, צװישן די תלמידים פון דעם רבי'ן פון לובלין, און דער פשיסחא הויף. נאך דער פטירה פון רבי שמחה בונים האבן רוב חסידים געקרוינט זיין זון רבי אברהם משה פון פשיסחא אלס רבי, אבער ער האט נישט לאנג געלעבט און איז נפטר געווארן נאך אנדערט־האלב יאר, און זיין ארט איז אנגעפילט געווארן דורך רבי [[ישראל יצחק קאליש|יצחק פון ווארקא]], וואס האט אויסגעטראטן דעם [[ווארקא (הויף)|ווארקא]] דרך פון עוסק זיין אין אהבת רעים אויפן אופן פון אוהב את הבריות ומקרבן לתורה. ער איז באקאנט אלס דער "אלטער ווארקער רבי". נאך זיין פטירה איז די הנהגה אריבערגעגאנגען צו זיין גרויסן תלמיד, רבי שרגא פייוויל פון [[גריצע|גריצא]]. וואס איז באזונדער אויך געווען א תלמיד פון רבי [[יעקב לארבערבוים|יעקב לאָרבערבוים]] פון [[ליסא]] זצ"ל בעל נתיבות המשפט. און נאך זיין פטירה איז געקרוינט געווארן דער זון פונעם אלטער רבי׳ן פון ווארקא, רבי [[מרדכי מנחם מענדל קאליש|מנחם מענדל פון ווארקא]] באקאנט אלס דער "שתקן", און ווערט גערופן דער "יונגער ווארקער רבי". ביי זיין פטירה איז די הנהגה אריבער צו רבי [[דוב בעריש פון ביאלע|דוב בעריש ביאלער]], וועלכער האט משפיע געווען פרנסה בריווח פאר די חסידים, אויף אזוי ווייט אז די זיבן יאר פון זיין הנהגה זענען באקאנט אלס די "שנות השובע", טייל פון זיינע דברי תורה זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר "מגיד דבריו ליעקב".
נאך זיין פטירה אין [[ה'תרל"ו|תרל"ו]] איז רבי [[יחיאל דאנציגער]], דער זון פון רבי שרגא פייוויל פון גריצא, געווארן אויפגענומען צו דער הנהגה, ער איז דעמאלט געווען רב אין שטאט [[פילץ]], און נאך עטליכע יאר האט ער זיך אריבערגעצויגן אין דער שטאט [[אלעקסאנדער, פוילן|אלעקסאנדער]]. רבי יחיאל איז געווען באקאנט אלס דער "שרף", ער איז באוואוסט מיטן נאמען דער "אלטער רבי" פון אלעקסאנדער. ער איז נפטר געווארן י"ד שבט תרנ"ד.
ר' יחיאל'ס ארט איז אנגעפילט געווארן דורך זיין עלטסטער זון רבי [[ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער]]. ער איז געווען באקאנט מיט זיין גרויס חכמה און ענווה. רבי [[יעקב אריה גוטערמאן|יעקב אריה פון ראדזמין]] האט געזאגט אז ער האט געהאט די נשמה פונעם [[חיים בן עטר|אור החיים הקדוש]]. דער ישמח ישראל איז נפטר געווארן כ"ט טבת תר"ע, און נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא זיינע תורות זענען געדרוקט געווארן אין זיין בארימטן ספר "ישמח ישראל".
נאך זיין פטירה, האבן די מערהייט פון אלעקסאנדער חסידים געקרוינט דעם אינגערן ברודער פונעם ישמח ישראל, רבי [[שמואל צבי דאנציגער]], וועלכער איז נפטר געווארן כ"ט תשרי ה'תש"ג. ער איז געווען באקאנט מיט זיין גרויס אהבת ישראל און ענווה. זיינע תורות זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר "תפארת שמואל".
א קליינע צאל חסידים האבן אנגענומען די הנהגה פון רבי אהרן צבי לאנדא, זון פונעם רבי'ן רבי דוב בעריש מביאלא, אבער ער איז נפטר געווארן פּלוצים בלויז מיט עטליכע חדשים שפעטער און עס האט אים איבערגענומען זיין ברודער רבי אלימלך מנחם מענדל לאנדא, וועלכער איז אריבער אין שטעטל סטריקאָוו און דאָרט געגרינדעט דעם [[סטריקאוו (הויף)|סטריקאָווער הויף]].
דער דריטער ברודער פונעם ישמח ישראל און דער בעל תפארת שמואל איז געווען רבי [[בצלאל יאיר דאנציגער]], וועלכער האט געפראוועט אין דעם 'גרויסן שטיבל' אין [[לאדזש]].
[[טעקע:AlexanderRebbe-620x439.jpg|קליין|דער ״עקידת יצחק״ מיט זיינע קינדער אין מארינבאד]]
נאך דער פטירה פון דעם תפארת שמואל איז זיין זון רבי [[יצחק מנחם מענדל דאנציגער|יצחק מנחם דאנציגער]] געקרוינט געווארן אלס רבי. אונטער דער פירערשאפט פון רבי יצחק מנחם, איז געגרינדעט געווארן א נעץ פון ישיבות מיטן נאמען "בית ישראל" אויפן נאמען פונעם ישמח ישראל וואס האט אריינגענומען אין זיך טויזענטער בחורים לענגאויס אלע שטעט איבער גאנץ פוילן. דער עקידת יצחק איז געווען א מחותן מיט די [[סאכאטשאוו (הויף)|סאכאטשאווער]], [[סלאנים (הויף)|סלאנימער]] און [[אסטראווצע|אסטראווצער]] רבי'ס.
ווען די [[נאצי דייטשלאנד|נאציס]] זענען אריין אין פוילן איז ער אנטלאפן קיין לאדזש, און פון דארט קיין [[ווארשע]] וואו ער איז געבליבן צוויי יאר. אויסשליסנדיג די אנטלויף פלענער וואס די חסידים האבן אנגעגרייט, זאגנדיג "בתוך עמי אנוכי יושבת, מיט די חסידים וואס מיר האבן געלעבט מיט זיי וועלן מיר שטארבן". כ"ג אלול תש"ב איז ער אומגעקומען על קידוש ה' אין דעם [[טרעבלינקע]] טויט לאגער. אַ טייל פון זיינע תורות זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר "עקידת יצחק". די איבריגע ספרים און כתבים זענען פאַרלוירן געוואָרן אינעם [[חורבן אייראפע|חורבן]].
זינט דער ענדע פונעם [[19טער י"ה|19טן יארהונדערט]] האט זיך דער אלעקסאנדער הויף פארברייטערט אויף גאר א גרויסן פארנעם, און האט זיך געציילט אלס איינער פון די צוויי גרעסטע הויפן אין פוילן (צוזאמען מיט [[גער (הויף)|חסידות גער]]). די אלעקסאנדער רבי'ס זענען געשטאנען אין שפיץ פון דער [[חסידות|חסידישער באוועגונג]] אין פוילן און זייער איינפלוס אויפן אידישן ציבור אין פוילן איז געווען גאר גרויס. די חסידים האבן געגרינדעט הונדערטער [[שטיבל]]עך לענגאויס יעדער שטאט איבער פוילן און אזוי אויך א ישיבה און שטיבלעך אין ארץ ישראל. אין דער זעלבער צייט איז דער אלעקסאנדער הויף אויך געווען פארמישט אין א לענגערן קאנפליקט מיטן גערער הויף, אויף אזעלכע ענינים ווי אויפנעמען [[רב]]נים און [[שוחט|שוחטים]], און אין די שטאטישע לאקאלע וואלן פאר דער הנהגה פון די קהילות. דאס האבן איר צענטער נעבן דער שטאט [[לאדזש]], וואס איז געווען דער [[אינדוסטריע]]לער צענטער פון פוילן און וואו עס האט געוואוינט א גרויסע [[אידישע געמיינדע|אידישע קהלה]], האט בייגעשטייערט צו דער פארשטארקונג פונעם חסידות.
אין די יארן ווען די [[בריטישער מאנדאט]] האט געהערשט אויף [[ארץ ישראל]] זענען עטליכע הונדערט אלעקסאנדער חסידים ארויף זיך באזעצן אין ארץ ישראל, און האבן געגרינדעט שטיבלעך אין [[תל אביב-יפו|תל אביב]], אין [[חיפה]], אין [[בני ברק]] ווי דאס אלעקסאנדער שטיבל איז געוועהן די ערשטע חסידישע שטיבל אין שטאט, אין [[רחובות]] און "ישיבת ישמח ישראל" אין [[ירושלים]].
===אגודת ישראל===
ביים אנהויב פון די גרינדונג פון [[אגודת ישראל]] אין יאר [[ה'תרע"ב|תרע"ב]] האט דער [[שמואל צבי דאנציגער|תפארת שמואל]] אונטערגעשריבן מיט די אגודה, אבער קורץ דערנאך, נאכן מיטהאלטן ווי אזוי עס האט זיך אויסגעשטעלט, איז ער ארויס שארף דערקעגן. דורכאויס די יארן איז געקומען גאר שטארקע דרוק פון אסאך מאכטפולע פערזענליכקייטן אז אלעקסאנדער זאל אריינקומען אין דער אגודה, סיי ביים תפארת שמואל און סיי ביי זיין זון דער [[יצחק מנחם מענדל דאנציגער|עקידת יצחק]], אבער מיט דעם אלעם האבן זיי דאס קאטאגאריש אפגעווארפן און קיינמאל נישט אריין אין דער אגודה. די אלעקסאנדער הויף איז דאן געוועהן די פאָנטרעגער פון פרומקייט און קנאות איבער גאנץ פוילן, שטייענדיג ווייט פון פאליטיק.
אין יאר [[ה'תרצ"ז|תרצ"ז]] איז פארגעקומען דער גרויסער כנסיה הגדולה אין מארינבארד, און די רבנים האבן דאן פארבעטן דער עקידת יצחק צו קומען רעדן, דער עקידת יצחק האט דאן אויפגעטרויטן מיט זיי באוואוסטער פלאמפייערדיגע דרשה{{הערה|געברענגט אין ספר עקידת יצחק עמוד קע"ד}}, אין וועלכער ער האט געוויינט ביטערע בכיות אויף די גרויסע צרות און גזירות וואס האבן דעמאלטס געבלאזן. אבער אנדערש ווי עס האט אין אנהייב אויסגעזעהן, האט דאס ווייטער נישט נענטער געברענגט דאס אלעקסאנדער הויף צום אגודה, ווען נאך די כנסיה האט דער עקידת יצחק נאכאמאל שארף אפגעזאגט יעדער פרואוו אריינצוברענגען אלעקסאנדער אין אגודת ישראל, פארשטיין געבענדיג אז די דרשה איז געוועהן אן אויסנאם פילנדיג אז עס וועט זיין דערפון א תועלת, אבער ער איז נישט גרייט זיך צו דערנענטערן צום אגודה. אזוי אויס האט דער אלעקסאנדער הויף נישט געהערט צו קיין שום [[פאליטישע פארטיי|פארטיי]] צווישן די פוילישן אידנטום, און האט זיך באטייליגט אין די וואלן אלס אן אומפארטייאישע חרדישע פארטיי.
=== די התחדשות פון דער הויף נאכן קריג ===
דורכאויס די [[חורבן אייראפע|חורבן]], איז דער אלעקסאנדער הויף געשלאגן געווארן גאר א שווער קלאפּ, ווען רוב פון די חסידים און צוזאמען מיט זיי דער רבי דער "עקידת יצחק" מיט אלע זיינע קינדער זענען אומגעקומען על קידוש ה'. שבת פרשת אמור תש"ז איז די חסידות ווידער אויפגעשטעלט געווארן אין ארץ ישראל. די [[שארית הפליטה יידן|שארית הפליטה]] פון אלעקסאנדער חסידים האבן מכתיר געוועהן רבי [[יהודה משה דאנציגער]], דער איידעם פון רבי [[בצלאל יאיר דאנציגער]] וועלכער איז געשיקט געווארן קיין [[ארץ ישראל]] דורך זיין קוזין דער '[[יצחק מנחם מענדל דאנציגער|עקדת יצחק]]', זאגנדיג אז ער זעט שווארצע וואלקענעס איבער די הימלען פון אייראפע. אויך זיין שווער, רבי בצלאל יאיר, האט געשטיצט דעם ענין. אין אנהויב האט ער געוואינט אין [[ירושלים]] און געפירט זיינע חסידים אין דער אלטער שול אין שכונת [[בית ישראל (געגנט)|בית ישראל]], און שפעטער זיך אריבערגעצויגן קיין [[בני ברק]]. ער איז נפטר געווארן כ"ג אדר א' תשל"ג. ער ווערט אנגערופן דער "אמונת משה" אויפ'ן נאמען פון זיין ספר.
זיין פלאץ איז ערפילט געווארן דורך זיין זון רבי [[אברהם מנחם דאנציגער]], וועלכער האט געפירט די חסידות 32 יאר ביז זיין פטירה י"ז אדר ב' תשס"ה. ער ווערט אנגערופן דער "אמרי מנחם" אויפ'ן נאמען פון זיין ספר.
ביי זיין פטירה האט מען אויפגענומען זיין זון, רבי [[ישראל צבי יאיר דאנציגער]], דער יעצטיגער רבי. ער האט געלערנט אין [[סלאבאדקער ישיבה (בני ברק)|סלאבאדקער ישיבה]], און איז אן איידעם פון רבי משה בערגמאן, דער גרינדער פון ישיבת רשב"י. אין זיין צייט האט זיך די חסידות פארשפרייט און אנטוויקלט איבער דער גאנצער וועלט, און אסאך נייע שטיבלעך זענען געגרינדעט און אויפגעבויט געווארן, אין אמעריקע און אין ארץ ישראל און אייראפע.
=== דער הויף היינטיגע צייטן ===
היינט וואוינען הונדערטער משפחות אלעקסאנדער חסידים איבער דער וועלט. דאס חסידות איז הויפטקווארטירט אין [[בני ברק]] און האלט אויס חינוך מוסדות איינשליסנדיג [[כולל|כוללים]], א [[ישיבה]] קטנה, א ישיבה גדולה; אויך שטיבלעך אין [[ירושלים]], [[ביתר עילית]], [[מודיעין עילית]], [[עמנואל]], [[אנטווערפן]], [[ציריך]], [[בארא פארק]], [[לעיקוואד]], [[מאנסי]], [[סטאמפארד היל]] און [[גאלדערס גרין]] אין [[לאנדאן]].
==באקאנטע חסידים==
*הרב דוד דוב טאוב - רב אין שטאט דאבראזשינסק מחבר ספר "בנין דוד"
*הרב ישראל ניסן קופערשטוק - מחבר ספר "עני בן פחמא"
*הרב עזריאל חיים זאמלונג - רב פון שטאט אשעצק ארויסגעבער פון ספר עשר זכיות
*הרב מנשה פריימאן - מסדר ספר "[[ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער|ישמח ישראל]]" און פון די מנהלים פון די ישיבות "בית ישראל" אין אלעקסאנדער
*הרב שמחה אויבערבוים - פון די גאר חשובע חסידים
*יעקב פראגער - הויפט [[קאמפאזיטאר]] פונעם הויף אין פוילן
*געציל זיידה - הויפט [[קאמפאזיטאר]] פונעם הויף פארן קריג נאך יענקל פראגער
*הרב לייבוש מאקאווער - מגדולי החסידים נאכן קריג און ארויסגעבער פונעם ספר "תפארת רבותינו"
*הרב משה לענטשיצקי - ראש ישיבה פונעם ישיבה גדולה 'אמרי מנחם'
*הרב יהודה מאקאווער - הויפט [[קאמפאזיטאר]] פונעם הויף נאכן קריג און פון די פירערס פונעם ישיבה גדולה
*ירחמיאל מאשקאוויץ - משמש ביים "[[אברהם מנחם דאנציגער|אמרי מנחם]]" און ביי דער [[ישראל צבי יאיר דאנציגער|היינטיגער רבי]]
*יעקב גוטערמאן - מעיאר פון שטאט [[מודיעין עילית]] אין ארץ ישראל
=== אלעקסאנדער בארא פארק ===
אין יאר תשמ"ד, האבן עטליכע חסידים זיך אפגעטיילט און געקרוינט הרב יחיאל מנחם זינגער, זוהן פון רבי יעקב פייוול, זוהן פון רבי יצחק מאיר זינגער, רב פון שטאט אלכסנדר און איידעם פונעם תפארת שמואל, אלס אדמו"ר פון אלכסנדר בארא פארק. ער איז נפטר געווארן אין תשמ"ט און איז פארביטן געווארן דורך זיין זון, הרב יוסף יצחק מאיר זינגער. ער האט [[שול]]ן אין [[בני ברק]] און [[אשדוד]], און א כלל חסידי ישיבה "תפארת שמואל" אין בארא פארק.
== דער דאנציגער בוים ==
{{שושלת חסידות אלכסנדר}}{{חסידישע הויפן}}
==רעפערענצן==
{{רעפליסטע}}
[[קאַטעגאָריע:אלעקסאנדער]]
[[קאַטעגאָריע:חסידישע הויפן]]
[[קאטעגאריע:אינטערנאציאנאלע חסידישע הויפן|אלעקסאנדער]]
1mntq15ksttsnq5swl59mm74cc3y3rv
רעדן:אלעקסאנדער (הויף)
1
31317
602787
582140
2026-10-05T20:25:29Z
אלכסנדער שוואנץ
62980
/* צוויי פראקציעס */ ענטפֿער
602787
wikitext
text/x-wiki
יישר כח פאר דעם אויסבעסערן --[[באַניצער:יוסל|יוסל]] 19:35, 24 אויגוסט 2009 (UTC)
== צוויי פראקציעס ==
פאר עפעס א סיבה שטערט איינעם אז עס איז דא אן אלעקסאנדער חסידות אין בארא פארק, און דער יעניגער פרובירט צו וואנדאליזירן דא. @[[באַניצער:פוילישער|פוילישער]], ביטע קלאר אויס די מצב דא. ייש"כ. [[באַניצער:וויקיפּעדלער|וויקיפּעדלער]] ([[באַניצער רעדן:וויקיפּעדלער|רעדן]]) 19:20, 13 סעפּטעמבער 2022 (UTC)
:אוודאי ס׳איז דא אזעלכע וואס ווילן שרייבן ״פארטייאיש״ און ווילן צענזורירן וואס מען שרייבט קעגן זייער פארטיי. וויקיפעדיע דארף זיין אומפארטייאיש און מען ברענגט אלע צדדים פאקטן. --<b>[[באניצער:פוילישער|פוילישער]]</b> 09:10, 14 סעפּטעמבער 2022 (UTC)
::ווען א בנש"ק פון א געוויסע חצר שטייט אויף איין טאג און פאנגט זיך אהן רופן "רבי" הייסט דאס אז די חצר האט זיך צוטיילט אין צווייען ?!?! אז ער רופט זיך רבי און ווערט א רבי, געזונטערהייט, דערפאר איז מיוחד א גאנצער פאראגראף וועגן דעם, אבער דאס הייסט נישט צוטיילט א חצר אין צוויי… [[באַניצער:פולישער חסיד|פולישער חסיד]] ([[באַניצער רעדן:פולישער חסיד|רעדן]]) 18:20, 15 סעפּטעמבער 2022 (UTC)
:::עס געפעלט דיר נישט דער לשון, אדרבא, טוטס פארבעסערן. אבער מעק נישט אויס דעם גאנצן ענין. --<b>[[באניצער:פוילישער|פוילישער]]</b> 19:27, 3 אָקטאָבער 2022 (UTC)
::::ביטע ליינט איבער די פריערדיגע ווערטער פון [[פולישער חסיד]] איך מיין אז עס איז אמת און גאנץ פארשטענדליך [[באַניצער:ישראל הכהן|ישראל הכהן]] ([[באַניצער רעדן:ישראל הכהן|רעדן]]) 12:16, 28 אָקטאָבער 2022 (UTC)
:::::א ייעידען ווארט איז אייזין דאס הייסט נישט צוטיליט [[באַניצער:אלכסנדער שוואנץ|אלכסנדער שוואנץ]] ([[באַניצער רעדן:אלכסנדער שוואנץ|רעדן]]) 20:25, 5 אָקטאָבער 2026 (UTC)
6hogpekp5zs17tlz0q3iaitghi7wp7h
סענפעטער
0
36327
602792
492251
2026-10-05T21:12:01Z
ן' משה
42115
602792
wikitext
text/x-wiki
{{יתום}}{{באצירק}}
'''סענפעטער''' ({{שפראך-ro|Sânpetru Almaşului}}, {{שפראך-hu|Füzesszentpéter}}) אדער וויאזוי עס ווערט לויט טייל אויסגעלייגט '''סענט-פעטער''' איז א [[דארף]] אין [[זימבערגן]], [[רומעניע]].
== אידן ==
אין 1891 איז רעקאדירט אז עס האבן געוואונט דארטן 22 אידן
== רבנים ==
אין די שפעטערע ת"ר יארן איז געוועזן דארטן רב הרה"ג ר' [[משה חיים גרינפעלד]]. נאך דער [[צווייטער וועלט מלחמה]] האט מען אויפגענומען אלס רב זיין איידעם בזיווג ראשון הרב [[בנציון קאהן]], מחבר פון שו"ת אבני ציון, קרבן ציון אויף [[מסכת מעילה]] און תורת ציון על התורה.
{{coord| 47|04|52|N|23|20|19|E}}
[[קאטעגאריע:רומעניע]]
[[קאַטעגאָריע:דערפער]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]]
nifm1fgvbzlu9vjqbheub12ke1viqr0
קוואנטן-מעכאניק
0
37144
602788
594600
2026-10-05T20:49:12Z
~2026-53806-28
62981
changed קוואַנטום from קוואַנטן
602788
wikitext
text/x-wiki
'''קוואַנטום-מעכאַניק''', אויך באקאנט ווי '''קוואנטום-פיזיק''' אדער '''קוואנטום-טעאריע''', איז א צווייג פון [[פיזיק]] וואס שילדערט מאטעמאטיש די [[כוואליע-טיילכל דואליזם]] פון [[מאטריאל]] און [[ענערגיע]]. די [[טעאריע]] האט [[ווערנער הייזנבערג]] אנטוויקלט אין 1925. קוואנטן-מעכאניק שילדערט די [[עוואלוציע]] פון א פיזישער סיסטעם דורך א מאטעמאטישן סטרוקטור וואס הייסט א [[כוואליע פונקציע]]. מען ניצט קוואנ'''טום'''-מעכאניק פאר [[אטאם|אטאמען]] און עלעמענטארע טיילעכלעך. אנדערש פון קלאסישער מעכאניק, אין קוואנ'''טום'''-מעכאניק זענען ענערגיע, מאמענטום, ווינקל־מאמענטום און אנדערע קוואנטיטעטן פון א סיסטעם זענען באגרענעצט צו [[דיסקרעטע מאטעמאטיק|דיסקרעטע ווערטן]] (קוואנטיזאציע).
שוין פאר 1900 איז מען געווארן געוואר אז [[קלאסישע מעכאניק]] האט פראבלעמען ביי געוויסע פענאמענען. ביז מען איז געקומען צו קוואנ'''טום'''-מעכאניק, וואס האט געשאפן א רעוואלוציע אין דעם פארשטאנד פון פיזיק.
קוואנטן־מעכאניק איז גאנץ אנדערש פון קלאסישער מעכאניק אויך אין דעם אז זי זאגט נישט גענוי וואס וועט פאסירן, נאר די [[משמעותדיקייט|מעגלעכקייט]] פון א פאסירונג.
[[קאַטעגאָריע:פיזיק]]
[[קאַטעגאָריע:קוואנטן-מעכאניק|*]]
b2vhy49qbwead3uxb88fle59h24d15s
אלכסנדר זיסקינד פון הוראדנא
0
38407
602789
587650
2026-10-05T20:52:39Z
ן' משה
42115
602789
wikitext
text/x-wiki
{{יתום}}{{רב}}
הרב '''אלכסנדר זיסקינד פון הוראדנא''' ([[ה'תקמ"ט]] – [[י"ח אדר ב']] [[ה'תקנ"ד]], [[1794]]) איז געווען א [[רב]] און א [[מקובל]]. ער איז באקאנט ווי דער מחבר פונעם ספר '''[[יסוד ושורש העבודה]]'''.
==לעבנסגעשיכטע==
ער איז געבוירן געווארן אין [[ראסיין]], [[ליטע]], צו זיין פאטער רב משה און זיין מוטער מרת רבקה, אן אייניקל פון רבי [[מרדכי יפה]] דער "לבוש". רוב זיין לעבן האט ער געוואוינט אין הוראדנא ([[גראדנע]]).
[[קאַטעגאָריע:ליטווישע רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:מקובלים]]
{{רב-שטומף}}
ricg84kzn5d93hz0o6aseltjx7109az
סילווער סטריט באן סטאנציע
0
46082
602796
572944
2026-10-06T07:41:58Z
פוילישער
339
602796
wikitext
text/x-wiki
{{לאנדאנער סטאנציע
|סימבאל = overground
|בילד= {{#אייגנשאפט:p18}}
|באשרייבונג= סטאנציע געביידע
|לאקאלער סטאנציע נאמען= Silver Street
|באנקאד = {{#אייגנשאפט:סטאנציע קאד}}
|פארוואלטער = [[לאנדאנער איבערגרונט]]
|יאר געעפנט= 1872
|לאקאציע=[[עדמאנטאן]]
|בארא= [[לאנדאנער בארא פון ענפילד|ענפילד]]
|פעראנען= 2
|טראוולקארטע זאנע= 4
|באן1617= {{ארויף}} 1.581
|באן1718= {{ארויף}} 1.688
|באן1819= {{ארויף}} 1.773
|באן1920= {{אראפ}} 1.731
|גארטל= 51.615
|מערידיאן= 0.067
}}
'''סילווער סטריט''' ({{שפראך-en|Silver Street}}) איז א [[לאנדאנער איבערגרונט]] סטאנציע אויף די [[לי וואלי ליניעס]] אין [[עדמאנטאן]] אין דער [[לאנדאנער בארא פון ענפילד]], צפון [[לאנדאן]], [[ענגלאנד]].
די סטאנציע געפינט זיך אין [[טראוולקארט]] זאנע 4.
==היסטאריע==
סילווער סטריט סטאנציע האט געעפנט דעם 22סטן יולי 1872 אויף דער סטאק ניואינגטאן און עדמאנטאן אייזנבאן.
היינט איז זי אויפן סעוון סיסטערס אפצווייג פון די [[לי וואלי ליניעס]].
==באדינונגען==
די נארמאלע נישט שפיץ־שעה׳ן באדינונג איז:
*4 באנען א שעה קיין {{באנלינק|ליווערפול סטריט}};
*2 באנען א שעה קיין {{באנלינק|טשעשאנט}};
*2 באנען א שעה קיין {{באנלינק|ענפילד שטאט}}.
== רעפערענצן ==
{{רעפליסטע}}
==וועבלינקען==
{{קאמאנסלינק}}
* {{סטאנציע לינק|{{#אייגנשאפט:סטאנציע קאד}}}}
{{ס-באן-אנהייב}}
{{ס-באן|טיטל=LOG}}
{{ס-ליניע|סיסטעם=LOG|ליניע=ענפילד און טשעשאנט|פריערדיק=עדמאנטאן גרין|פאלגנד=ווייט הארט ליין}}
{{סוף}}
{{לאנדאנער איבערגרונט נאוויגאציע|סעוונסיסטערס=יא}}
l0jbo5hqpa68rhtunelyjjx8jxx6cee
באר, אוקראינע
0
46156
602791
595406
2026-10-05T21:05:12Z
ן' משה
42115
/* יידישע היסטאריע פון וויניצע */
602791
wikitext
text/x-wiki
{{יישוב
|נאמען=
|סארט יישוב= שטאָט
|אמטשפראך נאמען= Бар
|הערב= {{#אייגנשאפט:הערב בילד}}
|פאן= {{#אייגנשאפט:p41}}
|בילד= {{#אייגנשאפט:p18}}
|באשרייבונג=
|קאארדינאטן= {{coord|49|04|30|N|27|40|34|E|region:UK_type:city|display=inline,title}}
|גרינדונג דאטע= 1401
|מדינה= {{פאן אוקראינע}}
|אפטייל טיפ= [[אבלאסט]]
|אפטייל נאמען= [[וויניצער גובערניע|וויניצע]]
|געביט=
|ראיאן= באר ראיאן
|דיסטריקט=
|בירגערמייסטער= ארטור צירצורסקי
|גובערנאטאר=
|טיפ אונטעראפטייל=
|דיסטריקטן אין ראיאן=
|שטעט אין ראיאן=
|ראיאן הויפטשטאט=
|מוטערשטאט=
|אפיציעלע שפראך=
|שטח= 5.95
|הייך= 362
|באפעלקערונג= 15000
|באפעלקערונג יאר= 2023
|באפעלקערונג הערה=
|מטרופולין=
|הערת מטרופולין=
|צפיפות= 2,890
|צייט זאנע= +2
|אתר אינטרנט= [http://www.bar-city.com.ua bar-city.com.ua]
|מאפע=
|פרטימדיקע מאפע=
|סטאטיסטיק=
}}
'''באַר''' ({{שפראך-uk|Бар}}; {{שפראך-ru|Бар}}; {{שפראך-pl|Bar}}; {{שפראך-la|Barium}}) איז א שטאָט אין דער [[וויניצער גובערניע]], צענטראל-[[אוקראינע]] אויף די ברעגן פונעם [[ריוו]], א בייטייך פונעם [[דרום בוג]]. די שטאט געפינט זיך אומגעפער 200 ק״מ דרום־מערב פון [[קיעוו]], און 63 ק״מ מערב פון [[וויניצע]].
באר איז די [[הויפטשטאט|אדמיניסטראציע שטאט]] פון [[באר ראיאן]], אינעם היסטארישן געגנט [[פאדאליע]].
== געשיכטע ==
די שטאָט איז געווען א האנדל ארט מיטן נאמען '''ראוו''' אין 1401, אין דער [[גרויס-הערצאגשאפט פון ליטע]]. אין 1537 האט די פוילישע מלכה [[באנא ספארזא]] געגעבן די זידלונג א ניים נאמען ״באר״ נאך איר היימשטאט [[בארי]] אין [[איטאליע]].
פון 1569 ביז 1793 איז די שטאט געווען א טייל פון פוילן. די קאזאקן האבן איינגענומען די פעסטונג אין 1648. אין 1672 האט די [[אטאמאנישע אימפעריע|אטאמאנישער אימפעריע]] איינגענומען באר וואס איז געווארן די זיץ פון דער לאקאלע אדמיניסטראציע. פון 1686 ביז 1699 זענען געווען אין באר כסדרדיקע שלאכטן צווישן די פאלאקן און די טערקן ביז די פאלאקן האבן געזיגט אין 1699.
ביי דער צוויטער טיילונג פון פוילן איז באר געווארן א טייל פון דער פאדאליער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע.
== יידישע היסטאריע פון וויניצע ==
יידן האבן זיך באזעצט אין באר אין 1542. ווען די קאזאקן האבן איינגענומען די שטאט אין 1648, אלע יידן וואס האבן נישט געזדאנזשעט אנטלויפן פון דער שטאט (בערך 2000) האבן זיי געמארדעט.
פון די מערסט בעקאנטע אידן דארט איז געווען רבי [[מנחם מענדל מבאר]] פון די גרויסע תלמדי [[בעל שם טוב]]
אין 1900 האבן געוואוינט אין באר 5,773 אידן.<ref name=JG/>
אין 1989 זענען געבליבן אין באר נאר 367 יידן.
==צווילינג שטעט==
*{{פאן פוילן|[[קווידזין]]}}
*{{פאן פוילן|[[ריבניק]]}}
*{{פאן איטאליע|[[בארי]]}}
{{-}}
== רעפערענצן ==
{{רעפליסטע
|refs=<ref name=JG>[http://data.jewishgen.org/wconnect/wc.dll?jg~jgsys~shtetm~-1034926 באר בלאט אין יידישגען]</ref>
}}
== וועבלינקען ==
{{קאמאנסקאט|{{#אייגנשאפט:p373}}}}
{{וויניצער גובערניע}}
[[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:שטעט אין אוקראינע]]
[[קאַטעגאָריע:פאדאליע]]
r1axgdm2yfgx0eoivw98gye2nk03i8o
דן ווינד
0
50594
602797
563741
2026-10-06T08:35:13Z
~2026-53855-97
62987
/* */
602797
wikitext
text/x-wiki
{{יתום}}
{{אישיות
| פאך = בוי־אינזשעניר
}}
'''דן ווינד''' (7 בפברואר 1935, ד' באדר תרצ"ה - 2006, י"ב בתשרי [[ה'תשס"ז]]) איז געווען א ציווילער אינזשעניר וואס האט געפירט פיל בוי פראיעקטן אין [[ירושלים]]. ער איז געווען איינער פון די פלאנירער פון דער [[ירושלים לייכטע באנען|ירושלים טראמוויי]] פראיעקט. ער איז געווען דער דירעקטאר פון דער תפנית אינזשעניריע פירמע.
==ביאגארפיע==
ווינד איז געבוירן אין די בוכאַראַן קוואַרטאַל פון ירושלים צו משה, אַ געבוירענער פון פוילן און אַן ינזשעניר פון מרים, אַ געבוירענער פון רוסלאַנד.
<br />
[[קאַטעגאָריע:ישראלים]]
[[קאַטעגאָריע:אינזשענירן]]
gbv793xq2m1wggprznkn21ycaxvkag4
602798
602797
2026-10-06T08:36:09Z
~2026-53855-97
62987
/* */
602798
wikitext
text/x-wiki
{{יתום}}
{{אישיות
| פאך = בוי־אינזשעניר
}}
'''דן ווינד''' (7 בפברואר 1935, ד' באדר תרצ"ה - 4 באוקטובר 2006, י"ב בתשרי [[ה'תשס"ז]]) איז געווען א ציווילער אינזשעניר וואס האט געפירט פיל בוי פראיעקטן אין [[ירושלים]]. ער איז געווען איינער פון די פלאנירער פון דער [[ירושלים לייכטע באנען|ירושלים טראמוויי]] פראיעקט. ער איז געווען דער דירעקטאר פון דער תפנית אינזשעניריע פירמע.
==ביאגארפיע==
ווינד איז געבוירן אין די בוכאַראַן קוואַרטאַל פון ירושלים צו משה, אַ געבוירענער פון פוילן און אַן ינזשעניר פון מרים, אַ געבוירענער פון רוסלאַנד.
<br />
[[קאַטעגאָריע:ישראלים]]
[[קאַטעגאָריע:אינזשענירן]]
tbloonijc09dazyza62rnv1mkil18ps