װיקיפּעדיע yiwiki https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98 MediaWiki 1.47.0-wmf.23 first-letter מעדיע באַזונדער רעדן באַניצער באַניצער רעדן װיקיפּעדיע װיקיפּעדיע רעדן טעקע טעקע רעדן מעדיעװיקי מעדיעװיקי רעדן מוסטער מוסטער רעדן הילף הילף רעדן קאַטעגאָריע קאַטעגאָריע רעדן פארטאל פארטאל רעדן TimedText TimedText talk יחידה שיחת יחידה אירוע שיחת אירוע טאשקענט 0 5917 602816 602786 2026-10-07T18:06:45Z ן' משה 42115 602816 wikitext text/x-wiki {{באצירק}} '''טאשקענט''' (אוזבעקיש: ''Toshkent''; רוסיש: ''Ташкент'') איז די [[הויפטשטאט]] און גרעסטע שטאט פון [[אוזבעקיסטאן]]. זי געפינט זיך אין צפון מזרח אוזבעקיסטאן, אינעם טאל פונעם [[טשירטשיק טייך]], נישט ווייט פון דער גרענעץ מיט [[קאזאכסטאן]]. לויט די אפיציעלע שאצונג האט טאשקענט אין אנהייב 2026 געהאט בערך 3.18 מיליאן איינוואוינער און א שטח פון 435 קוואדראט קילאמעטער. == נאמען == דער נאמען פון דער שטאט האט זיך במשך די יארן געטוישט. אין אלטע כינעזישע קוואלן ווערט די געגנט פארבונדן מיטן נאמען ''יוני'', בשעת פערסישע און אראבישע מקורות רופן זי ''טשאזש'' און ''שאש''. דער נאמען ''טאשקענט'' איז באקאנט געווארן אין טערקישע מקורות אין דער תקופה פון די 9טן ביזן 12טן יארהונדערט. דער נאמען ווערט געווענליך צעטיילט אין די טערקישע ווערטער ''טאש'' — שטיין, און ''קענט'' — שטאט. <ref>{{cite web |title=Salom Tashkent |url=https://tashkent.uz/en/city/salom-tashkent |website=Tashkent City Administration |access-date=2026-10-05}}</ref> == געאגראפיע == טאשקענט געפינט זיך אינעם טאשקענטער [[אאזיס]], אין דער טאל פון דעם טשירטשיק טייך. די שטאט ליגט אין א וויכטיגן דורכגאנג צווישן די פערגאנא טאל, די [[קאזאכישע סטעפעס]] און די בערג פון דעם [[טיען שאן]]. די געגנט האט א קאנטינענטאלן קלימאט, מיט הייסע, בדרך כלל טרוקענע זומערס און קאלטע ווינטערס. צוליב אקטיווע אינטערערדישע פלאטעס זענען ערדציטערנישן א אפטע פאסירונג אין דער געגנט. <ref>{{cite web |title=Country Profile: Uzbekistan |url=https://unece.org/fileadmin/DAM/hlm/prgm/cph/experts/uzbekistan/01_general_info/CP_UZB_compiled_info_full.pdf |website=United Nations Economic Commission for Europe |access-date=2026-10-05}}</ref> == היסטאריע == טאשקענט איז איינע פון די עלטסטע שטעט אין צענטראל אזיע. ארכעאלאגישע געפינסן ווייזן אויף א באוואוינטן יישוב אין דער געגנט שוין מיט מער ווי צוויי טויזנט יאר צוריק. אין די אלטע מקורות ווערט די שטאט און איר ארומיגע אאזיס דערמאנט אונטער די נעמען שאש און טשאזש. צוליב איר לאקאציע איז זי געווארן א וויכטיגער פונקט אויפ'ן [[זיידן גאס|זיידן וועג]], וואס האט פארבונדן [[כינע]] מיט [[צענטראל אזיע]] און די לענדער צו מערב. <ref>{{cite web |title=History of Tashkent |url=https://uzbekistan.travel/en/o/history-of-tashkent/ |website=Uzbekistan Travel |access-date=2026-10-05}}</ref> אין די [[6טער י"ה|6טע]] און [[7טער י"ה|7טע יארהונדערטער]] איז דער געגנט געווען א טייל פון דעם [[שאש קעניגרייך]], און טערקישע הערשער האבן דארט געהאט זייערע הויפטשטאט. אין 713 זענען אראבישע מיליטער כוחות צום ערשטן מאל אריינגעדרונגען אין שאש. די אראבישע הערשאפט איז אבער ערשט שפעטער געווארן באפעסטיגט, נאכ'ן קאנפליקט צווישן די אראבער און כינעזער אין 751. <ref>{{cite web |title=History of Tashkent |url=https://uzbekistan.travel/en/o/history-of-tashkent/ |website=Uzbekistan Travel |access-date=2026-10-05}}</ref> אין די [[מיטל אלטער]] איז טאשקענט ווייטער געווען א וויכטיגער צענטער פאר האנדל און האנטווערק. די שטאט איז אין פארשידענע תקופות געשטאנען אונטער דער הערשאפט פון פארשידענע צענטראל אזיאנע דינאסטיעס. אין די [[14טער י"ה|14טע יארהונדערט]] איז זי אריינגעקומען אין דער ספערע פון דער [[טימורידישע אימפעריע|טימורידישער אימפעריע]], און אין שפעטערדיקע יארהונדערטער איז די הערשאפט איבער דער שטאט עטליכע מאל געטוישט געווארן. == רוסישע הערשאפט == אין 1865 איז טאשקענט איינגענומען געווארן דורך רוסישע מיליטער כוחות אונטער גענעראל [[מיכאיל טשערניאעוו]]. די אייננעמונג איז געווען א וויכטיגער שריט אין דער רוסישער פארכאפונג פון צענטראל אזיע. אין 1867 איז טאשקענט געווארן דער צענטער פון דער נייעם [[טורקעסטאנער גענעראל־גובערנאטארשאפט|טורקעסטאנער גענעראל גובערנאטארשאפט]]. <ref>{{cite web |title=Central Asia vii. In the 18th-19th Centuries |url=https://www.iranicaonline.org/articles/central-asia-vii/ |website=Encyclopaedia Iranica |access-date=2026-10-05}}</ref> א אונטערשייד צווישן דער אלטער שטאט און דער נייער רוסישער שטאט האט זיך אנטוויקלט אין דער רוסישער תקופה. די אלטע טאשקענט איז געבליבן א געגנט פון שמאלע גאסן, מארקפלעצער, מאסקעס און טראדיציאנעלע הייזער, בשעת אין די נייע רוסישע טיילן זענען געבויט געווארן ברייטע גאסן, אדמיניסטראטיווע געביידעס און נייע אינסטיטוציעס. די באן ליניעס האבן ווייטער פארגרעסערט די עקאנאמישע וויכטיגקייט פון דער שטאט. <ref>{{cite web |title=History of Civilizations of Central Asia |url=https://unesdoc.unesco.org/in/rest/annotationSVC/DownloadWatermarkedAttachment/attach_import_1585c732-773d-462a-8c7d-c8cf36ebdca7?_=141275eng.pdf&from=1&to=993 |website=UNESCO |access-date=2026-10-05}}</ref> == סאוועטן תקופה == נאך דער [[רוסישע רעוואלוציע|רוסישער רעוואלוציע]] איז טאשקענט געווארן א טייל פון דער סאוועטישער מאכט סיסטעם אין צענטראל אזיע. אין 1930 איז זי געווארן די הויפטשטאט פון דער [[אוזבעקישע סאוועטישע סאציאליסטישע רעפובליק|אוזבעקישער סאוועטישער סאציאליסטישער רעפובליק]]. <ref>{{cite web |title=Tashkent Modernist Architecture. Modernity and Tradition in Central Asia |url=https://whc.unesco.org/en/decisions/9178/ |website=UNESCO World Heritage Centre |access-date=2026-10-05}}</ref> ביי דער [[צווייטער וועלט קריג]] איז טאשקענט געווארן א וויכטיגער צענטער פאר אינדוסטריע און . פאבריקן און וויסנשאפטלעכע אינסטיטוציעס פון די מערב טיילן פונעם [[סאוועטן פארבאנד]] זענען אריבערגעפירט געווארן קיין טאשקענט, א גרויסע צאל מענטשן עוואקואירט פון שטעט נאנט צום קריג זענען אנגעקומען אין דער שטאט. די אנטוויקלונג האט שטארק פאראויסגעשטיפט דעם וואוקס פון דער שטאט. <ref>{{cite web |title=Tashkent Modernist Architecture. Modernity and tradition in Central Asia |url=https://whc.unesco.org/en/listesindicatives/6708/ |website=UNESCO World Heritage Centre |access-date=2026-10-05}}</ref> === דער ערדציטערניש פון 1966 === דעם 26סטן אפריל 1966 איז טאשקענט באטראפן געווארן דורך א שטארקן [[ערדציטערניש]]. א גרויסער טייל פון דער אלטער געביידעס זענען חרוב געווארן, און טויזנטער איינוואוינער זענען געבליבן היימלאז. דער ערדציטערניש האט פאראורזאכט א גרויסן איבערבוי פון דער שטאט. <ref>{{cite web |title=Country Profile: Uzbekistan |url=https://unece.org/fileadmin/DAM/hlm/prgm/cph/experts/uzbekistan/01_general_info/CP_UZB_compiled_info_full.pdf |website=UNECE |access-date=2026-10-05}}</ref> אין די יארן נאך דער קאטאסטראפע זענען ארכיטעקטן און אינזשענירן פון פארשידענע טיילן פונעם סאוועטן פארבאנד געקומען קיין טאשקענט. די שטאט איז נאכאמאל פלאנירט און געבויט געווארן מיט ברייטע הויפט גאסן, גרויסע פאבליק בנינים און נייע וואוינונג געביטן. דער איבערבוי האט געגעבן טאשקענט א גרויסן טייל פון איר היינטיגן אויסזען. <ref>{{cite web |title=Tashkent Modernist Architecture. Modernity and Tradition in Central Asia |url=https://whc.unesco.org/en/list/1766/ |website=UNESCO World Heritage Centre |access-date=2026-10-05}}</ref> די מאדערניסטישע ארכיטעקטור פון דער תקופה איז געווארן א וויכטיגער טייל פון טאשקענט'ס ארכיטעקטורעלער ירושה. אין 2026 האט [[יונעסקא]] אריינגעשריבן „טאשקענט מאדערניסטישע ארכיטעקטור“ אויפ'ן [[וועלט־ירושה־ליסטע|וועלט ירושה ליסטע]], מיט א גרופע פון צען געביידעס און שטאטישע קאמפלעקסן פון די 1960ער ביז די פריע 1990ער יארן. <ref>{{cite web |title=Tashkent Modernist Architecture. Modernity and Tradition in Central Asia |url=https://whc.unesco.org/en/list/1766/ |website=UNESCO World Heritage Centre |access-date=2026-10-05}}</ref> == זעלבסטשטענדיגער אוזבעקיסטאן == נאך דער צוזאמפאל פון [[סאוועטן פארבאנד]] אין 1991 איז אוזבעקיסטאן געווארן אן אומאפהענגיקע מדינה, און טאשקענט איז געבליבן איר הויפטשטאט. זינט דעמאלט איז די שטאט ווייטער אויסגעוואקסן אלס דער צענטער פון דער רעגירונג, פינאנצן, האנדל, בילדונג און קולטור פון לאנד. היינט געפינען זיך אין טאשקענט די הויפט רעגירונגס אינסטיטוציעס פון אוזבעקיסטאן, אויסלענדישע אמבאסאדעס, אוניווערסיטעטן, וויסנשאפטלעכע אינסטיטוציעס און קולטור צענטערס. <ref>{{cite web |title=About the city |url=https://visit.tashkent.uz/en/about-city/ |website=Visit Tashkent |access-date=2026-10-05}}</ref> == באפעלקערונג == טאשקענט איז די מערסט באוואוינטע שטאט אין צענטראל אזיע. לויט די שטאטישע סטאטיסטיקס האט די שטאט געהאט ארום 3.178 מיליאן איינוואוינער אין אנהייב 2026. <ref>{{cite web |title=General information |url=https://olmazor.tashkent.uz/en/city |website=Tashkent City Administration |access-date=2026-10-05}}</ref> די באפעלקערונג איז עטניש פארשידנארטיג. די גרעסטע גרופע זענען אוזבעקן, אבער אין דער שטאט וואוינען אויך רוסן, קאזאכן, טאטארן, טאגיקן, קארעער און מענטשן פון אנדערע עטנישע אפשטאמונגען. די שטאט האט זיך אין די 20סטע און 21סטע יארהונדערטער שטארק פארגרעסערט צוליב נאטירליכן וואוקס און מיגראציע פון אנדערע טיילן פונעם לאנד. == עקאנאמיע == טאשקענט איז דער וויכטיגסטער עקאנאמישער צענטער פון אוזבעקיסטאן. איר עקאנאמיע נעמט אריין האנדל, פינאנצן, סערוויסעס, אינדוסטריע, קאנסטרוקציע און טראנספארט. די שטאט דינט אויך אלס א וויכטיגער צענטער פאר אינטערנאציאנאלן האנדל צווישן אוזבעקיסטאן און די אנדערע לענדער פון צענטראל אזיע. צוליב איר לאקאציע און פארבינדונגען מיט די אוזבעקישע באן און וועג נעץ איז טאשקענט א וויכטיגער טראנספארט צענטער. דער לופטפעלד פון דער שטאט פארבינדט אוזבעקיסטאן מיט א גרויסער צאל שטעט אין אזיע, רוסלאנד, מיטל מזרח און אייראפע. == אידן אין טאשקענט == אידן האבן שוין געוואוינט אין טאשקענט אין דער ערשטער העלפט פונעם 19טן יארהונדערט, ווען די שטאט איז נאך געווען א טייל פונעם [[קאקאנדער כאנאט]] און האט זיך אנטוויקלט אלס א וויכטיגער האנדל צענטער. אין דער ערשטער העלפט פון די 1860ער יארן האט די שטאט געהאט א קליינע אידישע קהילה פון בערך 27 פאמיליעס, אדער אביסל מער ווי הונדערט מענטשן. צווישן די אידן זענען געווען סוחרים, בעלי מלאכות, דאקטוירים. <ref>{{cite web |title=История еврейской общины Ташкента |url=https://www.jewage.org/wiki/en/Article:%D0%98%D1%81%D1%82%D0%BE%D1%80%D0%B8%D1%8F_%D0%B5%D0%B2%D1%80%D0%B5%D0%B9%D1%81%D0%BA%D0%BE%D0%B9_%D0%BE%D0%B1%D1%89%D0%B8%D0%BD%D1%8B_%D0%A2%D0%B0%D1%88%D0%BA%D0%B5%D0%BD%D1%82%D0%B0 |website=JewAge |access-date=2026-10-05}}</ref> די ערשטע אידן אין דער שטאט זענען בעיקר געווען [[בוכארישע אידן]], א צענטראל אזיאנע אידישע גרופע וואס האבן געוואוינט אין די שטעט פון צענטראל אזיע. דער נאמען „בוכארישע אידן“ איז שפעטער געווארן דער געווענליכער נאמען פאר די אידן פון דער געגנט. <ref>{{cite web |title=BUKHARA vii. Bukharan Jews |url=https://www.iranicaonline.org/articles/bukhara-vii/ |website=Encyclopaedia Iranica |access-date=2026-10-05}}</ref> === אונטער דער רוסישער הערשאפט === אין 1865 איז טאשקענט איינגענומען געווארן דורך דער [[רוסישע אימפעריע|רוסישער אימפעריע]]. צווישן די רוסישע מיליטער לייט וואס האבן זיך באטייליקט אין דער אייננעמונג זענען געווען אויך עטליכע [[אשכנזישע אידן]], און א טייל פון זיי האבן זיך נאכדעם באזעצט אין טאשקענט. אין די קומענדיגע יארן זענען נאך אשכנזישע אידן אנגעקומען, בעת א גרעסערע צאל בוכארישע אידן זענען אריבער קיין טאשקענט פון דעם [[בוכארער עמיראט]]. אין 1868 האט די אידישע באפעלקערונג פון דער שטאט דערגרייכט בערך 200 מענטשן. <ref>{{cite web |title=История еврейской общины Ташкента |url=https://www.jewage.org/wiki/en/Article:%D0%98%D1%81%D1%82%D0%BE%D1%80%D0%B8%D1%8F_%D0%B5%D0%B2%D1%80%D0%B5%D0%B9%D1%81%D0%BA%D0%BE%D0%B9_%D0%BE%D0%B1%D1%89%D0%B8%D0%BD%D1%8B_%D0%A2%D0%B0%D1%88%D0%BA%D0%B5%D0%BD%D1%82%D0%B0 |website=JewAge |access-date=2026-10-05}}</ref> די לעגאלע מצב פון אידן אין טאשקענט איז געווען קאמפליצירט. אשכנזישע אידן פון אייראפעישן רוסלאנד האבן געוואוינט אינדרויסן פון דער [[תחום המושב]], און נאר געוויסע קאטעגאריעס, ווי מענטשן מיט העכערע בילדונג, סוחרים, געוויסע בעלי מלאכות, דאקטוירים, אפטייקערס און געוועזענע מיליטער לייט, האבן געהאט א רעכט זיך צו באזעצן דארט. פון די 1890ער יארן האט די רוסישע אדמיניסטראציע אנגעהויבן שטרענגער אויסצופירן די באגרעניצונגען און טייל אשכנזישע אידן זענען ארויסגעטריבן געווארן פון דער שטאט. <ref>{{cite web |title=Ташкент |url=https://eleven.co.il/diaspora/communities/14052/ |website=Электронная еврейская энциклопедия ОРТ |access-date=2026-10-05}}</ref> אויך די בוכארישע אידן האבן זיך נישט ארויסגעדרייט פון די באגרעניצונגען. אין די 1880ער יארן האט די רוסישע רעגירונג אנגעהויבן אונטערשיידן צווישן „אינבוינער“ אידן, וואס האבן געקענט באווייזן אז זיי אדער זייערע עלטערן האבן געוואוינט אין טורקעסטאן פאר דער רוסישן האבען עס איינגענומען, און אידן וואס זענען שפעטער אנגעקומען פונעם בוכארער עמיראט. די ערשטע גרופע האט געהאט מער רעכטן, בשעת די צווייטע זענען באטראכט געווארן אלס פרעמדע בירגער. פון 1893 האט די אדמיניסטראציע אנגעהויבן צוגרייטן ליסטעס פון די אזוי גערופענע פרעמדע אידן מיט'ן ציל זיי ארויסצוטרייבן. <ref>{{cite web |title=Ташкент |url=https://eleven.co.il/diaspora/communities/14052/ |website=Электронная еврейская энциклопедия ОРТ |access-date=2026-10-05}}</ref> טראץ די באגרעניצונגען איז די אידישע באפעלקערונג שטארק געוואקסן. ביי דער רוסישער צענזוס פון 1897 זענען אין טאשקענטער דיסטריקט געציילט געווארן 1,746 אידן, פון וועלכע בערך 80 פראצענט זענען געווען צענטראל אזיאנע אדער בוכארישע אידן. אין 1910 זענען אין דער שטאט אליין געוואוינט בערך 3,600 אידן. <ref>{{cite web |title=BUKHARA vii. Bukharan Jews |url=https://www.iranicaonline.org/articles/bukhara-vii/ |website=Encyclopaedia Iranica |access-date=2026-10-05}}</ref> די בוכארישע אידן פון טאשקענט האבן זיך בעיקר פארנומען מיט האנדל און האנטווערק. בוכארישע אידישע סוחרים פון דער שטאט האבן אויך אינוועסטירט אין דער וואטע אינדוסטריע און אין אנדערע טיילן פון דער עקאנאמיע פון טורקעסטאן. די אשכנזישע אידן זענען געווען שטארק פארטרעטן צווישן בעלי מלאכות, באן ארבעטער און פרייע פראפעסיעס, אריינגערעכנט דאקטוירים, זשורנאליסטן, דרוקער און פאטאגראפן. <ref>{{cite web |title=Ташкент |url=https://eleven.co.il/diaspora/communities/14052/ |website=Электронная еврейская энциклопедия ОРТ |access-date=2026-10-05}}</ref> אין די ענדע פון 19טן און אנהייב 20סטן יארהונדערט זענען אין טאשקענט געווען עטליכע בתי כנסת. די בוכארישע קהילה האט געהאט אירע אייגענע רעליגיעזע מוסדות, און די אשכנזישע אידן האבן געהאט [[חדר]]ים און אנדערע מוסדות. דער רב [[שלמה טאגער]], וואס איז געקומען פון [[ארץ ישראל]], האט געדינט אלס א רוחניות'דיגער פירער פון די בוכארישע אידן אין טורקעסטאן. ביי דער רוסישער רעוואלוציע פון 1905 איז אין טאשקענט געווען א פרואוו צו מאכן א פאגראם קעגן אידן, אבער א גרופע פון ארום 80 באוואפנטע מענטשן האט דאס אפגעהאלטן. אין די קומענדיגע יארן האבן אידן זיך באטייליקט אויך אין פארשידענע פאליטישע און סאציאלע באוועגונגען אין דער שטאט. <ref>{{cite web |title=Ташкент |url=https://eleven.co.il/diaspora/communities/14052/ |website=Электронная еврейская энциклопедия ОРТ |access-date=2026-10-05}}</ref> === רעוואלוציע און די ערשטע סאוועטישע יארן === אין די יארן 1919 ביז 1922 זענען קיין טאשקענט אנגעקומען א גרויסע צאל אידן פון [[אוקראינע]] און [[בעלארוס]], וואס זענען אנטלאפן פון פאגראמען, הונגער און די אומשטענדן פון דער [[רוסישער בירגערקריג]]. אין די יארן 1919–1920 האט זיך די אידישע באפעלקערונג פון טאשקענט מער ווי פארדאפלט. <ref>{{cite web |title=Ташкент |url=https://eleven.co.il/diaspora/communities/14052/ |website=Электронная еврейская энциклопедия ОРТ |access-date=2026-10-05}}</ref> אין די 1920ער און 1930ער יארן האבן די סאוועטישע אויטאריטעטן אנגעהויבן פארמאכן די טראדיציאנעלע אידישע רעליגיעזע און קולטורעלע מוסדות. <ref>{{cite web |title=An Exhibition in the Synagogue Courtyard, Tashkent, Uzbekistan, 1983 |url=https://dbs.anumuseum.org.il/skn/en/c6/e168001/Photos/An_Exhibition_in_the_Synagogue_Courtyard_Tashkent_ |website=ANU Museum of the Jewish People |access-date=2026-10-05}}</ref> אין דער זעלבער תקופה האט זיך אין סאוועטישער צענטראל אזיע אנטוויקלט א באזונדערע אידישע קולטור פאליטיק פאר די בוכארישע אידן. אין די 1920ער יארן זענען געגרינדעט געווארן אידישע שולן און קולטור אינסטיטוציעס, און אין טאשקענט איז אין 1920 געגרינדעט געווארן א לערער סעמינאר פאר אידישע שולן. אין די ערשטע יארן איז העברעיש גענוצט געווארן אלס לערן שפראך, אבער אין 1921 האבן די אויטאריטעטן באשטימט אז [[בוכאריש|אידיש טאַדזשיקיש]] זאל איבערנעמען איר פלאץ. <ref>{{cite web |title=BUKHARA vii. Bukharan Jews |url=https://www.iranicaonline.org/articles/bukhara-vii/ |website=Encyclopaedia Iranica |access-date=2026-10-05}}</ref> אין די ענדע פון די 1930ער יארן האט די סאוועטישע רעגירונג כמעט אינגאנצן אפגעשטעלט די אפיציעלע בוכארישע אידישע קולטור אקטיוויטעטן. אין 1938–1939 זענען פארמאכט געווארן אידישע קולטור קלובן, און אין 1940 זענען אפגעשטעלט געווארן די לימודים און אויסגאבעס אין אידיש טאַדזשיקיש. אין די גרויסע שטעט זענען נאר געבליבן א קליינע צאל אפיציעלע בתי כנסת. טאשקענט איז געווען אן אויסנאם מיט עטליכע בוכארישע בתי כנסת און אן אשכנזישן בית המדרש. <ref>{{cite web |title=BUKHARA vii. Bukharan Jews |url=https://www.iranicaonline.org/articles/bukhara-vii/ |website=Encyclopaedia Iranica |access-date=2026-10-05}}</ref> === דער צווייטער וועלט קריג === ביי דער [[צווייטער וועלט קריג]] איז טאשקענט געווארן איינע פון די וויכטיגסטע צענטערס פאר עוואקואירטע מענטשן פון די אייראפעאישע טיילן פונעם [[סאוועטן פארבאנד]] וואס זענען געווען אונטער דער דייטשער אקופאציע. צווישן די עוואקואירטע זענען געווען א גרויסע צאל אידן. פילע פון זיי זענען געבליבן אין טאשקענט אויך נאך דער מלחמה, און זייער אנקום האט שטארק פארגרעסערט די אשכנזישע אידישע באפעלקערונג פון דער שטאט. <ref>{{cite web |title=An Exhibition in the Synagogue Courtyard, Tashkent, Uzbekistan, 1983 |url=https://dbs.anumuseum.org.il/skn/en/c6/e168001/Photos/An_Exhibition_in_the_Synagogue_Courtyard_Tashkent_ |website=ANU Museum of the Jewish People |access-date=2026-10-05}}</ref> רוב פון די [[פליטים]], זיינען ארויס פון אוזבעקיסטאן גלייך נאכן קריג, א מערקווירדיקע אויסנאם זיינען געווען די [[ליובאוויטש (הויף)|ליובאוויטשער חסידים]], וואס כאטש מערסטנס האבן איבערגעכאפט דעם גרעניץ פונם [[סאוועטן פארבאנד]] אין דעם באוואוסטען [[לוואוו פרשה]], דאך זיינען געבליבן א היבש ביסל חסידים אין טאשקענט. די חסיד'ישע קהילה איז געווארן אסאך קלענער ווען עס איז געווען מיט אפאר יאהר שפעטער א גרויסן [[ערדציטערניש]] אין טאשקענט, און פיל חסידים האבן פארלארן זייער הייזער און האבן זיך דעריבער איבערקליבן קיין [[סאמארקאנד]], און בשעת אין די שפעטערדיקע כ"ף יאהרן זיינען רוב חסידים ארויס פון [[סאוועטן פארבאנד]], זיינען כמעט נישט געבליבן קיין חסידים אין טאשקענט (סיידן איינצלנע, ווי צ.ב.ש. ר' [[שמעון זאלצמאן]]). === דער אידישער צענטער פון דער סאוועטישער צענטראל אזיע === אין דער נאכמלחמהדיקער תקופה איז טאשקענט געווארן א הויפט צענטער פאר ביידע בוכארישע און אשכנזישע אידן. לויט דער צענזוס פון 1959 זענען אין טאשקענט רעגיסטרירט געווארן 50,445 אידן, וואס איז געווען בערך 5.5 פראצענט פון דער גאנצער באפעלקערונג פון דער שטאט. די מערהייט זענען געווען אשכנזישע אידן וואס זענען אנגעקומען אין דער שטאט אין דער מלחמה תקופה און נאכדעם, א מינדערהייט זענען געווען די לאקאלע בוכארישע אידן. אין יענער צייט זענען געווען איין אשכנזישער און צוויי בוכארישע בתי כנסת אין דעם זעלבן קאמפלעקס. <ref>{{cite web |title=An Exhibition in the Synagogue Courtyard, Tashkent, Uzbekistan, 1983 |url=https://dbs.anumuseum.org.il/skn/en/c6/e168001/Photos/An_Exhibition_in_the_Synagogue_Courtyard_Tashkent_ |website=ANU Museum of the Jewish People |access-date=2026-10-05}}</ref> די אידן פון טאשקענט האבן ווייטער געהאלטן אויף רעליגיעזע מנהגים טראץ די סאוועטישע באגרעניצונגען. אין 1963 האבן די אויטאריטעטן פארבאטן צו באקן מצות, אבער אידן האבן ווייטער געבאקן מצות אין זייערע הייזער. <ref>{{cite web |title=An Exhibition in the Synagogue Courtyard, Tashkent, Uzbekistan, 1983 |url=https://dbs.anumuseum.org.il/skn/en/c6/e168001/Photos/An_Exhibition_in_the_Synagogue_Courtyard_Tashkent_ |website=ANU Museum of the Jewish People |access-date=2026-10-05}}</ref> דעם [[1966 טאשקענטער ערדציטערניש|ערדציטערניש פון 1966]] האט אויך געשעדיגט די אידישע בתי כנסת. די בוכארישע אידן האבן פארראכטן זייער בית המדרש, בשעת די אשכנזישע קהילה האט שפעטער אריבערגעפירט אירע תפילות אין א נייעם בית המדרש. דער אשכנזישער בית המדרש וואס איז היינט באקאנט אין טאשקענט איז געעפנט געווארן אין 1973. <ref>{{cite web |title=An Exhibition in the Synagogue Courtyard, Tashkent, Uzbekistan, 1983 |url=https://dbs.anumuseum.org.il/skn/en/c6/e168001/Photos/An_Exhibition_in_the_Synagogue_Courtyard_Tashkent_ |website=ANU Museum of the Jewish People |access-date=2026-10-05}}</ref> <ref>{{cite web |title=Uzbekistan Jews fight to save oldest Ashkenazi synagogue from demolition |url=https://www.jta.org/quick-reads/uzbekistan-jews-fight-to-save-124-year-old-synagogue-from-demolition |website=Jewish Telegraphic Agency |date=2020-07-31 |access-date=2026-10-05}}</ref> פון די סוף 1960ער יארן און ווייטער האט זיך אנגעהויבן א שטארקע עמיגראציע פון טאשקענטער אידן קיין [[ישראל|ארץ ישראל]]. די עמיגראציע האט זיך שטארק פארגרעסערט אין די 1970ער און 1980ער יארן, און פילע אנדערע אידן זענען אויך אריבער קיין די [[פאראייניגטע שטאטן]], [[קאנאדע]], [[דייטשלאנד]] און אנדערע לענדער. <ref>{{cite web |title=BUKHARA vii. Bukharan Jews |url=https://www.iranicaonline.org/articles/bukhara-vii/ |website=Encyclopaedia Iranica |access-date=2026-10-05}}</ref> === די קהילה אין די לעצטע יארן פונעם סאוועטן פארבאנד === פון 1989 ביז 1994 זענען 27,844 אידן פון טאשקענט אריבער קיין ארץ ישראל, צווישן זיי 10,171 אין 1990 אליין. אין מיטן 1995 האט די אידישע קהילה אין דער שטאט לויט די אידישע קולטור צענטער געהאט בערך 6,000 מענטשן. <ref>{{cite web |title=История еврейской общины Ташкента |url=https://www.jewage.org/wiki/en/Article:%D0%98%D1%81%D1%82%D0%BE%D1%80%D0%B8%D1%8F_%D0%B5%D0%B2%D1%80%D0%B5%D0%B9%D1%81%D0%BA%D0%BE%D0%B9_%D0%BE%D0%B1%D1%89%D0%B8%D0%BD%D1%8B_%D0%A2%D0%B0%D1%88%D0%BA%D0%B5%D0%BD%D1%82%D0%B0 |website=JewAge |access-date=2026-10-05}}</ref> === נאך אוזבעקיסטאן'ס זעלבסטשטענדיגקייט === נאך אוזבעקיסטאן'ס זעלבסטשטענדיגקייט אין 1991 האט זיך דאס אידישע לעבן אין טאשקענט ווייטער אנטוויקלט. אין דער שטאט זענען געגרינדעט געווארן און ווייטערגעפירט געווארן אידישע קולטור, חינוך און רעליגיעזע אקטיוויטעטן. <ref>{{cite web |title=Uzbekistan |url=https://jewishvirtuallibrary.org/jsource/judaica/ejud_0002_0020_0_20267.html |website=Jewish Virtual Library |access-date=2026-10-05}}</ref> די עמיגראציע האט אבער פארקלענערט די אידישע באפעלקערונג זייער שטארק. לויט א באריכט פון דעם [[פאראייניגטע שטאטן סטעיט דעפארטמענט|אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט]] פון 2000 זענען דעמאלט איבערגעבליבן אין גאנץ אוזבעקיסטאן בערך 30,000 אשכנזישע און בוכארישע אידן, בשעת כמעט 70,000 זענען שוין זינט דער זעלבסטשטענדיגקייט עמיגרירט קיין ישראל אדער די פאראייניגטע שטאטן. די גרעסטע אידישע צענטערס זענען געבליבן טאשקענט, [[בוכארא]] און [[סאמארקאנד]]. <ref>{{cite web |title=U.S. Department of State Annual Report on International Religious Freedom for 2000 — Uzbekistan |url=https://www.refworld.org/reference/annualreport/usdos/2000/22311 |website=Refworld |access-date=2026-10-05}}</ref> אין 2020 איז די אשכנזישע בית המדרש פון טאשקענט, וואס איז געעפנט געווארן אין 1973 און איז דעמאלט געווען דער עלטסטער נאך אקטיווער אשכנזישער בית המדרש אין לאנד, געווארן א צענטער פון א קאנפליקט איבער דער צוקונפט פון דער געביידע. א קאנסטרוקציע פירמע האט געוואלט אוועקמאכן דעם בית המדרש פאר א נייעם וואוינונג קאמפלעקס און האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דער אשכנזישער אידישער קהילה. נאך עפנטלעכן דרוק האט די פירמע צוריקגעצויגן איר קלאגע אין אויגוסט 2020. <ref>{{cite web |title=Uzbekistan Jews fight to save oldest Ashkenazi synagogue from demolition |url=https://www.jta.org/quick-reads/uzbekistan-jews-fight-to-save-124-year-old-synagogue-from-demolition |website=Jewish Telegraphic Agency |date=2020-07-31 |access-date=2026-10-05}}</ref> אין דער 21סטער יארהונדערט איז טאשקענט געבליבן דער גרעסטער אידישער צענטער אין אוזבעקיסטאן. לויט די ציפערן פונעם 2021 צענזוס זענען אין לאנד געבליבן ווייניגער ווי 10,000 אידן, פון וועלכע איבער 3,700 האבן געוואוינט אין טאשקענט. די היינטיגע קהילה איז באשטאנען פון ביידע בוכארישע און אשכנזישע אידן, הגם די היינטיגע בוכארישע קהילה איז פיל קלענער ווי אין די פריערדיגע יארן. <ref>{{cite web |title=History of the Jews in Uzbekistan |url=https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_Jews_in_Uzbekistan |website=Wikipedia |access-date=2026-10-05}}</ref> === בוכארישע אידן === טאשקענט פארמאגט א וויכטיגן פלאץ אין דער געשיכטע פון די [[בוכארישע אידן]]. די קהילה פון דער שטאט איז געווען פארבונדן מיט די גרעסערע קהילות פון [[בוכארא]] און [[סאמארקאנד]], און האט געשפילט א ראלע אין דער אנטוויקלונג פון בוכארישן אידישן האנדל, חינוך און רעליגיעזן לעבן אין טורקעסטאן. די בוכארישע אידן האבן געהיט זייער אייגענע טראדיציעס און האבן גערעדט בוכאריש, א אידיש טאַדזשיקישע שפראך וואס איז געווארן א וויכטיגער טייל פון זייער קולטורעלע אידענטיטעט. <ref>{{cite web |title=BUKHARA vii. Bukharan Jews |url=https://www.iranicaonline.org/articles/bukhara-vii/ |website=Encyclopaedia Iranica |access-date=2026-10-05}}</ref> == צווילינג שטעט == טאשקענט האט די צווילינג שטעט: {{עמוד-אנהייב}} *{{flag|Kazakhstan|[[אלמאטיע]]}} *{{flag|Turkey|[[אנקארא]]}} *{{flag|Kazakhstan|[[אסטאנא]]}} *{{flag|China|[[ביידזשינג]]}} *{{flag|Kyrgyzstan|[[בישקעק]]}} *{{flag|Germany|[[בערלין]]}} {{עמוד-שפאלט}} *{{flag|Ukraine|[[דניפרא]]}} *{{flag|Bulgaria|[[האסקאווא]]}} *{{flag|Tunisia|[[טוניס]]}} *{{flag|Russia|[[מאסקווע]]}} *{{flag|Turkey|[[סטאמבול]]}} *{{flag|USA|[[סיאטל]]}} *{{flag|South Korea|[[סעאל]]}} {{עמוד-שפאלט}} *{{flag|Macedonia|[[סקאפיע]]}} *{{flag|PAK|[[קאראטשי]]}} *{{flag|Belgium|[[קארטרייק]]}} *{{flag|Egypt|[[קיירא]]}} *{{flag|Ukraine|[[קיעוו]]}} *{{flag|Latvia|[[ריגע]]}} {{עמוד-סוף}} == זעט אויך == * [[אוזבעקיסטאן]] * [[צענטראל אזיע]] * [[זיידן וועג]] * [[אמיר טימור]] * [[טאשקענטער אונטערגרונט]] {{רעפערענצן}} [[קאַטעגאָריע:הויפטשטעט אין אזיע]] [[קאַטעגאָריע:אוזבעקיסטאן]] 55j05cvpv26irchyf0m6soe41btd2ux יום כיפור 0 6411 602818 573282 2026-10-07T19:41:29Z ן' משה 42115 602818 wikitext text/x-wiki {{יידישקייט}} [[טעקע:Maurycy Gottlieb - Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg|left|thumb|250px|[[גאטליב]] בילד פון אידן אין שול יום כיפור.]] '''יום כיפור''' איז דער [[הײליק|הײליג]]סטער [[ייִד]]ישער [[יום טוב]] און [[תענית]] אין דעם 10טן טאָג אין [[מאנאט|חודש]] [[תשרי]] ([[י' תשרי]]). עס הײבט זיך אָן מיט דער נאַכט פֿון 9טן אױפֿן 10טן פֿון תשרי. אין [[חומש]] [[ויקרא]] (כ״ג) װערט װעגן דעם געזאָגט אַז דער 10טער טאָג אין 7טן חודש (תשרי) איז יום הכּפּוּרים, דער טאָג פֿון פֿאַרגעבן די זינד. ועניתם את נפֿשותיכם, מען טאָר נישט טאָן קײן אַרבעט, [[שבת]] שבתון העכסטער רו–טאָג. אין חומש ויקרא ט”ז װערט געזאָגט, אַז אין דעם טאָג איז דער [[כּהן גדול]] אַרײַנגעגאַנגען אין [[קודש הקדשים]] צו בעטן פֿאַר זיך און פֿאַרן [[עם ישראל]]. ביים דאווענען איז יום כיפור אויסגעצייכנט מיט צוויי זאכן: ביי יעדער תפילה זאגט מען ווידוי, און ס'איז דא נאך א תפילה, ''נעילה'', וואס א גאנץ יאר דאווענט מען נישט. ביים ליינען די תורה אינדערפרי רופט מען אויף זעקס מענטשן (אחוץ ווען ער געפאלט שבת, דעמאלסט רופט מען אויף זיבן אזוי ווי יעדן שבת). ביי מנחה ליינט מען אין פרשת אחרי מות, און מען רופט אויס דריי מענטשען, דערנאך ליינט מען אין דער הפטרה פון יונה. {{ייִדישע חגים}} {{יידישקייט-שטומף}} [[קאַטעגאָריע:ימים טובים]] [[קאַטעגאָריע:ימים נוראים]] [[קאַטעגאָריע:יום כיפור]] 868caupsf5i0mjzipk1h4k86ufw7pp2 לייב 0 8498 602810 601498 2026-10-07T12:02:17Z GeertivpBot 47753 #pwb Copy label Taxobox 602810 wikitext text/x-wiki {{Taxobox}} [[טעקע:Lion waiting in Namibia.jpg|קליין|לינקס|אַ לייב אין [[נאמיביע|נאַמיביע]]]] [[File:Lion Cubs Phinda 2011.ogv|thumb|ווידעא פון א לייבינע און אירע יונגע אין פינדא רעזערוו]] דער '''לייב''' (''Panthera leo'') איז אַ גרויסע [[פעלידאע|קאַץ]] פֿונעם מין [[פאנטער|פּאַנטער]] װאס וואוינט מערסטנס אין [[אפריקע]], אבער ס'איז נאך דא א קליינע פּאפּולאציע אין [[אינדיע]]. לייבן פלעגן װאוינען אין אסך אנדערע לענדער; דער שטח האט זיך אויסגעשפּרייט פון [[מאראקא]] ביז אינדיע, און ביז [[דרום אפריקע]]. אין היינטיגע צייטן, געפינט מען זייער ווייניג די לייבן, אבער אין אמאליגע צייטן זענען זיי געװען גאר אסאך. דער לייב איז א פארצוקער; ער עסט אלע מיני חיות אויסער אויפגעװאקסענע [[העלפאנד]]ן אין [[זשיראף|זשיראפן]]. ער געהערט צו דער [[קאץ]] פאמיליע, אבער אנדערש פון אנדערע קעץ איז דא א גרויסער אונטערשייד צװישן די געשלעכטער אויסזעהן. די '''לייביכע''', װעלכע איז די נקיבה׳דיגע, האט נישט קיין גריװע (די טונקעלע האר ארומען האלדז), אבער דער לייב האט יא איינע. == אין דער תורה == אין [[חומש]] ([[פרשת ויחי]]) איז [[שבט יהודה]] גערופן א לייב (גור אריה יהודה), און דערפאר ער איז געװארן יענעם שבט׳ס סימן. [[קאַטעגאָריע:קעץ]] 9t26gd45f0c4quxkseskka1rgd57bi5 ווייץ 0 10227 602813 571825 2026-10-07T13:44:06Z GeertivpBot 47753 #pwb Copy label [[c:Category:Wheat|קאמאנסקאט Wheat]] 602813 wikitext text/x-wiki {{taxobox |name=ווייץ |image = Wheat close-up.JPG |image_width=250px |regnum = [[פלאנצן]] |unranked_divisio = [[בליענדיקע פלאנצן]] |unranked_classis = [[Monocots]] |unranked_ordo = [[Commelinids]] |ordo = [[Poales]] |familia = [[גראז]] |subfamilia = [[Pooideae]] |tribus = [[Triticeae]] |genus = '''''Triticum''''' |genus_authority = [[קארל פאן לינע|L.]] |subdivision_ranks = Species |subdivision = {{עמוד-אנהייב}} ''[[Triticum aestivum|T. aestivum]]''<br />''[[Triticum aethiopicum|T. aethiopicum]]''<br />''[[Triticum araraticum|T. araraticum]]''<br />''[[Triticum boeoticum|T. boeoticum]]''<br />''[[Triticum carthlicum|T. carthlicum]]''<br />''[[Triticum compactum|T. compactum]]''<br />''[[Emmer|T. dicoccoides]]''<br />''[[Triticum dicoccon|T. dicoccon]]''<br />''[[Triticum durum|T. durum]]''<br />''[[Triticum ispahanicum|T. ispahanicum]]''<br />''[[Triticum karamyschevii|T. karamyschevii]]''<br />''[[Triticum macha|T. macha]]''<br />''[[Triticum militinae|T. militinae]]''<br />''[[Triticum monococcum|T. monococcum]]''<br />''[[Triticum polonicum|T. polonicum]]''<br />''[[Triticum spelta|T. spelta]]''<br />''[[Triticum sphaerococcum|T. sphaerococcum]]''<br />''[[Triticum timopheevii|T. timopheevii]]''<br />''[[Triticum turanicum|T. turanicum]]''<br />''[[Triticum turgidum|T. turgidum]]''<br />''[[Triticum urartu|T. urartu]]''<br />''[[Triticum vavilovii|T. vavilovii]]''<br />''[[Triticum zhukovskyi|T. zhukovskyi]]''<br />{{עמוד-סוף}} [http://www.itis.gov/servlet/SingleRpt itis.gov]: References}} [[טעקע:Wheat field.jpg|קליין|250px|ווייץ]] '''ווייץ''' איז א [[מין (ביאלאגיע)|מין]] [[גראז]] וואס איז קולטיווירט איבער דער גאנצער [[וועלט]], עס איז די מערסטער וויכטיגער [[מענטש]]ליכער [[עסענווארג]] [[קערנדל]], און דאס צווייטער מערסטע פלאנצונג פון [[תבואה]] [[אגריקולטור]] נאך [[קוקוריזע]]. איינס מער פון [[רייז]] וואס איז די דריטע. מען מאכט דערפון [[ברויט]] [[חלה]] [[קוכן]] [[קיכעלעך]], [[מצה]] און [[פיטא]], אויך נוצט מען דאס צו מאכן [[אלקאהאל]] און [[וואדקע]]. אויך נוצט מען די אויסגעטרוקנטע שטענגלעך דערפון–שטרוי– צו מאכן [[דאך|דעכער]]. ווען ווייץ וואקסט דארף מען אכט געבן קעגן פארשידענע [[פלאטערל]]עך און [[מאל]]ן וואס זייערע [[לארווע]]ס עסן די ווייץ. אויך פייגעלעך און [[מויז|מייז]] עסן ווייץ. {{שבעת המינים}} {{קאמאנסקאט|Wheat}} [[קאַטעגאָריע:תבואה]] 554171hc4vmqpm7tucvvaetkbvenkqc שמייכל 0 10390 602814 477572 2026-10-07T14:43:17Z GeertivpBot 47753 #pwb Copy label [[c:Category:Smiling|קאמאנסקאט Smiling]] 602814 wikitext text/x-wiki [[טעקע:Crystal Clear app ksmiletris.png|קליין|250px|א [[סמיילי]].]] '''שמייכל''' איז דער אויס[[שפראך]] פון ארויסווייזן און [[ערוועקן]] [[פריינד]]שאפט און [[גוט]][[מוהט]]יקייט. == אידישקייט == אין [[חז"ל]] ווערט געברענגט פיל מאמרים איבער די וויכטיגקייט זיך באנוצען מיט א שמייכל שטענדיג: * המלבין שינים לחבירו הרי זה יותר ממשקהו חלב. * הווי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות. {{קאמאנסקאט|Smiling}} [[קאַטעגאָריע:מויל]] cruymym70rxdvrhie36xla4vxuyapre האטעל 0 18987 602812 601496 2026-10-07T12:26:11Z GeertivpBot 47753 #pwb Copy label [[c:Category:Hotels|קאמאנסקאט Hotels]] 602812 wikitext text/x-wiki [[טעקע:Hotel-room-renaissance-columbus-ohio.jpg|left|thumb|250px|א בעסערער האטל צימער אין אמעריקאנער האטעל.]] [[טעקע:Hotel Llao Llao, Bariloche, Argentina.jpg|left|thumb|250px|האטעל אין באַרילאָטשע, ארגענטינע.]] [[טעקע:WestinTimesSquare.jpg|left|thumb|250px|דער וועסטין האטעל אין [[טיימס סקוועיר]].]] [[טעקע:Las Vegas Strip.png|left|thumb|250px|לאס וועגאס סטריפ איז אויסגעשורה'ט מיט 5 סטאר לוקסוסדיגע האטל'ען]] '''האטעל''' איז א פלאץ פאר [[אש"ל]] פאר [[מענטש]]ן וואס צאלן [[געלט]] זיך אויפצוהאלטן געוויינליך פאר א קורץ-טערמינענדיגער באזיס ווען מען איז אוועק פון די אייגענע היים צו אויף [[טוריזם]], אדער א [[ביזנעס]] רײזע אדער א [[וואקאציע]]. די מינימאלע סערוויסעס וואס דער האטעל שטעלט צו איז א בעט צו שלאפן און א [[טוש]] מיט א [[בית הכסא]] זיך אפציוואשן און טוען די געברויכן. אבער רוב געבן שוין היינט [[מאלצייט]]ן צו עסן, און א קליינער [[פרידזשידער]] צו האלטן פריש די עסן וואס מ'האט זיך מיט געברענגט, און [[זייף]] מיט [[שאמפו]] זיך אפציוואשן, אויך א [[טעלעוויזיע]] צו האלטן פארוויילט דעם קליענט. די גרעסערע האטעלן שטעלן צו פארשידענע לוקסוסדיגע [[סערוויס]]עס פאר אירע אויפהאלטער ווי א [[רעסטוראנט]], [[דעי קער]], [[סווימינג פול|שווימבאד]], [[ספא]]ס און געשעפטן , מער גרעסערע האטלן האבן [[ביזנעס]] [[קאנפארענץ]] [[צימער]]ן און אפילו זאלן צו דארטן אפהאלטן צוזאַמענטרעפונגען. == קלאסיפיקאציע == עס איז איינגעטיילט ביז 5 שטערענעס צו מעסטן די רייכקייט פון די סערוויסעס פון א האטעל וואס דער בעסטער סטאנדארט און דעריבער דאס טייערסטער איז א פינעף שטערנדיקע האטעל. == פארשידענע האטעלן == * [[הילטאן]] * [[וואלדראף אסטאריע]] * [[שערעטאן]] * [[הייאט]] * [[קינג דעיוויד האטל]] * [[פארק האוז האטל]] == זעט אויך == * [[מאטעל]] * [[האסטעל]] * [[הכנסת אורחים]] * [[רומינג]] * [[אינטערנאט]] [[קאטעגאריע:טוריזם]] {{קאמאנסקאט|Hotels}} [[קאַטעגאָריע:האטעלן|*]] 7zsxy6ygn3xa72b8e5e9qsrrxyjz95z טערי בראנסטאד 0 45999 602820 583968 2026-10-07T20:17:40Z ן' משה 42115 602820 wikitext text/x-wiki {{יתום}} {{אישיות}} [[טעקע:Terry Branstad October 2015.jpg|קליין|בראנסטאד און 2015]]'''טערי עדוואַרד בראַנסטאַד''' (געבוירן דעם 17טן נאוועמבער 1946) איז אַן אמעריקאנער פּאָליטיקער, וואס איז דער 42סטער [[גובערנאטאר]] פון [[אייאווע]], דער איצטיגער טערמין האט זיך אנגעהויבן אין יאנואר 2011. בראַנסטאַד איז אויך געווען דער 39טער גובערנאטאר פון אייאווע פון 1983 ביז 1999, און ער איז געווען דער פּרעזידענט פון [[דעס מיינעס אוניווערסיטעט]] פֿון 2003 ביז 2009. ער איז אַ מיטגליד פון דער [[רעפובליקאנער פארטיי|רעפּובליקאַנער פּאַרטיי]]. בראַנסטאַד האט געדינט דאס לענגסטע אין א גובערנאטאר אמט אין דער אמעריקאנער היסטאריע. דעם 8טן דעצעמבער 2016, האט בראַנסטאַד אנגענומען פּרעזידענט [[דאנאלד טראמפ]]'ס נאַמינאציע צו דינען ווי דער פאַרייניקטע שטאַטן אַמבאַסאַדאר צו [[טשיינע|כינע]]. [[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער פאליטיקער]] [[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]] [[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער גובערנאטארן]] {{DEFAULTSORT:בראנסטאד, טערי}} owsb03nt84kg6sdfba5zqoo1vr2pb5u מערי פאפינס (פילם) 0 47646 602811 583380 2026-10-07T12:24:30Z CommonsDelinker 392 באט: אראפגענומען די טעקע Mary_Poppins2.jpg, זי איז געווארן אויסגעמעקט פון וויקי־קאמאנס דורך [[c:User:Christian Ferrer|Christian Ferrer]] צוליב: per [[:c:Commons:Deletion requests/Files in Category:Mary Poppins (film)|]]. 602811 wikitext text/x-wiki {{אישיות}} {{DISPLAYTITLE:''מערי פאפינס'' (פילם)}} '''מערי פּאָפּינס''' ([[ענגליש]]: ''Mary Poppins'') איז אן אמעריקאנישער [[מוזיקפילם]] פון 1964 מיט די באַטייליקונג פון [[דזשולי ענדרוז]] און [[דיק וואן דייק|דיק וואַן דײַק]]. ער איז פראדוצירט געווארן דורך [[וואלט דיזני]], און איז באזירט געווען אויף די "[[מערי פאפינס|מערי פּאָפּינס]]" ביכער פון [[פאמעלא לינדאן טראווערס|פּאַמעלאַ לינדאָן טראַווערס]]. דער פילם איז פילמירט געווארן ביי די וואלט דיזני סטודיאס אין [[בערבאנק, קאליפארניע|בערבאַנק, קאליפארניע]]. דזשולי ענדרוז האט געוואונען דער אַקאַדעמיע פּריז פֿאַרן בעסטע אַקטריסע פֿאַר איר ראלע אלס מערי פּאָפּינס. אויך האט דער פילם געוואונען אָסקאַר פּריזן פֿאַר די בעסטע פילם רעדאַקטירונג, אָריגינעלע מוזיק, בעסטער ליד ("טשים טשים טשירי") און בעסטע וויזואַלע עפֿעקטן. דער פילם האט געהאט א סאַך 13 נאָמינאַציעס. == וועבלינקען == {{קאמאנסקאט|Mary Poppins (film)|מערי פּאָפּינס}} * {{Imdb title|0058331|title=מערי פּאָפּינס}} {{דיזני אנימירטע פילמען}} [[קאטעגאריע:ענגליש שפראכיגע פילמען]] [[קאטעגאריע:מוזיקפילמען]] [[קאטעגאריע:אמעריקאנישע פילמען]] [[קאטעגאריע:דיזני פילמען]] el6o6jc2onss46cpo5tmhkeggkjo3w1 קאנארסי 0 52335 602817 564747 2026-10-07T19:38:29Z ן' משה 42115 602817 wikitext text/x-wiki {{באצירק}} '''קאנארסי''' איז א געגנט אין [[ברוקלין]], [[ניו יארק סיטי|ניו יארק]]. די געגנט גרעניצט זיך מיט די וואסער, פלעטלענדס, ברוינזוויל און איסט ניו יארק. אריגינעל איז די געגנט געווען א שיינע רעזארט ארט פאר רייכע. אין די 1930'ער יארן איז די רעזארט געגנט אומגעווארפן געווארן, און אויף איר ארט האט מען אויפגעבויעט הייזער, וואס איז על פי רוב באזעצט געווארן מיט [[ייד|אידן]] און [[איטאליענער]]. קאנארסי איז צווישן די 1970'ער און 1990 יאר געווען באקאנט אלס צענטער פאר [[מאפיא]] אקטיוויטעטן. היינט צוטאגס וואוינען דארטן א גרויסע [[שווארצע]] באפעלקערונג, אבער עס וואוינען נאך דארטן א שיינע צאל אידישע משפחות, מיט עטליכע שולן און אידישע געשעפטן.[[טעקע:Shirley Chisholm State Park td (2019-07-14) 271 - Peregrine Trail, Canarsie Pol.jpg|קליין]]די געגנט פארמאגט אויך איר אייגענע קאנארסי [[חברה הצלה]], און אנדערע חרדי'שע הילפס ארגאניזאציעס. {{ברוקלין}} [[קאַטעגאָריע:ברוקלין]] [[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים]] 4vnqjel00jn2q26jru30vbzvmm7aqsw נחמה בידערמאן 0 53100 602819 587956 2026-10-07T20:04:17Z ן' משה 42115 602819 wikitext text/x-wiki {{יתום}} {{אישיות}} '''נחמה בידערמאַן''' ([[18טן מערץ]] 1939, [[הרצליה]] - [[9טן אויגוסט]] 2017, [[תל אביב]]) איז געווען אַ פאָרשערן און מיקראָביאָלאָגיסט. אלס קינד האט זי פארגעשלאגן דעם דאטום אויף וועלכן מוטערס טאג זאל געפייערט ווערן אין ישראל, אן איניציאטיוו וואס איז אנגענומען געווארן און זינט דאן האט מען געפירט מאמע'ס טאג אויף דעם דאטום וואס זי האט פארגעשלאגן. [[קאַטעגאָריע:ישראלישע ביאגראפיע שטומף]] b6pl5ycc2var60q5bzjpjd8j5jr7ju1 ביל פון רעכטן 0 54960 602821 601100 2026-10-07T22:04:16Z ן' משה 42115 602821 wikitext text/x-wiki [[טעקע:United-states-bill-of-rights 1-630x670.jpg|קליין|ארגענעלע ביל פון רעכטן]] די '''ביל פון רעכטן''' (Bill of Rights) איז דער געמיינזאמער נאמען פאר די ערשטע צען אמענדמענטן צו דער [[קאנסטיטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן]]. זי איז אנגענומען געווארן אין [[1791]]. == היסטארישע הינטערגרונט == נאכדעם וואס די קאנסטיטוציע איז אנגענימען געווארן אין 1787 איז געווען א שטארקע דעבאטע צי מען זאל צולייגן רעכטן וואס די רעגירונג טאר נישט אוועקנעמען פון מענטשן. אסאך אנטי פעדראליסטן האבן געשטעלט א באדינג אז אן דעם וועלן זיי נישט שטיצן די נייע רעגירונג. צוליב דעם איז געמאכט געווארן א פארשלאג צו צולייגן צען ערשטע אמענדמענטן, וועלכע זענען געווארן באקאנט אלס די ביל פון רעכטן. == אינהאלט == די ביל באשטייט פון צען אמענדמענטן, וואס באשיצן צווישן אנדערע: 1. פרייהייט פון רעליגיע, רייד, פרעסע און פארזאמלונג בירגער האבן רעכט צו גלייבן אין וועלכע רעליגיע זיי ווילן, צו רעדן פריי, ארויסגעבן מיינונגען און זיך פריי פארזאמלען. 2. רעכט צו טראגן וואפן בירגער האבן רעכט צו האלטן און טראגן וואפן. 3. שוץ קעגן געצווינגענע איינשטיין פון זעלנער קיין זעלנער טאר נישט איינשטיין אין פריוואטע הייזער אן הסכמה. 4. שוץ קעגן אומלעגאלע זוכן און כאפן די רעגירונג דארף האבן א געריכטליכן ווארענט צו דורכפירן זוכן אדער כאפן. 5. רעכט צו א גערעכטן פראצעס קיינער טאר נישט באשולדיגט אדער באשטראפט ווערן אן געהעריגן געריכט; אויך שוץ קעגן זעלבסט באשולדיקונג און צוויי מאליגע באשולדיגונג. 6. רעכט צו א שנעלן און עפנטלעכן משפט באשולדיקטע האבן רעכט צו א שנעלן, עפנטלעכן משפט מיט א [[דזשורי]]. 7. רעכט צו א דזשורי אין ציווילע קלאגעס אין ציווילע פעלער קען מען פארלאנגען א דזשורי משפט. 8. שוץ קעגן איבערגעטריבענע שטראפן בייל און קנסות טארן נישט זיין איבערגעטריבן; אויך פארבאטן גרויזאמע שטראפן. 9. נישט אויסגערעכנטע רעכטן די רעכטן וואס ווערן נישט דערמאנט אין דער קאנסטיטוציע בלייבן אויך באשיצט פארן פאלק. 10. מאכטן פון שטאטן און פאלק אלע מאכטן וואס זענען נישט געגעבן געווארן פאר דער פעדעראלער רעגירונג בלייבן ביי די שטאטן אדער ביים פאלק. == באדייט == די ביל פון רעכטן ווערט באטראכט אלס א יסוד פון אמעריקאנער [[דעמאקראטיע]]. זי באגרעניצט די מאכט פון דער רעגירונג און גיט בירגער שטארקע לעגאלע שוץ פאר זייערע פרייהייטן. זי האט אויך געהאט א גרויסע השפעה אויף אנדערע לענדער און אינטערנאציאנאלע מענטשנרעכט דאקומענטן. == זע אויך == [[קאנסטיטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן]] [[אמענדמענטס צו דער קאנסטיטוציע]] [[מענטשן רעכט]] == רעפערענצן == {{רעפערענצן}} a5r4utpczqgr5ljbpw69x96l5pc4flq קאזאכישע סטעפעס 0 55200 602815 2026-10-07T17:55:52Z ן' משה 42115 געשאַפֿן בלאַט מיט 'דער '''קאזאכישע סטעפעס''' (קאזאכיש: Қазақ даласы, ראמאניזירט: Qazaq dalasy), אויך באקאנט אלס דער גרויסער פלוין אדער גרויסע דאלא (קאזאכיש: Ұлы дала, ראמאניזירט: Ūly dala), איז א [[פלוין]] אין [[צענטראל אזיע]], וואס נעמט אריין טיילן פון צפון [[קאזאכסטאן]] און די ארומיגע געגנ...' 602815 wikitext text/x-wiki דער '''קאזאכישע סטעפעס''' (קאזאכיש: Қазақ даласы, ראמאניזירט: Qazaq dalasy), אויך באקאנט אלס דער גרויסער פלוין אדער גרויסע דאלא (קאזאכיש: Ұлы дала, ראמאניזירט: Ūly dala), איז א [[פלוין]] אין [[צענטראל אזיע]], וואס נעמט אריין טיילן פון צפון [[קאזאכסטאן]] און די ארומיגע געגנטן פון [[רוסלאנד]]. ער געפינט זיך מזרח פון דער [[פאנטיש קאספישער סטעפע]] און מערב פון דער [[עמינער טאל סטעפע]], מיט וועלכע ער פארמירט דעם צענטראלן און מערב טייל פון דער אייראזיער פלוין. 2rgrwganolvde50iy9oyrgyigikn6d3