װיקיפּעדיע
yiwiki
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98
MediaWiki 1.47.0-wmf.23
first-letter
מעדיע
באַזונדער
רעדן
באַניצער
באַניצער רעדן
װיקיפּעדיע
װיקיפּעדיע רעדן
טעקע
טעקע רעדן
מעדיעװיקי
מעדיעװיקי רעדן
מוסטער
מוסטער רעדן
הילף
הילף רעדן
קאַטעגאָריע
קאַטעגאָריע רעדן
פארטאל
פארטאל רעדן
TimedText
TimedText talk
יחידה
שיחת יחידה
אירוע
שיחת אירוע
פינחס מנחם אלטער
0
3214
602840
600001
2026-10-10T15:15:09Z
אלימיט
13435
/* משפחה */
602840
wikitext
text/x-wiki
{{אדמו"ר
|נאמען= רבי פינחס מנחם אלטער
|טיטל= גערער רבי
|בילד= Pinchas Menachem Alter.jpg
|באשרייבונג=
|עיקר חיבור= פני מנחם
|געבורט דאטע= כ"א תמוז תרפ"ו
|געבורט ארט= [[פאלעניץ]], [[פוילן]]
|פטירה דאטע= ט"ז אדר תשנ"ו
|פטירה ארט= [[ירושלים]]
|פטירה סיבה=
|קבורה ארט= ישיבת שפת אמת, ירושלים
|חסידות= גער
|הויף ארט= ירושלים
|נומער אין דינאסטיע= 6
|פאריגער= רבי [[שמחה בונם אלטער]]
|נאכפאלגער= רבי [[יעקב אריה אלטער]]
|פירערשאפט= תשנ"ב - תשנ"ו
|זיינע רביס= אמרי אמת (זיין פאטער)
|ספרים= פני מנחם, תורתך שעשועי
|פאטער= רבי [[אברהם מרדכי אלטער]]
|מוטער= פייגא מונטשא בידערמאן
|ווייב1= צפורה אלטער
|קינדער1= רבי יעקב מאיר אלטער, אסתר ליפל, משה בצלאל אלטער,{{ש}} רבי [[שאול אלטער]], רבי יהודה אריה לייב אלטער, רבי יצחק דוד אלטער, רבי דניאל חיים אלטער
|ווייב2=
|קינדער2=
|ווייב3=
|קינדער3=
}}
רבי '''פינחס מנחם אלטער''' ([[כ"א תמוז]] [[ה'תרפ"ו]]-[[ט"ז אדר]] [[ה'תשנ"ו]]) איז געווען דער יונגסטער זון פון דעם "אמרי אמת", הר"ר [[אברהם מרדכי אלטער]]. ער איז געווען [[גער (הויף)|גערער]] רבי פון תשנ"ב ביז זיין פטירה [[ט"ז אדר]], תשנ"ו. פריער איז ער געווען לאנגע יארן ראש ישיבה פון [[שפת אמת (ישיבה)|שפת אמת]].
==ביאגראפיע==
רבי פינחס מנחם איז געבוירן צו זיין פאטער, הר"ר [[אברהם מרדכי אלטער]], דער גערער רבי, און זיין מוטער, פייגא מינטשע (בידערמען) אין [[פאלעניץ|פֿאלעניץ]], [[פוילן]], כ"א תמוז תרפ"ו.
זיין בר מצוה האט ער געפייערט אין [[לודמיר]] קורץ פארן אנהייב פון דער [[ערשטע וועלט מלחמה|ערשטער וועלט מלחמה]]. פסח ת"ש איז ער אנגעקומען אין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין פאטער, און ער האט געוואוינט אין [[ירושלים]]. זיין פאטער האט געדינגען פאר אים א פריוואטן רבי, הרב [[חייקל מילעצקי]]{{הערה|{{הצופה||הרב חייקל מילצקי ז"ל|1964/02/09|00404}}.}}. אום [[י' תמוז]] [[תש"ו]] (1946) האט ער חתונה געהאט מיט ציפורה, טאכטער פון הרב אברהם מרדכי אלתר{{הערה|1=[https://il.bidspirit.com/portal/#!/lotPage/source/catalog/auction/558035b5e4b0d1ceb3d65c0d/lot/55830dd3e4b0f37459e3fb2a הזמנה צו זיין חתונה].}}, זון פון הרב [[משה בצלאל אלטער|משה בצלאל]], ברודער פון זיין פאטער דעם 'אמרי אמת'. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט נאנט צו זיין פאטער. נאך זיין פאטער׳ס פטירה איז ער אריבער וואוינען מיט זיין מוטער אין דעם בניין וואס איז היינט די [[שפת אמת (ישיבה)|שפת אמת]] ישיבה, און ער איז געבליבן וואוינען דארט זיין גאנץ לעבן אין א דירה פון דריי צימערן.
אין תשי"ז האט זיין ברודער דער "[[ישראל אלטער|בית ישראל]]" אים באשטימט ראש ישיבה פון שפת אמת אין [[ירושלים]].
נאך דער פטירה פונעם [[שמחה בונם אלטער|לב שמחה]] אין תשנ"ב האט ער אויפגענומען די גערער רעביסטעווע, וואס ער האט פירט דריי און א האלב יאר ביז זיין פטירה ט"ז אדר תשנ"ו.
זיינע תורות זענען געדרוקט אין "פני מנחם".
== משפחהרבי פינחס מנחם אלטער האט געהאט זעקס זון און איין טאכטער: ==
* רבי יעקב מאיר אלטער.
* משה בצלאל אלטער (תשי״ד - תש״ך)
* רבי [[שאול אלטער]], געוועזענער ראש ישיבה פון [[שפת אמת (ישיבה)|שפת אמת]] און פירער פון אן אפטיילינג פון גער.
* רבי יהודה אריה אלטער, איידעם פון הרב [[מנשה קליין]], אונגווארער רב. באשטימט יונגערהייט רב פון [[רוממה]] געגנט אין ירושלים און ראש הכולל פונעם גערער כולל אין ירושלים. האט מחבר געווען עטלעכע ספרים.{{הערה|"פרי ביכורים" אויף מצוות התורה, דארט איז פארשריבן זיין ביאגראפיע ס'איז גערופען את גאס האל אהים ''ארי במסתרים'' אין שכונת רמות אין ירושלים ([http://www.hebrewbooks.org/4413 היברו בוקס וועבזייטל]); "אמת ליהודה" אויף מסכתות הש"ס ([http://www.hebrewbooks.org/4380 ביי היברו בוקס]); "ארי שבחבורה" אויף פרשיות התורה ([http://www.hebrewbooks.org/33478 ביי היברו בוקס])}} געשטארבן דורך א פארקער [[אקצידענט]] ווען ער איז געווען אלט 27 יאר.
* רבי יצחק דוד אלטער, ראש כולל להוראה פון גער אין בני ברק
* רבי דניאל חיים ראש כולל [[חושן משפט]] אין ירושלים; בזיווג ראשון האט ער געהייראט מרת הינדא רחל{{הערה|טאכטער פון ר׳ שאול בארזשיקאווסקי, בעל תפילה אין גערער רבי׳נס בית מדרש}} (תשכ״ט - י״ט שבט תשע״ח)
* מרת אסתר, ווייב פון ר׳ בערל ליפל
{{-}}
==רעפערענצן==
{{רעפליסטע}}
{{סעריע|פֿריערער=רבי [[שמחה בונם אלטער]]<br> "לב שמחה"|נעקסטער=רבי [[יעקב אריה אלטער]] <BR>דער איצטיגער רבי|ליסטע=[[גער (הויף)|גערער]] [[רבי]]{{ש}}תשנ"ב - תשנ"ו}}
{{גרונטסארטיר:אלטער, פינחס מנחם}}
[[קאַטעגאָריע:פוילישע אדמורי"ם]]
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:גור|פינחס מנחם]]
[[קאַטעגאָריע:חסידישע ראשי ישיבות]]
[[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]]
[[קאַטעגאָריע:ראשי ישיבות אין ישראל]]
ohtlrkd46cj0nazygi6p49oxo1fo2x3
ישראל דוד ווייס
0
8488
602845
599061
2026-10-11T03:58:30Z
InternetArchiveBot
40859
Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.6
602845
wikitext
text/x-wiki
{{ייד-ביא-שטומף}}
{{אישיות}}
[[בילד:ydw.jpg|קליין|280px|ישראל דוד ווייס איז דער פון רעכטס ארומגערינגלט, אינדערמיט איז [[משה בער בעק]] און לינקס איז [[ישראל פעלדמאן]] אויך א גוט ענגליש רעדער]]
'''ישראל דוד ווייס''' איז דער ווארט-זאגער פון דער [[אנטי ציוניזם|אנטי ציוניסטישע]] [[נטורי קרתא]] פראקציע [[בית יהודי]] וואס איז געווען אונטער דער פיהרערשאפט פון הרב [[משה בער בעק]] אין דער [[שטאט]] [[מאנסי]], [[ניו יארק]].
זייענדיג א טאלאנטפולער רעהדנער, ווי אויך צוליב וואס ער קען א געשליפענעם [[ענגליש]], טרעהט ער אלעמאל אויף פאר די [[מעדיע]], און אזוי אויך ביי קאנפערענצן און [[דעמאנסטראציע]]ס, און [[ראלי]]ס, און קאנווענשן'ס א.ד.ג.
ער ערשיינט אינעם פילם [[רעליגיעזלאז]] וואו ער האט אן אינטערוויו מיט [[ביל מאהער|ביל מאהר]].
== ביאגראפיע ==
== איראנער סקאנדאל ==
אין [[דעצעמבער]] [[2006]] איז ער מיט אנדערע נטורי קרתא מיטגלידער געפארן קיין [[איראן]] זיך צו באטייליגן אין א קאנפערענץ צו באהאנדלען דעם [[חורבן אייראפע]], ער איז געקומען דערפאר אונטער שטארקן קריטיק פון מערסטע יודן איבער די וועלט.
ער האט זיך פארטיידיגט אז ער איז געפארן כדי צו רעפרעזענטירן די יודן וועלכע זענען אומגעקומען אינעם קריג.
== וועב לינקען ==
* א [[דאקומענטארער פילם]] מיט אינטערוויו'ס מיט עהם און הרב בעק http://www.nkusa.org/activities/Demonstrations/20141223.cfm {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20150206051039/http://nkusa.org/activities/Demonstrations/20141223.cfm |date=2015-02-06 }}
* [https://web.archive.org/web/20160304042939/http://www.themodernreligion.com/jihad/letter-bush.html א בריוו צו פרעזידענט בוש]
* אינטערוויו אויף [[על דזשאזירא]] http://www.aljazeera.com/programmes/talktojazeera/2012/03/201231083221669780.html
{{גרונטסארטיר:ווייס, ישראל דוד}}
[[קאטעגאריע:נטורי קרתא]]
[[קאטעגאריע:קנאים]]
[[קאַטעגאָריע:מאנסי]]
[[קאטעגאריע:מענטשן פון ניו יארק]]
[[קאטעגאריע:לעבעדיגע מענטשן]]
[[קאַטעגאָריע:מענטשן פון ראקלענד קאונטי]]
2affysjyyjjm40lbqlowrmo1y0sb8g3
דניאל מארלין
0
40819
602844
600390
2026-10-11T01:39:30Z
InternetArchiveBot
40859
Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.6
602844
wikitext
text/x-wiki
'''דניאל מאַרלין''' ([[ענגליש]]: ''Daniel Marlin'', געב. אין ניו-יאָרק 1945) איז אַן אַמעריקאַנער ייִדישער [[דיכטער]] (אויף ענגליש און אויף ייִדיש) און [[קינסטלער]].
==לעבנס-געשיכטע==
דניאל מאַרלין איז געבוירן געוואָרן אין [[ברוקלין]], אויסגעוואַקסן אין ניו-יאָרק. מיט לידער אויף יידיש האָט ער דעביוטירט אין 1981 אויף די שפּאַלטן פונעם לאָס-אַנדזשעלעסער ליטעראַרישן זשורנאַל "חשבון". אַ וויכטיקע ראָליע אין דניאל מאַרלינס קומען צו דער שאַפונג אויף דער יידישער שפּראַך האָט געשפּילט מלכּה חפץ-טוזמאַן. אַ געוויסע צײַט האָט דער דיכטער געלעבט אין יאַפּאַן. איצט וווינט ער אין [[בערקלי]], [[קאַליפאָרניע]], ווו ער פאַרנעמט זיך צווישן אַנדערס מיט אונטעריכטן יידיש.
==דניאל מאַרלינס ביכער==
* Mad Ships Cargo: Trees of Justice, New York, 1969
* A Green for My Blues: Art, Poetry, and Prose, New York, 1977
* לידער, בוירקלי, 1981
* Jerusalem & the boardwalk, Berkely, 1982
* Heart of Ardor: Paintings, Berkely, 2007
* Isaiah at the Wall, Palestine Poems, Berkeley , 2010
* Amagasaki Sketchbook, Berkeley, 2011
==וועבלינקען==
* [http://escholarship.org/uc/item/9dt0c1w4 דרײַ לידער פון דניאל מאַרלין] אויף יידיש
* [https://web.archive.org/web/20121022041038/http://www.counterpunch.org/2012/08/17/three-poems-by-daniel-martin/ דרײַ לידער פון דניאל מאַרלין] (אויף ענגליש)
* וועגן דניאל מארלינס בוך צייכענונגען "הייס האַרץ" (אויף ענגליש) - http://louisproyect.org/2008/03/19/heart-of-ardor/ {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20140403022632/http://louisproyect.org/2008/03/19/heart-of-ardor/ |date=2014-04-03 }}
{{גרונטסארטיר:מארלין, דניאל}}
[[קאַטעגאָריע:יידישע דיכטער]]
[[קאַטעגאָריע:קינסטלערס]]
{{ביא-שטומף}}
i4d2v8k33wrgrex2547oqkidg8ts6yy
נאציאנאלע טאג פון געדענקען און אקטן איבער געוואלדטאטן קעגן פרויען
0
42267
602846
590208
2026-10-11T04:46:50Z
InternetArchiveBot
40859
Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.6
602846
wikitext
text/x-wiki
דער '''נאציאנאלער טאג פון געדענקען און אקטן איבער געוואלדטאטן קעגן פרויען''' ([[ענגליש]]: ''National Day of Remembrance and Action on Violence Against Women'') ווערט אפגעהאלטן יערליך [[6טן דעצעמבער|דעצעמבער דעם זעקסטן]] אין [[קאנאדע]] זינט [[1991]].
עס איז דער יאהר-טאג ווען א יוגענטליכער האט אומגעברענגט פערצן [[פרוי]]ען און פארוואונדעט צעהן אנדערע כדי זיך צו קריגן מיט [[פעמיניזם]].
מען ציהט אין דעם טאג אראפ אלע [[פאן|פעהנער]] אין האלב, מען האלט א [[מינוט]] פון שטילקייט און מענטשן טראגן [[ווייס]]ע אדער [[לילא]] בענדער אין עהרע פון די אומגעקומענע.
== וועב ==
* http://www.women.gov.on.ca/owd/english/ending-violence/dec6.shtml
* https://web.archive.org/web/20141209134613/http://www.swc-cfc.gc.ca/commemoration/vaw-vff/remembrance-commemoration-en.html
* http://www.osstf11.com/news/event-658.php {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20160304030600/http://www.osstf11.com/news/event-658.php |date=2016-03-04 }}
[[קאַטעגאָריע:דעצעמבער]]
[[קאטעגאריע:קאנאדע]]
[[קאַטעגאָריע:1990ער]]
4k1ab4erukb1t4i9nozdcjw6t61pfqf
אמסטערדאם, אהייא
0
42537
602841
595380
2026-10-11T00:41:34Z
InternetArchiveBot
40859
Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.6
602841
wikitext
text/x-wiki
{{יתום}}
{{coord|40|28|N|80|55|W|region:us_type:City}}
[[טעקע:{{#אייגנשאפט:p18}}|קליין|אמסטערדאם]]
[[טעקע:{{#אייגנשאפט:p242}}|קליין|לאקאציע פון אמסטערדאם אין אהייא]]
'''אמסטערדאם''' ([[ענגליש]]: "Amsterdam, Ohio") איז [[ווילידזש]] אין [[דזשעפערסאן קאונטי]], [[אהאיא|אהייאו]], [[פאראייניגטע שטאטן]] מיט א באפעלקערונג פון 511. 204 דערפון זענען הויז אייגנטומער לויט דעם [[2010]] [[צענזוס]].
זיין [[זיפ קאוד]] איז 43903 און עריע קאוד 740.
== היסטאריע ==
אמסטערדאם איז געגרינדעט געווארן דורכן [[האלאנד|האלענדישער]] אימיגראנט [[דוד דזשאנסאן]] אין [[יאר|יאהר]] [[1828]].
== געאגראפיע ==
דער ווילידזש באשטייט פון בלויז לאנד, אין א טאטאל פון 0.32 קוואדראט מייל.
== וועב לינקען ==
* די היסטאריע פונעם דארף אין ענגליש http://www.jeffcochapter.com/HistoryOfAmsterdam.html {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20140818184630/http://www.jeffcochapter.com/HistoryOfAmsterdam.html |date=2014-08-18 }}
* מאפע פון ווילידזש http://www.mapquest.com/us/oh/amsterdam {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20150316145143/http://www.mapquest.com/us/oh/amsterdam |date=2015-03-16 }}
* [[בילד]]ער און [[דעמאגראפיע]] https://web.archive.org/web/20150423013335/http://www.city-data.com/city/Amsterdam-Ohio.html
* [[פעיסבוק]] בלאט https://www.facebook.com/pages/Amsterdam-Ohio/112623132083029
[[קאַטעגאָריע:אהאיא]]
[[קאַטעגאָריע:דערפער אין די פאראייניגטע שטאטן]]
36rn5c19ampj7b6xtekdgu04f0rhuki
אמסטערדאם, מיזורי
0
42548
602842
491078
2026-10-11T00:43:10Z
InternetArchiveBot
40859
Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.6
602842
wikitext
text/x-wiki
{{גרונטסארטיר:}}{{יתום}}
{{אנדערע באדייטן|דאס=א שטאט אין מיזורי|זעט=אמסטערדאם (באדייטן)}}
{{coord|38|21|2|N|94|35|15|W|region:US_type:city}}
'''אמסטערדאם''' איז א [[סיטי]] אין באַטעס קאונטי, [[מיזורי]], [[פאראייניגטע שטאטן]] מיט א באפעלקערונג פון 242 מענטשן לויטן [[2010]] [[צענזוס]].
די [[זיפ קאד]] איז 64723 און עריע קאד 660.
== געאגראפיע ==
די סיטי איז נאר לאנד מיט א שטח פון סה"כ 0.57 קוואדראט מייל (1.48 קוואדראט ק"מ).
== דעמאגראפיע ==
די סיטי האט 62 [[פאמיליע]]ס וועלכע וואוינען דארט.
=== ראסע ===
איבער 95 פראצענט פון דער שטאט זענע ווייסע, בלויז פיער פראצענט זענען שווארצע.
== וועב לינקען ==
* די [[וועטער]] אין אמסטערדאם, מיזורי http://www.wunderground.com/weather-forecast/US/MO/Amsterdam.html
* מאפע און דעמאגראפיע https://web.archive.org/web/20121110163556/http://www.city-data.com/city/Amsterdam-Missouri.html
[[קאטעגאריע:שטעט אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע]]
nrrna25lv9efwom4w06owspkpb47e75
אמסטערדאם, סעסקאטשעווען
0
42607
602843
491327
2026-10-11T00:44:50Z
InternetArchiveBot
40859
Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.6
602843
wikitext
text/x-wiki
'''אמסטערדאם''' ([[ענגליש]]: Amsterdam, Saskatchewan) איז א דערפל אין צפון [[קענארע]] וואס איז אין [[סאסקאטשעווען|סעסקאטשעווען]], [[קאנאדע]].
עס איז געגרינדעט געווארן דורך [[האלאנד|האלענדישע]] אימיגראנטן אין אנהייב פונעם צוואנציגסטן יאהר-הונדערט.
עס איז אמאל געווען א שטאדט מיט אלע סטרוקטורן וואס מען ברויך צו האבן, אבער היינט איז דאס אויסגעזידלט און בלויז ניינצן מענטשן האבן דארט געוואוינט אין [[2006]] - מערסטנס אוקראינישע אפשטאמיגע.
== וועב לינקען ==
* https://web.archive.org/web/20150405140933/http://www.city-data.com/canada/Amsterdam.html
* [[ווידיאו]] פון אמסטערדאם https://www.youtube.com/watch?v=iXETpFMlIbY
* http://roadsidethoughts.com/sk/amsterdam-profile.htm
* https://www.facebook.com/pages/Amsterdam-Saskatchewan/108243785864376
[[קאטעגאריע:קאנאדע]]
legcejhm9g35ogpdk33lp4184p4xu07