װיקיפּעדיע yiwiki https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98 MediaWiki 1.47.0-wmf.23 first-letter מעדיע באַזונדער רעדן באַניצער באַניצער רעדן װיקיפּעדיע װיקיפּעדיע רעדן טעקע טעקע רעדן מעדיעװיקי מעדיעװיקי רעדן מוסטער מוסטער רעדן הילף הילף רעדן קאַטעגאָריע קאַטעגאָריע רעדן פארטאל פארטאל רעדן TimedText TimedText talk יחידה שיחת יחידה אירוע שיחת אירוע מיאמי 0 8046 602860 596793 2026-10-12T21:20:01Z היימיש 62327 602860 wikitext text/x-wiki {{באצירק}}[[בילד:Miami collage 20110330.jpg|קליין|מיאמי פלארידא]] [[בילד:Seal of Miami, Florida.svg|קליין| פאן מיאמי]] [[טעקע:miami map.jpg|left|thumb|250px|מאפע פון מיאמי און מיאמי ביטש.]] '''מיאמי''' איז א שטאט אין דרום [[פלארידא]], אמעריקע. [[File:Downtown Miami Cityscape 31 July 2023.jpg|thumb|right|243px|Miami 2023» ]] '''מיאמי''' איז א ווארעם רוה-ארט [[ביטש]] [[סיטי]] אין [[פלארידא]] עס האט אסאך וואסער בארטענס. אסאך פרומע [[איד]]ן, ספעציעל עלטערע ריטייערטע פון [[ניו יארק]], וואס האלטן זיך אויף דארט דורך די קאלטע [[ווינטער]] מאנאטן. אויך וואוינען דארט יודן א גאנץ יאר, און עס גיבט דארט עטליכע יודישע [[מיטלשול]]עס. מיאמי האט אויך איינע פון די גרויסע פארטן אין אמעריקע. <gallery mode="packed" heights="150"> טעקע:BrickellKey.jpg טעקע:Brickell Avenue 20100203.jpg טעקע:Miami Downtown Freedom Tower.jpg טעקע:Oceandrivesuperbowl.jpg </gallery>{{פרומע אידישע געגנטן}} [[קאַטעגאָריע:פלארידע]] [[קאַטעגאָריע:פארט שטעט אין די פאראייניגטע שטאטן]] [[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים]] fkl7q786hptwxeycj16jb7fv8qjdkbo וועטער 0 21759 602858 496125 2026-10-12T20:49:49Z היימיש 62327 602858 wikitext text/x-wiki די '''וועטער''' איז די [[פאר]] פון אלע [[עקזיסטענץ|עקזעסטירענדע]] [[פענאמען|פענאמענען]] און א [[אטמאספערע]] צו א געוויסע צייט. צו עס איז [[רעיגן]]דיג אדער [[קאלט]] אדער [[הייס]] א.א.וו. דער [[טערמין]] טוט געוויינליך מיינען די אקטיוויטעט פון די פענאמענען איבער קורצע צייטן (שעהן אדער טעג), אנדערשט ווי דער טערמין [[קלימאט]], וואס מיינט געוויינליך די דורכשניט אטמאספערישע קאנדיציעס איבער א לענגערן צייט אפשניט. ווען מען ניצט דאס סתם אזוי אן צולייגן א ווארט מיינט דאס געוויינליך די [[ערד]]ס וועטער. == הויפט און עיקרדיגע מעכעניזם == וועטער טוט זיך מייסטענס רעזולטירן פון [[טעמפראטור]] אונטערשיידן צווישן איין [[פלאץ]] און דאס אנדערע. אויף א גרויסן פארנעם טוט זיך טוישן די טעמפראטורס וועגן [[געגענט]]ער וואס זענען נענטער צום [[עקוועטאר]] באקומען מער [[ענערגיע]] פער באשטאנדטייל פון זייער געגענט פון די [[זון]] ווי אנדערע ראיאנען נענטער צום [[פאלאר ראיאן|פאולס]]. אויף [[לאקאל]]ע מעסטונגען טוט זיך טוישן די טעמפאראטור אונטערשיידן צוליב פארשידענארטיקע אנדערשטיגע אויבערפלאכן (אזעלעכע ווי [[אקעאן|אקעאנען]], [[וועלדער]], [[אייז]] שיכטן, אדער מענשטליכע געמאכטע אביעקטן) האבן אנדערשטיגע פיזיקאלע [[כאראקטער]]ן ווי אפשפיגלבארקייט, פעסטקייט, אדער [[פייכטקייט]] אינהאלט. אויבערפלאך [[טעמפעראטור]] אנדערשטקייטן מאכן אן [[דרוק]] פארשידענארטיקייטן. א הייסער אויבערפלאך הייצט אן די [[לופט]] העכער איר, און די לופט פארשפרייט זיך, אראפנידערונג די [[אטמאספערישער דרוק|לופטדרוק]]. די רעזולטירענדער [[האריזאנט]]אלע [[דרוק גראדיענט]] הייבט זיך די לופט פון הויך צו נידעריג פרעשור, שאפענדיג א [[ווינט]], און די [[ערד]]ס [[ראטאציע]] טוט דאן אנמאכן אז עס זאל זיך בעוועגן ארויף און אראפ איר פלוס דורך די [[קאריאליס אפעקט]]. == וועטער פאראויסזאגן == [[קאַטעגאָריע:וועטער|*]] ozfbea1rr4gf9fvzn88bxg1zzsfo1xw יוסף אסטראווסקי 0 28547 602855 460616 2026-10-12T18:09:32Z היימיש 62327 602855 wikitext text/x-wiki {{אישיות}} '''יוסף אָסטראָװסקי''' ([[רוסיש]]: ''Иосиф Меерович Островский'') - געבױרן אין 1935 אין [[שעפּעטיװקע]], [[אוקראַיִנע]]; געשטאָרבן אין 1993 אין [[ירושלים]]. אַ באַקאַנטער [[סאוועטן פארבאנד|סאָװעטיש]]-[[ייִד]]ישער [[מאָלער]]. אין די 1970-1990ער יאָרן האָט ער געשאַפֿן אַ גאַנצע סעריע [[קינסטלער]]ישע װערק, װאָס זײערע [[פּערסאָנאַזש]]ן זײַנען געװען [[כלזמר]]ים, [[בעל מלאכה|בעל-מלאכות]], זקנים-[[חכם|חכמים]] און אַנדערע אײַנװױנער פֿון אַמאָליקע ייִדישע [[שטעטל]]עך. האָט ער אױך געשילדערט אײניקע [[תנ"ך|תּנ"כישע]] מעשיות. זינט 1989 האָט יוסף אָסטראָװסקי געלעבט און געאַרבעט אין [[ישראל|מדינת-ישראל]]. גאַלעריע: http://www.antho.net/english/museum/ostrovsky/more.html {{גרונטסארטיר:אסטראווסקי, יוסף}} [[קאַטעגאָריע: מאלערס]] [[קאַטעגאָריע:רוסישע יידן]] suxjpnrisw2h0xniz98vsorogctgt1t אנאנאס (פרוכט) 0 28766 602852 539117 2026-10-12T16:44:27Z וויליאמסבורגער 62228 602852 wikitext text/x-wiki [[טעקע:Pineapple1.JPG|קליין|250px|א וואקסנדיקער אַנאַנאַס]] דער '''אַנאַנאַס''' אדער '''פיינעפל''' איז א טראפישער פרוכט וואס ווערט קולטיווירט אין 82 לענדער אין דער וועלט. ער איז דער פרוכט פון דעם [[אנאנאס]] פלאנץ. מען קען עסן אנאנאס פריש אדער געטרוקענט. == קאנזערווען == אין די פאבריקן ווערט פראדוצירט קאנזערווען קאמפאט פון אַנאַנאַס, די פראדוקציע באשטייט אין אלגעמיין פון אויס סארטירן, רייניגן, שיילן און שניידן אויף קלענערע שטיקלעך דעם אַנאַנאַס, צו דעם פרוכט ווערט געווענלעך נאר צוגעגעבן וואסער און צוקער און ווערט פארפאקט אין פושקעס. ==יידישקייט== אויפן אַנאַנאַס פרוכט מאכט מען די [[ברכה]] [[בורא פרי האדמה]]. (כאטש די אנאנאס פלאנצונג האלט אן עטליכע יאר, אבער יעדן ווינטער שטארבט ער ביזן ערד, און יעדן זומער גיט ער ארויס א פרישן שטאם פון די ווארצלען). === בדיקת תולעים === געווענליך געפינט זיך נישט קיין [[ווארעם|ווערעם]] <small>(תולעים)</small> אדער [[אינסעקט]]ן <small>(שרצים)</small> אינעם אַנאַנאַס, אויב אבער מען זעט אנצייגינגן אז ס'איז ווערמיג דארף מען עס גרונטליך קאנטארלירן און אפרייניגן פאר דעם ניצן. אין ווינטער תשע"ד איז נתעורר געווארן א פראבלעם אין אמעריקע מיט קליינע אינסעקטן אויף די שאל פון אנאנאס. === מצוות התלויות בארץ === דער אַנאַנאַס איז פון די [[פרוכט]] וואס מערסטנס טייל ברענגט מען זיין פון [[חוץ לארץ]], דאך איז פאראן פון דער [[זגאל|ראסע]] '''קאיען''' <small>(Cayenne)</small> וועלכע וואקסן אין [[ארץ ישראל]], דערפאר דארף מען נאך פארשן פון וואנען זיי קומען, צי מען דארף מיט זיי אויספירן <small>(מקיים)</small> די [[מצוות]] וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל <small>(מצוות התלויות בארץ)</small>: [[תרומות]], [[מעשרות]], [[שמיטה]]. === שמיטה === דער דאטום וואס פאלט אויף דעם אַנאַנאַס די דינים פון [[שמיטה]], הייבט זיך פון [[ראש השנה]] פון דעם זיבעטן יאר, וויבאלד דער אַנאַנאַס האט א [[דין]] ווי גרינצייגן <small>(ירקות)</small>. == זעט אויך == * [[רשימה:פרוכט]] == רעפערענצען == * ''אנציקלופדיה לכשרות המזון'' {{רעפליסטע}} {{עסן-שטומף}} [[קאַטעגאָריע:פרוכט]] [[קאַטעגאָריע:פרוכט פון ארץ ישראל]] hf23zjod6ipzcjgcinh3al7lvvj4gku 6טן דעצעמבער 0 32470 602850 490062 2026-10-12T16:37:45Z וויליאמסבורגער 62228 /* היסטארישע געשעענישן */ 602850 wikitext text/x-wiki {{לוח שנה|דעצעמבער}} דער '''זעקסטער דעצעמבער''' איז דער 340סטער טאג פון יאר (341סטער טאג אין אן עיבור־יאר). אינעם [[גרעגאריאנישער קאלענדאר|גרעגאריאנישן קאלענדאר]]. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 25 טעג. == היסטארישע געשעענישן == * [[1660]] - [[בעלא דער ערשטער פון אונגארן|בעלא דער ערשטער]] ווערט געקרוינט אלס קעניג פון [[אונגארן]] * [[1768]] - ארויסגעגעבן די ערשטע אויסגאבע פון [[ענציקלאפעדיע בריטאניקא]]. * [[1790]] - דער אמעריקאנער [[קאנגרעס]] גייט אריבער פון [[ניו יארק]] צו [[פילאדעלפיע]]. * [[1865]] - די דרייצנטע אמענדירונג פון די [[פאראייניגטע שטאטן]] צו פארבאטן [[קנעכטשאפט]] ווערט באשטעטיגט. * [[1877]] - די ערשטע אויסגאבע פון [[די וואשינגטאן פאסט]] ערשיינט. * [[1884]] - דער [[וואשינגטאן מאנומענט]] ווערט פארענדיגט. * [[1917]] - [[פינלאנד]] ווערט זעלבשטענדיג. * [[1922]] - [[אירלאנד]] ווערט זעלבשטענדיג. * [[2006]] - [[איראן]] פארשפארט אינטערנעט צוטריט צו [[וויקיפעדיע]]. == געבוירן == * [[1421]] - [[הענרי דער זעקסטער]], מלך פון [[ענגלאנד]] == געשטארבן == * [[1770]] - [[דזשיימס סטירלינג]], [[סקאטלאנד|סקאטישער]] [[מאטעמאטיק]]ער (געב' [[1692]]) == פייערטעג == * נאציאנאלע חגא אין [[פינלאנד]] * [[קאנסטוטוציע טאג]] אין [[שפאניע]] * א נאצינאלער געדענקעניש טאג אין [[קאנאדע]] איבער געוואלדטאטן א קעגן [[פרוי]]ען זינט [[1991]]. == לינקען == * דעם טאג ביי [[בי בי סי]] http://news.bbc.co.uk/onthisday/hi/dates/stories/december/6 * http://www1.sympatico.ca/cgi-bin/on_this_day?mth=Dec&day=06 {{קאמאנסקאט|6 December}} ---- * [[5טן דעצעמבער]] - [[7טן דעצעמבער]] * [[דעצעמבער]] [[קאַטעגאָריע:דעצעמבער|06]] dm2e7p1e77oxqm4ffal9r6elq8ilcqi ליאן 0 34950 602847 585825 2026-10-12T15:52:18Z וויליאמסבורגער 62228 602847 wikitext text/x-wiki {{באצירק}}[[טעקע:Lyon vue depuis fourviere.jpg|קליין|250px|די שטאָט ליאָן]] '''ליאן''' ({{שפראך-fr|Lyon}}<!--; {{שפראך-frp|Liyon}}-->) איז א שטאט אין מזרח־צענטראל [[פראנקרייך]] אינעאם [[רהאן־אלפן]] ראיאן, פלאצירט צווישן [[פאריז]] און [[מארסיי]]. ליאן געפינט זיך 470 ק"מ פון פאריז, 320 ק"מ פון מארסיי, 160 ק"מ פון [[גענף]], 280 ק"מ פון [[טורין]], און 600 ק"מ פון [[בארצעלאנע]]. די שטאט האט א באפעלקערונג פון 472,305. == היסטאָריע == די שטאט איז געגרינדעט געװארן אין יאר 43 פאר דער ציווילער רעכענונג דורך דעם ראמאנישן פּראקאנסול לוסיוס מונאַטיוס פּלאַנקוס. == די אידישע קהילה == [[טעקע:Syna Lyon-Vue generale interieure.JPG|קליין|די גרױסע שול]] אין יאָר 472 שרײבט דער דיכטער און בישוף סידאניוס אַפּאלינאַריס, אַז ס'איז דא אין ליאן אַ אידישע קהילה. עס איז דאס ערשטע מאל װאס ײדן זײנען דערמאנט אין די שטאט. הײנט װאױנען אין ליאן בערך 40000 אידן מיט 40 שולס און 15 כשר רעסטאראנטס. די מערהײט פֿון זײ זײנען ספֿרדישע אידן, װאס זײנען אנגעקומען אין פֿראנקרײך בעת די 1960ער יארן. די גרױסע אַשכּנזישע שול איז געבױט געװאָרן אינ 1863 און 1864. {{coord|4|50|32|N|45|45|35|E}} [[קאַטעגאָריע:שטעט אין פראנקרייך]] q0l6njqumrnkmepo5x4e3y846931ouq גאלאנטא 0 37586 602848 464046 2026-10-12T16:08:15Z וויליאמסבורגער 62228 602848 wikitext text/x-wiki {{באצירק}} '''גאַלאַנטע''' אדער '''גלאַנדע''' ({{שפראך-sk|Galanta}}, {{שפראך-hu|Galánta}}, {{שפראך-de|Gallandau}}) איז א קליין שטעטעלע אין [[סלאוואקיי]], 50 ק"מ מזרח פון דער הויפטשטאט [[פרעשבורג]], 10 ק"מ דרום פון [[סערעד]], 14 ק"מ מערב פון [[וועטש]] (וואו ר׳ הלל קאלאמייער איז געבוירן), 16 ק"מ מזרח פון [[יאקע]], 20 ק"מ דרום פון [[טירנוי]] און 30 ק"מ מערב פון [[נייטרא]]. גאלאנטא האט א באפעלקערונג פון 16,000 איינוואוינער. == היסטאריע == == געאגראפיע == גאלאנטא איז אביסל דרום מזרח פון פרעשבורג און מער צו מזרח פון שטאט עטליכע מייל איז דער [[וואַג]] טייך<!-- מיט דעם אונגארישן נאמען וואג און אויף סלאוואקיש וואה-->. ארום דעם טייך איז דא פארשידענע שטעטלעך און דערפלעך אינעם געגנט ארום [[טאפאלטשאן]], [[נייהייזל]] אא״וו. ביים וואג איז דא צוויי דערפלעך, אויף דער זייט פון גאלאנטא הייסט דאס שטעטעלע שאלא (אויף אונגאריש וואגשאללא) (אזוי ווי דונא סערדהעל וואס ליגט ביים [[דוניי]] און באדראג קערעסטיר וואס ליגט אויף דעם [[באדראג]]) און אויף דער אנדערער זייט איז דאס שטעטעלע וועטש וואו ר׳ בענדיט ליכטנשטיין דער טאטע פון ר׳ [[הלל ליכטנשטיין|הלל פון קאלעמייע]] האט געוואוינט. אויף דער זעלבער זייט וואסער פון וועטש ארויף צו צפון איז [[נייטרא]] וואו אידן האבן געוואוינט הונדערטער יארן און אויף דרום מזרח נישט צו ווייט איז [[שוראני]] (שוראן) ווי דער הייליגער ליקוטי חבר בן חיים און דערנאך רבי [[יהודה גרינוואלד]], שפעטער אב״ד [[סאטמאר (שטאט)|סאטמאר]] איז געווען רב. == אידישע היסטאריע == אידן האבן זיך באזעצט אין דעם געגנט לכאורה סוף יארן שנות ת׳ ביז עס האט זיך אנטוויקלט א קהילה מיט אירע צוגעהערן אין די שפעטערע יארן פון שנות ת״ק. סוף ת״ק יארן איז געווען א רב ר׳ יודא ליב טעלטש צו וועמען עס איז דא עטליכע געשריבענע תשובות פון [[חתם סופר]] און בזמנו האט מען געמאכט די תקנת הקהלה אויף וואס דער דין תורה האט זיך באצויגען 60-70 יארן שפעטער. אזוי האט זיך די קהילה געפירט צענדליגער יארן ווי אלע אנדערע שטעטלעך מיט רבנים גרעסערע און קלענערע על מי מנוחות. א שטיק צייט איז ר׳ מנחם דייטש נכד בעל אהל דוד אב"ד ניישטאט געווען רב און דערנאך איינער ר׳ אליעזר פאשקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון חתם סופר און איז אוועק אנפאנג תר״ם יארן אונטערוועגנס אין [[סערדעהעל]]. דערנאך איז געווען א רב ר׳ שמעון פריעדמאן וועלכער האט אויך אויפגענומען זיינס אן איידעם ר׳ משה פעלדמאן אלס דיין אין שטאט און ר׳ שמעון איז געווען רב ביז זיין פטירה אן שנת תרנ"א. == דעמאגראפיע == אין 1910, האבן 89.6% פון דער באפעלקערונג גערעדט אונגאריש ווי מוטערשפראך, 6.2% סלאוואקיש און 3.5% דייטש אדער יידיש. לויט זייער רעליגיע זענען זיי געווען 65.3% [[קאטאליק]]ן, 32.4% [[ייד]]ן און 1.3% לוטעראנער. ===צווילינג שטעט=== גאלאנטא האט די צווילינג שטעט: *{{Flag|Italy|[[אלביגנאסעגא]]}} (2007) *{{Flag|Czech Republic|[[ניקאלשבורג]]}} (2003) *{{Flag|Hungary|[[פאקש]]}} (1998) *{{Flag|Hungary|[[טאטקאמלאש]]}} (1999) *{{Flag|Hungary|[[קעטשקעמעט]]}} (1998) *{{Flag|Slovakia|[[ליפטקאווסקי מיקולאש]]}} (2006) *{{Flag|Serbia|[[בעטשע]]}} (2001) [[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין סלאוואקיי]] [[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]] 2qwz9u65n9kk1ny9eye8yo5g57yfxp2 יצחק פאנגער 0 39808 602859 492422 2026-10-12T21:17:35Z היימיש 62327 602859 wikitext text/x-wiki {{יתום}} {{ייד-ביא-שטומף}}{{אישיות}} הרב '''יצחק פאנגער''' (געב' 1971) איז א פרומער [[רעדנער]] אין ארץ [[ישראל]]. == ביאגראפיע == נאכן דינען אין [[צה"ל]] האט ער זיך געלערנט [[כינע|כינעזישע ]][[היילונג|היילונגען]] און [[רייקי]]. צוויי [[יאהר]] האט ער [[געוואוינט]] אין די [[פאראייניגטע שטאטן]] און זיך אפגעגעבן מיט זיין [[פראפעסיע]]. דערנאך איז ער געפארן קיין [[אינדיע]]. אין יאר [[תשנ"ה]] האט ער זיך צוריקגעקערט קיין ארץ ישראל וואו ער איז געווארן א [[בעל תשובה]]. [[תשנ"ח]] האט ער [[געהייראט]] און וואוינט אין [[מודיעין עילית]]. ער איז א גאר גוטער רעדנער און איז באקאנט מיט זיין [[חוש-סיסטעם|חוש]] פאר [[הומאר]] מיט וואס ער באנוצט זיך אסאך אין זיינע [[דרשות]]. == וועבלינקען == * לעקציעס [http://www.hidabroot.org/MediaSupplier_List.asp?SupplierID=31 הרב יצחק פאנגער] ביי [[הידברות]] * [http://www.mako.co.il/tv-people/articles/Article-1ec5fc4597b2531006.htm פענאמען וואס הייסט הרב יצחק פאנגער], mako * [http://www.israelhayom.co.il/site/newsletter_article.php?id=13262 קטעים איתך, רבנו], ישראל היום * הרב פאנגער דערציילט זיין [http://www.hidabroot.org/MediaDetail.asp?MediaID=9422 פערזענלעכע געשיכטע] {{גרונטסארטיר:פאנגער, יצחק}} [[קאַטעגאָריע:בעלי תשובה]] [[קאַטעגאָריע:דרשנים]] [[קאַטעגאָריע:ישראלים]] 30mdlsrw7gldpgvaorqdkk62caq6mdi 1660 0 40604 602851 498728 2026-10-12T16:38:57Z וויליאמסבורגער 62228 /* געשעענישן */ 602851 wikitext text/x-wiki {{יאר אין אנדערע קאלענדארן}} {{ציוויל יאר באשרייבונג|1660}} == געשעענישן == * [[6טן דעצעמבער]] - [[בעלא דער ערשטער פון אונגארן|בעלא דער ערשטער]] ווערט געקרוינט אלס קעניג פון [[אונגארן]]. == געבוירן == * [[28סטן מיי]] - [[געארג דער ערשטער, מלך פון בריטאניע]] (געש' [[1727]]) == געשטארבן == * [[6טן אויגוסט]] - [[דיעגא וועלאזקעז]], [[שפאניע|שפאנישער]] [[מאלער]] ( געב' [[1599]]) {{ציוויל יאר פיסל|1660}} 8u6tjcxigorsp4nxhbffgngyfkg36ij 1654 0 40658 602856 476038 2026-10-12T20:11:41Z היימיש 62327 /* געשעענישן */ 602856 wikitext text/x-wiki {{יאר אין אנדערע קאלענדארן}} {{ציוויל יאר באשרייבונג|1654}} == געשעענישן == === יאנואר–מערץ === * 6טן יאנואר – אין [[אינדיע]] ווערט דזשאסוואנט סינג פון מארוואר, אין דער היינטיגער אינדישער שטאט [[ראדזשאסטהאן|ראדזשאסטאן]], דערהויבן דורך דעם עמפערער שאה דזשאהאן צום טיטל מאזאראזשא. * 26סטן יאנואר – [[פארטוגאל]] נעמט צוריק די דרום אמעריקאנער שטאט [[רעסיפי]] פון [[האלאנד]], נאך א באלאגערונג וואס האט געדויערט מער ווי צוויי יאר, בעת דער האלאנדיש פארטוגעזישער מלחמה. דערמיט קומט צו אן ענדע דער האלאנדישער הערשאפט איבער דעם שטח פון היינטיגן [[בראזיל]]. די [[האלאנדישע מערב אינדיע קאמפאני]] האט געהערשט איבער דער שטאט, וואס זי האט גערופן מאוריצסטאד, פאר מער ווי 23 יאר. * 9טן פעברואר – [[שפאניע|שפאנישע]] זעלנער אונטער דער פירערשאפט פון דאן [[גבריאל דע ראחאס אי פיגערא]] פארכאפן די פעסטונג ראשער, א באזע פון [[ים-רויבעריי|ים רויבער]] אויפן [[קאראאיבישע אינזלען|קאראיבישן]] אינזל [[טארטוגא]]. * 10טן פעברואר – דער [[קאמף פון טוליך]] קומט פאר אין דער סקאטישער שטאט [[אבערדינשייר]] בעת דער אויפשטאנד פון גלענקעירנס, א רעוואלט פון סקאטישע קעניגליכע שטיצער קעגן דעם ענגלישן, סקאטישן און אירישן קאמאנוועלט, אונטער דער פירערשאפט פון [[אליווער קראמוועל|אָליווער קראָמוועל]]. דער קאמף ענדיגט זיך אן א קלארן געווינער. * 13טן מערץ – דער [[אפמאך פון פערעיאסלאוו]] ווערט פארענדיקט אין דער שטאט [[פערעיאסלאוו]], ביי א זיצונג צווישן די [[קאזאקן]] פון דער זאפאראזשער ארמיי און דעם רוסישן צאר [[אלעכסיי דעם ערשטן פון רוסלאנד|אלעכסיי דעם ערשטן]]. דער אפמאך קומט נאך דעם ענדע פונעם [[כמעלניצקי אויפשטאנד]] אין [[אוקראינע]], וואס האט אנגעהויבן אין [[1648]] און געברענגט דעם טויט פון פילע טויזנטער אידן. === אפריל–יוני === [[טעקע:Magedurger Halbkugeln Luftpumpe Deutsches Museum.jpg|קליין|200x200פיקס|די אריגינעלע מאגדעבורגער האלבע באל און געריקעס וואקיום פאמפ אינעם דייטשן מוזיאום אין מינכן, דייטשלאנד.]] * 5טן אפריל – דער וועסטמינסטער אפמאך, וואס ענדיגט די ערשטע ענגליש-האלענדישע מלחמה, ווערט אונטערגעשריבן. * 11טן אפריל – ענגלאנד און שוועדן שרייבן אונטער א האנדלס אפמאך. * 12טן אפריל – [[אליווער קראמוועל|אָליווער קראָמוועל]] שאפט א פאראייניגונג צווישן [[ענגלאנד]] און [[סקאטלאנד]], וואס ערמעגליכט סקאטלאנד צו האבן פארטרעטער אין דעם ענגלישן פארלאמענט. * 5טן מאי – דער רחמנות געזעץ פון קראָמוועל, באקאנט אפיציעל ווי דער געזעץ פון פארגעבונג און רחמנות פאר דעם סקאטישן פאלק, ווערט פראקלאמירט ביים מארק קרייץ אין עדינבורג. * 8טן מאי – דער דייטשער פיזיקער און ערפינדער אטא פאן געריקע דעמאנסטרירט די קראפט פון דער אטמאספערישער דרוק און די ווירקזאמקייט פון זיין [[וואקיום|וועקיום פאמפ]], דורך די מאגדעבורגער האלבע באל (Magdeburg hemispheres), פאר דעם [[הייליגע רוימישע אימפעריע|הייליגן רוימישן קייסער]] [[פערדינאנד דעם דריטן]] און דער קייסערלעכער פארזאמלונג אין [[רעגענסבורג]]. * 3טן יוני – דער פראנצויזישער קעניג [[לואי דער פערצנטער]] ווערט געקרוינט אין ריימס. * 16טן יוני (6טן יוני לויטן אלטן קאלענדאר) – [[קארל דער צענטער גוסטאוו]] קומט ארויף אויפן [[שוועדן|שוועדישן]] טראן נאך זיין קוזינע קריסטינא . קריסטינא דאנקט אפ דעם קעניגליכן אמט דעם זעלבן טאג און ווערט דערנאך אין געהיים, [[קאטויליש]], נאכדעם וואס זי איז געווען די הערשנדע קעניגין פון א [[פראטעסטאנטיזם|פראטעסטאנטישן]] לאנד. === יולי–סעפטעמבער === * 5טן יולי – די [[רוסישע ארמיי]] לאגערט פאר דער שטאט [[סמאלענסק]], און עס הייבט זיך אן די דרייצן יעריגע מלחמה צווישן [[רוסלאנד]] און [[פוילן]] איבער [[אוקראינע]]. * 10טן יולי ** פעטער וואועל און דזשאן דזשערארד ווערן געהאנגען אין לאנדאן, נאכדעם וואס זיי זענען פארמישט אין א פלאן צו דערמארדן אָליווער קראָמוועל. ** דאן פאַנטאלעאן, דער ברודער פונעם פארטוגעזישן אמבאסאדאר אין ענגלאנד, ווערט דערהאנגען נאכדעם וואס א געשלעג אין מארק אין עקסעטער פירט צו דעם טויט פון אן אומשולדיגן מענטש. * 12טן אויגוסט – דער [[קאמף פון שקלאוו]], איינער פון די ערשטע קאמפן אין דער רוסיש פוילישער מלחמה, קומט פאר אין דער היינטיגער [[בעלארוס|בעלארוסישער]] שטאט [[שקלאוו]] בעת א פולער [[ליקוי חמה]], וואס איז געווען זעבאר איבער מזרח אייראפע. די רוסישע זעלנער ציען זוך צוריק. * 18טן אויגוסט – אָליווער קראָמוועל הייבט אן דעם פלאן צו אטאקירן די [[שפאנישע קאלאניעס]] אין דער [[נייע וועלט|נייער וועלט]]. ער באשטימט דעם אדמיראל וויליאם פען צו צוגרייטן א פליט, וואס זאל ארויספארן אום [[ניטל]], צו באקעמפן די שפאנישע האנדלס אינטערעסן אין [[קאראאיבן|קאראיבישן]] ראיאן. דערמיט הייבט זיך אן די [[ענגליש שפאנישע מלחמה]], וואס וועט זיך ענדיגן נאך דער צוריקקער פון דער ענגלישער קעניגלעכער הערשאפט אין 1660. די פליט פארלאזט [[פארטסמוט]] אין די לעצטע טעג פון דעצעמבער. * 22סטן אויגוסט – אידישע פליטים קומען אן קיין [[ניו אמסטערדאם]]: 23 ספרדישע אידן קומען אן פון [[בראזיל]] און באזעצן זיך אין ניו אמסטערדאם (היינט [[ניו יארק]]). זיי לייגן דעם יסוד פאר דער אידישער קהילה אין דער שטאט [[ניו יארק]], וואס וועט ווערן די צווייט גרעסטע שטאטישע אידישע קהילה אין דער היסטאריע, און אויך פאר [[קהל שארית ישראל|קהילת שארית ישראל]], דער ערשטער בית המדרש אין [[צפון אמעריקע]]. * 25סטן אויגוסט – די רוסן באזיגן די פוילישע ארמיי אינעם קאמף פון שעפעלעוויטש. * 3טן סעפטעמבער – דער ערשטער פראטעקטאראט פארלאמענט קומט צוזאמען אין ענגלאנד. * 12טן סעפטעמבער – אָליווער קראָמוועל באפעלט ארויסצושיקן 120 פארלאמענט מיטגלידער, וועלכע שטעלן זיך קעגן אים. * 23סטן סעפטעמבער – סמאלענסק פאלט אריין אין די הענט פון דער רוסישער ארמיי, נאך א באלאגערונג פון כמעט דריי חדשים. === אקטאבער–דעצעמבער === * 12טן אקטאבער – די דעלפט אויפרייסונג אין דעם ארסענאל פארניכטעט גרויסע טיילן פון דער האלאנדישער שטאט [[דעלפט]] און ברענגט אומקום פאר מער ווי 100 מענטשן. * 31סטן אקטאבער – פערדינאנד מאריא ווערט געקרוינט אלס קייסער פירשט פון באוואריע. זיין הערשאפט שטייגער ווערט א מוסטער פאר אנדערע דייטשע שטאטן. * 11טן דעצעמבער – סיר וויליאם פעטי באקומט דעם קאנטראקט פון דער ענגלישער רעפובליק צו דורכפירן א לאנד מעסטונג אין [[אירלאנד]]. * 14טן דעצעמבער – דזשעראנימא דע אטאידע, גראף פון אטוגיא, ווערט דער נייער גענעראל גאווערנאר פון בראזיל, אלס נאכפאלגער פון זשואאו ראדריגעס דע וואסקאנסעלאש אי סוזא. * 25סטן דעצעמבער – א פליט פון דער ענגלישער ים פלאט, וואס באשטייט פון 17 קריגסשיפן און 20 טראנספארט שיפן, מיט 325 קאנאנען, 1,145 מאטראזן און 1,830 זעלנער, פארלאזט פארטסמוט אונטער דער פירערשאפט פון אדמיראל וויליאם פען. דער ציל איז אויסצופירן דעם פלאן פון אָליווער קראָמוועל צו איבערראשן און אטאקירן די שפאנישע קאלאניעס אין דער נייער וועלט. == געבוירן == * 20סטן יאנואר – מיכיל דע סוואן, פלאמישער דיכטער (געשטארבן 1707). * 22סטן יאנואר – ריטשארד בלעקמאר, ענגלישער דאקטאר און שרייבער (געשטארבן 1729). * 3טן פעברואר – פיעטראָ אנטאניא פיאקא, איטאליענישער קאמפאזיטאר (געשטארבן 1714). * 12טן פעברואר – דורוטיע מאריא פון זאקסן גאטא אלטענבורג, דייטשע פרינצעסין (געשטארבן 1682). * 15טן פעברואר – צארעוויטש אלכסי אלכסייוויטש פון רוסלאנד, זון און יורש פון צאר אלעכסיי פון רוסלאנד (געשטארבן 1670). * 22סטן פעברואר – עליזאבעט מאנק, הערצאגין פון אלבערמארל (געשטארבן 1734). * 6טן מערץ – אנדרעאס אקאלוטוס, דייטשער געלערנטער (געשטארבן 1704). * 9טן מערץ – ראבערט ליק, דער דריטער גראף פון סקארסדעיל, ענגלישער אריסטאקראט און פאליטיקער (געשטארבן 1707). * 10טן מערץ – דזשיוזעפע בארטאלאמעא קיארי, איטאליענישער מאלער (געשטארבן 1727). * 12טן מערץ – טשארלס עגערטן, ענגלישער פאליטיקער (געשטארבן 1717). * 12טן מערץ – דזשוזעפע פאסערי, איטאליענישער מאלער (געשטארבן 1714). * 12טן מערץ – יאן האכסאט, האלאנדישער מאלער (געשטארבן 1730). * 12טן מערץ – פרידריך אויגוסט, הערצאג פון ווירטעמבערג ניינשטאט (געשטארבן 1716). * 16טן מערץ – אנדרעאס אקאלוטוס, דייטשער מזרח שטודיעס פארשער (געשטארבן 1704). * 28סטן מערץ – סאפיע אמאליע מאט, די ליבע פון דעם דענישן קעניג [[קריסטיאן דעם פינפטן]] (געשטארבן 1719). * 28סטן מערץ – זשואן דע קאבאנאס, שרייבער אין דער אקסיטאנישער שפראך (געשטארבן 1711). * 20סטן אפריל – דזשאן בעקוועל, ענגלישער פאליטיקער (געשטארבן 1708). * 27סטן אפריל – טשארלס בלאונט, ענגלישער דעיסט און פילאזאף (געשטארבן 1693). * 30סטן אפריל – ראבערט דיגבי, דער דריטער באראן דיגבי, ענגלישער אריסטאקראט און פארלאמענט מיטגליד (געשטארבן 1677). [[טעקע:Portrait of the Kangxi Emperor in Court Dress.jpg|קליין|200x200פיקס|קאנגשי עמפערער]] * 4טן מאי – [[קאנגשי עמפערער]] פון דער [[טשינג דינאסטיע]] אין [[כינע]] (געשטארבן 1722). * 13טן מאי – טאמעס לענארד, ערשטער גראף פון סאסעקס, ענגלישער קריקעט שפילער (געשטארבן 1715). * 23סטן מאי – ניקאדעמוס טעסין דער יונגער, שוועדישער ארכיטעקט (געשטארבן 1728). * 28סטן מאי – טאמעס הענקאק, אירישער פאליטיקער (געשטארבן 1726). * 23סטן יוני – גרעגארץ אנטאני אאגינסקי, פויליש ליטווישער אדעל (געשטארבן 1709). * 23סטן יוני – ריטשארד אנסלאו, ערשטער באראן אנסלאו, ענגלישער פאליטיקער (געשטארבן 1717). * 23סטן יוני – סאפיע פון זאקסן ווייסנפעלס, פרינצעסין פון אנהאלט צערבסט (געשטארבן 1724). * 24סטן יוני – טאמעס פולער, בריטישער דאקטאר און שרייבער (געשטארבן 1734). * 30סטן יוני – טאמעס רייס, [[מאסאטשוסעטס]] געזעצגעבער (געשטארבן 1747). * 1טן יולי – לואי זשאזעף, הערצאג פון וואנדאם, פראנצויזישער גענעראל (געשטארבן 1712). * 7טן יולי – אאיאמא טאדאשיגע, יאפאנישער דאימיא (געשטארבן 1722). * 9טן יולי – דער יאפאנישער עמפערער רעיגען (געשטארבן 1732). * 24סטן יולי – הענרי הערבערט, ערשטער באראן הערבערט פון טשירבורי, ענגלישער פאליטיקער (געשטארבן 1709). * 3טן אויגוסט – טשארלס דער ערשטער, לאנדגראף פון העסן קאסעל (געשטארבן 1730). * 4טן אויגוסט – טאמעס בראָדריק, אירישער פאליטיקער (געשטארבן 1730). [[טעקע:Bernard Nieuwentijt - niederländischer Philosoph und Mathematiker.jpg|קליין|200x200פיקס|בערנארד ניעווענטייט]] * 10טן אויגוסט – בערנארד ניעווענטייט, האלאנדישער מאטעמאטיקער און פילאזאף (געשטארבן 1718). * 23סטן אויגוסט – אנטאני מאריס, אמעריקאנער פאליטיקער (געשטארבן 1721). * 11טן סעפטעמבער – וויליאם העדנקאק, אירישער פאליטיקער (געשטארבן 1701). * 6טן אקטאבער – יאהאן פערינגסקיאָלד, שוועדישער היסטאריקער און אנטיק פארשער (געשטארבן 1720). * 18טן אקטאבער – דזשאן פרידריך, מארקגראף פון בראַנדענבורג אנסבאך (געשטארבן 1686). * 23סטן אקטאבער – יאהאן בערנהארד שטאודט, עסטרייכישער קאמפאזיטאר (געשטארבן 1712). * 26סטן אקטאבער – דזשיאוואני מאריא לאנסיסי, איטאליענישער דאקטאר (געשטארבן 1720). * 5טן נאוועמבער – קריסטיאן ליבע, דייטשער קאמפאזיטאר (געשטארבן 1708). * 7טן נאוועמבער – סיר דזשאן דעלאוואל, דער דריטער באראנעט, ענגלישער פאליטיקער (געשטארבן 1729). * 9טן נאוועמבער – קריסטאף ווייגעל דער עלטערער, דייטשער גראווירער (געשטארבן 1725). * 23סטן נאוועמבער – דזשארזש וואטסאן, סקאטישער עקאונטענט און גרינדער פון דזשארזש וואטסאן קאלעדזש אין עדינבורג (געשטארבן 1723). * 23סטן נאוועמבער – יאן וואן קעסעל דער יונגער, פלאמישער מאלער אין שפאניע (געשטארבן 1708). * 27סטן נאוועמבער – פרידריך פון קאניץ, דייטשער דיכטער און דיפלאמאט (געשטארבן 1699). * 10טן דעצעמבער – דזשיאוואני דזשיאזעפא דאל סאלע, איטאליענישער מאלער (געשטארבן 1719). * 13טן דעצעמבער – ראבערט ליווינגסטאן דער עלטערער, קאלאניאלער באאמטער אין ניו יארק (געשטארבן 1728). * 15טן דעצעמבער – יאהאן טעאדאר יאבלאנסקי, דייטשער ווערטערבוך מחבר (געשטארבן 1731). * [[27סטן דעצעמבער]] - [[יאקאב בערנולי]], [[שווייץ|שווייצער]] [[מאטעמאטיק]]ער (געשטארבן 1705) * 30סטן דעצעמבער – ארכידוכסין מאריא אנא יאזעפא פון עסטרייך, די יונגסטע טאכטער פון פערדינאנד דעם דריטן וואס האט איבערגעלעבט די קינדהייט (געשטארבן 1689). == געשטארבן == * 10טן יאנואר – ניקאלעס קולפעפער, ענגלישער באטאניקער (געבוירן 1616). * 17טן יאנואר – פאולוס פאטער, האלאנדישער מאלער (געבוירן 1625). * 6טן פעברואר – פראנצעסקא מאקי, איטאליענישער סקולפטאר פון דער פרי באראק תקופה (געבוירן 1580). * 8טן פעברואר – לוקא פערארי, איטאליענישער מאלער (געבוירן 1605). * 18טן פעברואר – זשאן לואי געז דע באלזאק, פראנצויזישער שרייבער (געבוירן 1594). * 7טן מערץ – ערנסט גאטליב, פירשט פון אנהאלט פלאצקאו (געבוירן 1620). * 14טן מערץ – יאן וואן באלען, פלאמישער מאלער (געבוירן 1611). * 19טן מערץ – מאצודאיירא נארינאגא, יאפאנישער דאימיא (געבוירן 1600). * 22סטן מערץ – טעאדאר דע מאירען, שווייצערישער דאקטאר (געבוירן 1573). * 24סטן מערץ – שמואל שיידט, דייטשער קאמפאזיטאר (געבוירן 1587). * 30סטן מערץ – אלעקסאנדער לודוויק ראדזיוויל, פוילישער אדעל (געבוירן 1594). * 18טן מאי – מוכאמאד קאדירי, פענזשאבישער גרינדער פון דער נאושאהיע צווייג פון דער קאדירישער סופישער ארדענונג (געבוירן 1552). * 21סטן מאי – עליזאבעט פול, ענגלישע זעצערין אין דער [[פלימאוט קאלאניע]] (געבוירן 1588). * 31סטן מאי – היפאליטוס גוארינאניוס, איטאליענישער דאקטאר און אלגעמיינער געלערנטער (געבוירן 1571). * 10טן יוני – אלעקסאנדראָ אלגארדי, איטאליענישער סקולפטאר און ארכיטעקט (געבוירן 1598). * 14טן יוני – דניאל עסטערהאזי, אונגארישער אדעל (געבוירן 1585). * 9טן יולי – [[פערדינאנד דער פערטער]], קעניג פון די רוימער (געבוירן 1633). * 23סטן יולי – אוראציא גראסי, איטאליענישער גלח, ארכיטעקט און וויסנשאפטלער (געבוירן 1583). * 12טן אויגוסט – קארנעליוס האגא, האלאנדישער דיפלאמאט (געבוירן 1578). * 19טן אויגוסט – [[יום-טוב ליפמאן העלער|יום טוב ליפמאן העלער]], [[בעהמען|באָהעמישער]] רב און פייטן פון פיוטים (תוספות יום טוב) (געבוירן 1579). * 28סטן אויגוסט – אקסעל אקסענשטיערנא, שוועדישער קאנצלער זינט 1612 (געבוירן 1583). * 29סטן אויגוסט – וואוטער וואן טווילער, גענעראל גאווערנאר פון ניו נידערלאנד פון 1633 ביז 1638 (געבוירן 1606). * 31סטן אויגוסט – אולע ווארם, דענישער דאקטאר און אנטיק פארשער (געבוירן 1588). * 6טן סעפטעמבער – קריסטיאן דער ערשטער, גראף פון פאלץ בירקענפעלד בישוויילער (געבוירן 1598). * 27סטן סעפטעמבער – לואי, הערצאג פון זשויעז, אינגערער זון פון טשארלס (געבוירן 1622). * 29סטן סעפטעמבער – דזשארזש דזשאן דער צווייטער, גראף פון פאלץ ליצלשטיין גוטענבערג (געבוירן 1586). * 12טן אקטאבער – קארעל פאבריציוס, האלאנדישער מאלער (געבוירן 1622). * 16טן אקטאבער – הערקול, הערצאג פון מאנטבאַזאן (געבוירן 1568). * 20סטן אקטאבער – סיר טאמעס דזשערוואיז, ענגלישער פאליטיקער (געבוירן 1587). * 30סטן אקטאבער – דער יאפאנישער עמפערער גא קאמיא (געבוירן 1633). * 26סטן נאוועמבער – דזשיאמבאטיסטא אלטיערי, איטאליענישער קאטוילישער קארדינאל (געבוירן 1589). * 27סטן נאוועמבער – פיעטער מיילענער, פלעמישער באראק מאלער (געבוירן 1602). * 30סטן נאוועמבער ** דזשאן סעלדען, ענגלישער יוריסט (געבוירן 1584). ** וויליאם האבינגטאן, ענגלישער דיכטער (געבוירן 1605). * 1טן דעצעמבער – יאקאָוו מיקאליא, איטאליענישער שפראך פארשער און ווערטערבוך שרייבער (געבוירן 1601). * 4טן דעצעמבער – סיר קריסטאפער יעלווערטאן, ערשטער באראנעט, ענגלישער פאליטיקער (געבוירן 1602). * 5טן דעצעמבער – זשאן פראנסוא סאראזאן, פראנצויזישער שרייבער (געבוירן ארום 1611). * אומבאקאנטער דאטום – עליזאבעט ישאם, ענגלישע טאגבוך שרייבערין (געבוירן 1609). {{ציוויל יאר פיסל|1654}} ga9fyavxn0rl9hz003gjv3l5ufja0wm 602857 602856 2026-10-12T20:13:26Z היימיש 62327 /* געשטארבן */ 602857 wikitext text/x-wiki {{יאר אין אנדערע קאלענדארן}} {{ציוויל יאר באשרייבונג|1654}} == געשעענישן == === יאנואר–מערץ === * 6טן יאנואר – אין [[אינדיע]] ווערט דזשאסוואנט סינג פון מארוואר, אין דער היינטיגער אינדישער שטאט [[ראדזשאסטהאן|ראדזשאסטאן]], דערהויבן דורך דעם עמפערער שאה דזשאהאן צום טיטל מאזאראזשא. * 26סטן יאנואר – [[פארטוגאל]] נעמט צוריק די דרום אמעריקאנער שטאט [[רעסיפי]] פון [[האלאנד]], נאך א באלאגערונג וואס האט געדויערט מער ווי צוויי יאר, בעת דער האלאנדיש פארטוגעזישער מלחמה. דערמיט קומט צו אן ענדע דער האלאנדישער הערשאפט איבער דעם שטח פון היינטיגן [[בראזיל]]. די [[האלאנדישע מערב אינדיע קאמפאני]] האט געהערשט איבער דער שטאט, וואס זי האט גערופן מאוריצסטאד, פאר מער ווי 23 יאר. * 9טן פעברואר – [[שפאניע|שפאנישע]] זעלנער אונטער דער פירערשאפט פון דאן [[גבריאל דע ראחאס אי פיגערא]] פארכאפן די פעסטונג ראשער, א באזע פון [[ים-רויבעריי|ים רויבער]] אויפן [[קאראאיבישע אינזלען|קאראיבישן]] אינזל [[טארטוגא]]. * 10טן פעברואר – דער [[קאמף פון טוליך]] קומט פאר אין דער סקאטישער שטאט [[אבערדינשייר]] בעת דער אויפשטאנד פון גלענקעירנס, א רעוואלט פון סקאטישע קעניגליכע שטיצער קעגן דעם ענגלישן, סקאטישן און אירישן קאמאנוועלט, אונטער דער פירערשאפט פון [[אליווער קראמוועל|אָליווער קראָמוועל]]. דער קאמף ענדיגט זיך אן א קלארן געווינער. * 13טן מערץ – דער [[אפמאך פון פערעיאסלאוו]] ווערט פארענדיקט אין דער שטאט [[פערעיאסלאוו]], ביי א זיצונג צווישן די [[קאזאקן]] פון דער זאפאראזשער ארמיי און דעם רוסישן צאר [[אלעכסיי דעם ערשטן פון רוסלאנד|אלעכסיי דעם ערשטן]]. דער אפמאך קומט נאך דעם ענדע פונעם [[כמעלניצקי אויפשטאנד]] אין [[אוקראינע]], וואס האט אנגעהויבן אין [[1648]] און געברענגט דעם טויט פון פילע טויזנטער אידן. === אפריל–יוני === [[טעקע:Magedurger Halbkugeln Luftpumpe Deutsches Museum.jpg|קליין|200x200פיקס|די אריגינעלע מאגדעבורגער האלבע באל און געריקעס וואקיום פאמפ אינעם דייטשן מוזיאום אין מינכן, דייטשלאנד.]] * 5טן אפריל – דער וועסטמינסטער אפמאך, וואס ענדיגט די ערשטע ענגליש-האלענדישע מלחמה, ווערט אונטערגעשריבן. * 11טן אפריל – ענגלאנד און שוועדן שרייבן אונטער א האנדלס אפמאך. * 12טן אפריל – [[אליווער קראמוועל|אָליווער קראָמוועל]] שאפט א פאראייניגונג צווישן [[ענגלאנד]] און [[סקאטלאנד]], וואס ערמעגליכט סקאטלאנד צו האבן פארטרעטער אין דעם ענגלישן פארלאמענט. * 5טן מאי – דער רחמנות געזעץ פון קראָמוועל, באקאנט אפיציעל ווי דער געזעץ פון פארגעבונג און רחמנות פאר דעם סקאטישן פאלק, ווערט פראקלאמירט ביים מארק קרייץ אין עדינבורג. * 8טן מאי – דער דייטשער פיזיקער און ערפינדער אטא פאן געריקע דעמאנסטרירט די קראפט פון דער אטמאספערישער דרוק און די ווירקזאמקייט פון זיין [[וואקיום|וועקיום פאמפ]], דורך די מאגדעבורגער האלבע באל (Magdeburg hemispheres), פאר דעם [[הייליגע רוימישע אימפעריע|הייליגן רוימישן קייסער]] [[פערדינאנד דעם דריטן]] און דער קייסערלעכער פארזאמלונג אין [[רעגענסבורג]]. * 3טן יוני – דער פראנצויזישער קעניג [[לואי דער פערצנטער]] ווערט געקרוינט אין ריימס. * 16טן יוני (6טן יוני לויטן אלטן קאלענדאר) – [[קארל דער צענטער גוסטאוו]] קומט ארויף אויפן [[שוועדן|שוועדישן]] טראן נאך זיין קוזינע קריסטינא . קריסטינא דאנקט אפ דעם קעניגליכן אמט דעם זעלבן טאג און ווערט דערנאך אין געהיים, [[קאטויליש]], נאכדעם וואס זי איז געווען די הערשנדע קעניגין פון א [[פראטעסטאנטיזם|פראטעסטאנטישן]] לאנד. === יולי–סעפטעמבער === * 5טן יולי – די [[רוסישע ארמיי]] לאגערט פאר דער שטאט [[סמאלענסק]], און עס הייבט זיך אן די דרייצן יעריגע מלחמה צווישן [[רוסלאנד]] און [[פוילן]] איבער [[אוקראינע]]. * 10טן יולי ** פעטער וואועל און דזשאן דזשערארד ווערן געהאנגען אין לאנדאן, נאכדעם וואס זיי זענען פארמישט אין א פלאן צו דערמארדן אָליווער קראָמוועל. ** דאן פאַנטאלעאן, דער ברודער פונעם פארטוגעזישן אמבאסאדאר אין ענגלאנד, ווערט דערהאנגען נאכדעם וואס א געשלעג אין מארק אין עקסעטער פירט צו דעם טויט פון אן אומשולדיגן מענטש. * 12טן אויגוסט – דער [[קאמף פון שקלאוו]], איינער פון די ערשטע קאמפן אין דער רוסיש פוילישער מלחמה, קומט פאר אין דער היינטיגער [[בעלארוס|בעלארוסישער]] שטאט [[שקלאוו]] בעת א פולער [[ליקוי חמה]], וואס איז געווען זעבאר איבער מזרח אייראפע. די רוסישע זעלנער ציען זוך צוריק. * 18טן אויגוסט – אָליווער קראָמוועל הייבט אן דעם פלאן צו אטאקירן די [[שפאנישע קאלאניעס]] אין דער [[נייע וועלט|נייער וועלט]]. ער באשטימט דעם אדמיראל וויליאם פען צו צוגרייטן א פליט, וואס זאל ארויספארן אום [[ניטל]], צו באקעמפן די שפאנישע האנדלס אינטערעסן אין [[קאראאיבן|קאראיבישן]] ראיאן. דערמיט הייבט זיך אן די [[ענגליש שפאנישע מלחמה]], וואס וועט זיך ענדיגן נאך דער צוריקקער פון דער ענגלישער קעניגלעכער הערשאפט אין 1660. די פליט פארלאזט [[פארטסמוט]] אין די לעצטע טעג פון דעצעמבער. * 22סטן אויגוסט – אידישע פליטים קומען אן קיין [[ניו אמסטערדאם]]: 23 ספרדישע אידן קומען אן פון [[בראזיל]] און באזעצן זיך אין ניו אמסטערדאם (היינט [[ניו יארק]]). זיי לייגן דעם יסוד פאר דער אידישער קהילה אין דער שטאט [[ניו יארק]], וואס וועט ווערן די צווייט גרעסטע שטאטישע אידישע קהילה אין דער היסטאריע, און אויך פאר [[קהל שארית ישראל|קהילת שארית ישראל]], דער ערשטער בית המדרש אין [[צפון אמעריקע]]. * 25סטן אויגוסט – די רוסן באזיגן די פוילישע ארמיי אינעם קאמף פון שעפעלעוויטש. * 3טן סעפטעמבער – דער ערשטער פראטעקטאראט פארלאמענט קומט צוזאמען אין ענגלאנד. * 12טן סעפטעמבער – אָליווער קראָמוועל באפעלט ארויסצושיקן 120 פארלאמענט מיטגלידער, וועלכע שטעלן זיך קעגן אים. * 23סטן סעפטעמבער – סמאלענסק פאלט אריין אין די הענט פון דער רוסישער ארמיי, נאך א באלאגערונג פון כמעט דריי חדשים. === אקטאבער–דעצעמבער === * 12טן אקטאבער – די דעלפט אויפרייסונג אין דעם ארסענאל פארניכטעט גרויסע טיילן פון דער האלאנדישער שטאט [[דעלפט]] און ברענגט אומקום פאר מער ווי 100 מענטשן. * 31סטן אקטאבער – פערדינאנד מאריא ווערט געקרוינט אלס קייסער פירשט פון באוואריע. זיין הערשאפט שטייגער ווערט א מוסטער פאר אנדערע דייטשע שטאטן. * 11טן דעצעמבער – סיר וויליאם פעטי באקומט דעם קאנטראקט פון דער ענגלישער רעפובליק צו דורכפירן א לאנד מעסטונג אין [[אירלאנד]]. * 14טן דעצעמבער – דזשעראנימא דע אטאידע, גראף פון אטוגיא, ווערט דער נייער גענעראל גאווערנאר פון בראזיל, אלס נאכפאלגער פון זשואאו ראדריגעס דע וואסקאנסעלאש אי סוזא. * 25סטן דעצעמבער – א פליט פון דער ענגלישער ים פלאט, וואס באשטייט פון 17 קריגסשיפן און 20 טראנספארט שיפן, מיט 325 קאנאנען, 1,145 מאטראזן און 1,830 זעלנער, פארלאזט פארטסמוט אונטער דער פירערשאפט פון אדמיראל וויליאם פען. דער ציל איז אויסצופירן דעם פלאן פון אָליווער קראָמוועל צו איבערראשן און אטאקירן די שפאנישע קאלאניעס אין דער נייער וועלט. == געבוירן == * 20סטן יאנואר – מיכיל דע סוואן, פלאמישער דיכטער (געשטארבן 1707). * 22סטן יאנואר – ריטשארד בלעקמאר, ענגלישער דאקטאר און שרייבער (געשטארבן 1729). * 3טן פעברואר – פיעטראָ אנטאניא פיאקא, איטאליענישער קאמפאזיטאר (געשטארבן 1714). * 12טן פעברואר – דורוטיע מאריא פון זאקסן גאטא אלטענבורג, דייטשע פרינצעסין (געשטארבן 1682). * 15טן פעברואר – צארעוויטש אלכסי אלכסייוויטש פון רוסלאנד, זון און יורש פון צאר אלעכסיי פון רוסלאנד (געשטארבן 1670). * 22סטן פעברואר – עליזאבעט מאנק, הערצאגין פון אלבערמארל (געשטארבן 1734). * 6טן מערץ – אנדרעאס אקאלוטוס, דייטשער געלערנטער (געשטארבן 1704). * 9טן מערץ – ראבערט ליק, דער דריטער גראף פון סקארסדעיל, ענגלישער אריסטאקראט און פאליטיקער (געשטארבן 1707). * 10טן מערץ – דזשיוזעפע בארטאלאמעא קיארי, איטאליענישער מאלער (געשטארבן 1727). * 12טן מערץ – טשארלס עגערטן, ענגלישער פאליטיקער (געשטארבן 1717). * 12טן מערץ – דזשוזעפע פאסערי, איטאליענישער מאלער (געשטארבן 1714). * 12טן מערץ – יאן האכסאט, האלאנדישער מאלער (געשטארבן 1730). * 12טן מערץ – פרידריך אויגוסט, הערצאג פון ווירטעמבערג ניינשטאט (געשטארבן 1716). * 16טן מערץ – אנדרעאס אקאלוטוס, דייטשער מזרח שטודיעס פארשער (געשטארבן 1704). * 28סטן מערץ – סאפיע אמאליע מאט, די ליבע פון דעם דענישן קעניג [[קריסטיאן דעם פינפטן]] (געשטארבן 1719). * 28סטן מערץ – זשואן דע קאבאנאס, שרייבער אין דער אקסיטאנישער שפראך (געשטארבן 1711). * 20סטן אפריל – דזשאן בעקוועל, ענגלישער פאליטיקער (געשטארבן 1708). * 27סטן אפריל – טשארלס בלאונט, ענגלישער דעיסט און פילאזאף (געשטארבן 1693). * 30סטן אפריל – ראבערט דיגבי, דער דריטער באראן דיגבי, ענגלישער אריסטאקראט און פארלאמענט מיטגליד (געשטארבן 1677). [[טעקע:Portrait of the Kangxi Emperor in Court Dress.jpg|קליין|200x200פיקס|קאנגשי עמפערער]] * 4טן מאי – [[קאנגשי עמפערער]] פון דער [[טשינג דינאסטיע]] אין [[כינע]] (געשטארבן 1722). * 13טן מאי – טאמעס לענארד, ערשטער גראף פון סאסעקס, ענגלישער קריקעט שפילער (געשטארבן 1715). * 23סטן מאי – ניקאדעמוס טעסין דער יונגער, שוועדישער ארכיטעקט (געשטארבן 1728). * 28סטן מאי – טאמעס הענקאק, אירישער פאליטיקער (געשטארבן 1726). * 23סטן יוני – גרעגארץ אנטאני אאגינסקי, פויליש ליטווישער אדעל (געשטארבן 1709). * 23סטן יוני – ריטשארד אנסלאו, ערשטער באראן אנסלאו, ענגלישער פאליטיקער (געשטארבן 1717). * 23סטן יוני – סאפיע פון זאקסן ווייסנפעלס, פרינצעסין פון אנהאלט צערבסט (געשטארבן 1724). * 24סטן יוני – טאמעס פולער, בריטישער דאקטאר און שרייבער (געשטארבן 1734). * 30סטן יוני – טאמעס רייס, [[מאסאטשוסעטס]] געזעצגעבער (געשטארבן 1747). * 1טן יולי – לואי זשאזעף, הערצאג פון וואנדאם, פראנצויזישער גענעראל (געשטארבן 1712). * 7טן יולי – אאיאמא טאדאשיגע, יאפאנישער דאימיא (געשטארבן 1722). * 9טן יולי – דער יאפאנישער עמפערער רעיגען (געשטארבן 1732). * 24סטן יולי – הענרי הערבערט, ערשטער באראן הערבערט פון טשירבורי, ענגלישער פאליטיקער (געשטארבן 1709). * 3טן אויגוסט – טשארלס דער ערשטער, לאנדגראף פון העסן קאסעל (געשטארבן 1730). * 4טן אויגוסט – טאמעס בראָדריק, אירישער פאליטיקער (געשטארבן 1730). [[טעקע:Bernard Nieuwentijt - niederländischer Philosoph und Mathematiker.jpg|קליין|200x200פיקס|בערנארד ניעווענטייט]] * 10טן אויגוסט – בערנארד ניעווענטייט, האלאנדישער מאטעמאטיקער און פילאזאף (געשטארבן 1718). * 23סטן אויגוסט – אנטאני מאריס, אמעריקאנער פאליטיקער (געשטארבן 1721). * 11טן סעפטעמבער – וויליאם העדנקאק, אירישער פאליטיקער (געשטארבן 1701). * 6טן אקטאבער – יאהאן פערינגסקיאָלד, שוועדישער היסטאריקער און אנטיק פארשער (געשטארבן 1720). * 18טן אקטאבער – דזשאן פרידריך, מארקגראף פון בראַנדענבורג אנסבאך (געשטארבן 1686). * 23סטן אקטאבער – יאהאן בערנהארד שטאודט, עסטרייכישער קאמפאזיטאר (געשטארבן 1712). * 26סטן אקטאבער – דזשיאוואני מאריא לאנסיסי, איטאליענישער דאקטאר (געשטארבן 1720). * 5טן נאוועמבער – קריסטיאן ליבע, דייטשער קאמפאזיטאר (געשטארבן 1708). * 7טן נאוועמבער – סיר דזשאן דעלאוואל, דער דריטער באראנעט, ענגלישער פאליטיקער (געשטארבן 1729). * 9טן נאוועמבער – קריסטאף ווייגעל דער עלטערער, דייטשער גראווירער (געשטארבן 1725). * 23סטן נאוועמבער – דזשארזש וואטסאן, סקאטישער עקאונטענט און גרינדער פון דזשארזש וואטסאן קאלעדזש אין עדינבורג (געשטארבן 1723). * 23סטן נאוועמבער – יאן וואן קעסעל דער יונגער, פלאמישער מאלער אין שפאניע (געשטארבן 1708). * 27סטן נאוועמבער – פרידריך פון קאניץ, דייטשער דיכטער און דיפלאמאט (געשטארבן 1699). * 10טן דעצעמבער – דזשיאוואני דזשיאזעפא דאל סאלע, איטאליענישער מאלער (געשטארבן 1719). * 13טן דעצעמבער – ראבערט ליווינגסטאן דער עלטערער, קאלאניאלער באאמטער אין ניו יארק (געשטארבן 1728). * 15טן דעצעמבער – יאהאן טעאדאר יאבלאנסקי, דייטשער ווערטערבוך מחבר (געשטארבן 1731). * [[27סטן דעצעמבער]] - [[יאקאב בערנולי]], [[שווייץ|שווייצער]] [[מאטעמאטיק]]ער (געשטארבן 1705) * 30סטן דעצעמבער – ארכידוכסין מאריא אנא יאזעפא פון עסטרייך, די יונגסטע טאכטער פון פערדינאנד דעם דריטן וואס האט איבערגעלעבט די קינדהייט (געשטארבן 1689). == געשטארבן == * 10טן יאנואר – ניקאלעס קולפעפער, ענגלישער באטאניקער (געבוירן 1616). * 17טן יאנואר – פאולוס פאטער, האלאנדישער מאלער (געבוירן 1625). * 6טן פעברואר – פראנצעסקא מאקי, איטאליענישער סקולפטאר פון דער פרי באראק תקופה (געבוירן 1580). * 8טן פעברואר – לוקא פערארי, איטאליענישער מאלער (געבוירן 1605). * 18טן פעברואר – זשאן לואי געז דע באלזאק, פראנצויזישער שרייבער (געבוירן 1594). * 7טן מערץ – ערנסט גאטליב, פירשט פון אנהאלט פלאצקאו (געבוירן 1620). * 14טן מערץ – יאן וואן באלען, פלאמישער מאלער (געבוירן 1611). * 19טן מערץ – מאצודאיירא נארינאגא, יאפאנישער דאימיא (געבוירן 1600). * 22סטן מערץ – טעאדאר דע מאירען, שווייצערישער דאקטאר (געבוירן 1573). * 24סטן מערץ – שמואל שיידט, דייטשער קאמפאזיטאר (געבוירן 1587). * 30סטן מערץ – אלעקסאנדער לודוויק ראדזיוויל, פוילישער אדעל (געבוירן 1594). * 18טן מאי – מוכאמאד קאדירי, פענזשאבישער גרינדער פון דער נאושאהיע צווייג פון דער קאדירישער סופישער ארדענונג (געבוירן 1552). * 21סטן מאי – עליזאבעט פול, ענגלישע זעצערין אין דער [[פלימאוט קאלאניע]] (געבוירן 1588). * 31סטן מאי – היפאליטוס גוארינאניוס, איטאליענישער דאקטאר און אלגעמיינער געלערנטער (געבוירן 1571). * 10טן יוני – אלעקסאנדראָ אלגארדי, איטאליענישער סקולפטאר און ארכיטעקט (געבוירן 1598). * 14טן יוני – דניאל עסטערהאזי, אונגארישער אדעל (געבוירן 1585). * 9טן יולי – [[פערדינאנד דער פערטער]], קעניג פון די רוימער (געבוירן 1633). * 23סטן יולי – אוראציא גראסי, איטאליענישער גלח, ארכיטעקט און וויסנשאפטלער (געבוירן 1583). * 12טן אויגוסט – קארנעליוס האגא, האלאנדישער דיפלאמאט (געבוירן 1578). * 19טן אויגוסט – [[יום-טוב ליפמאן העלער|יום טוב ליפמאן העלער]], [[בעהמען|באָהעמישער]] רב און פייטן פון פיוטים (תוספות יום טוב) (געבוירן 1579). * 28סטן אויגוסט – אקסעל אקסענשטיערנא, שוועדישער קאנצלער זינט 1612 (געבוירן 1583). * 29סטן אויגוסט – וואוטער וואן טווילער, גענעראל גאווערנאר פון ניו נידערלאנד פון 1633 ביז 1638 (געבוירן 1606). * 31סטן אויגוסט – אולע ווארם, דענישער דאקטאר און אנטיק פארשער (געבוירן 1588). * 6טן סעפטעמבער – קריסטיאן דער ערשטער, גראף פון פאלץ בירקענפעלד בישוויילער (געבוירן 1598). * 27סטן סעפטעמבער – לואי, הערצאג פון זשויעז, אינגערער זון פון טשארלס (געבוירן 1622). * 29סטן סעפטעמבער – דזשארזש דזשאן דער צווייטער, גראף פון פאלץ ליצלשטיין גוטענבערג (געבוירן 1586). * 12טן אקטאבער – קארעל פאבריציוס, האלאנדישער מאלער (געבוירן 1622). * 16טן אקטאבער – הערקול, הערצאג פון מאנטבאַזאן (געבוירן 1568). * 20סטן אקטאבער – סיר טאמעס דזשערוואיז, ענגלישער פאליטיקער (געבוירן 1587). * [[טעקע:Emperor Go-Kōmyō.jpg|קליין|214x214פיקס|עמפערער גא קאמיא]]30סטן אקטאבער – דער יאפאנישער עמפערער גא קאמיא (געבוירן 1633). * 26סטן נאוועמבער – דזשיאמבאטיסטא אלטיערי, איטאליענישער קאטוילישער קארדינאל (געבוירן 1589). * 27סטן נאוועמבער – פיעטער מיילענער, פלעמישער באראק מאלער (געבוירן 1602). * 30סטן נאוועמבער ** דזשאן סעלדען, ענגלישער יוריסט (געבוירן 1584). ** וויליאם האבינגטאן, ענגלישער דיכטער (געבוירן 1605). * 1טן דעצעמבער – יאקאָוו מיקאליא, איטאליענישער שפראך פארשער און ווערטערבוך שרייבער (געבוירן 1601). * 4טן דעצעמבער – סיר קריסטאפער יעלווערטאן, ערשטער באראנעט, ענגלישער פאליטיקער (געבוירן 1602). * 5טן דעצעמבער – זשאן פראנסוא סאראזאן, פראנצויזישער שרייבער (געבוירן ארום 1611). * אומבאקאנטער דאטום – עליזאבעט ישאם, ענגלישע טאגבוך שרייבערין (געבוירן 1609). {{ציוויל יאר פיסל|1654}} mhc1bh4dixjb4gz3h4134azur1x7wd1 1596 0 41425 602854 485432 2026-10-12T17:40:01Z וויליאמסבורגער 62228 602854 wikitext text/x-wiki {{יאר אין אנדערע קאלענדארן}} {{ציוויל יאר באשרייבונג|{{בלאטנאמען}}}} == געשעענישן == === יאנואר–יוני === * '''6 יאנואר''' – פרענסיס דרייק׳ס אטאקע אויף [[פאנאמא]]: [[סיר פרענסיס דרייק]], גענעראל [[טאמעס באסקערוויל]] און אן ענגלישע מיליטערישע קראפט פון 15 שיפן קומען אן אינעם [[אטלאנטישער אקעאן|אטלאנטישן אקעאן]] פארט פון [[נאמברע דע דיאס]], מיט'ן ציל איינצונעמען דעם [[פאנאמא איסטמוס]] * '''20 יאנואר''' – וויבאלד פרענסיס דרייק קען נישט באקומען קיין אויסלייז געלט פאר דער שטאט נאמברע דע דיאס, באפעלט ער אז די שטאט און אלע שפאנישע שיפן אינעם פארט זאלן פארברענט ווערן. אין דער זעלבער צייט פירט גענעראל באסקערוויל 750 מאן אויף א מיסיע צו פארטרייבן די שפאנישע מיליטערישע גרופעס פונעם איסטמוס * '''27 יאנואר''' – ווען א [[דיזענטעריע]] עפידעמיע הייבט אן זיך פארשפרייטן צווישן די ענגלישע מיליטערישע כוחות פון דרייק און באסקערוויל, באפעלט דרייק די איבערלעבער זיך צוריקצוציען צו די ענגלישע שיפן, וועלכע זענען געווען געאנקערט נעבן דעם אינזל [[עסקודא דע וועראגואס]]. צוויי טעג שפעטער שטארבט דרייק פון דער קראנקהייט אויף זיין הויפט שיף, ''Defiance'' * '''11 פעברואר''' – [[אלבערט פון עסטרייך]] קומט אן אין [[בריסל]] צו נעמען אויף זיך זיין אמט אלס גענעראל-גובערנאטאר פון די [[האפסבורגער האלאנדן]]. * '''11 מערץ''' – דער [[קאמף פון פינאס]] קומט פאר צווישן דער ענגלישער פלאטע, מיט 14 מלחמה שיפן, און דער שפאנישער פלאטע, מיט 13 גאליאנען, נעבן דעם [[קובא|קובאנישן]] אינזל [[איסלא דע פינאס]]. 325 ענגלישע מאן ווערן אומגעברענגט אדער געפאנגען, בשעת די שפאנישע ברענגען באסקערוויל׳ס שיפן זיך צו צוריקציען, און ליידן 80 טויטע אדער פארוואונדעטע * '''15 מערץ''' – בעת דער שפאנישער קאמפאניע אין [[בריטאני]] אינעם [[ענגליש-שפאנישער קריג]], קומט אן א שפאנישע שיף מיט 25 זעלנער אין [[קאוסאנד ביי]] אין [[קארנוואל]] און אינוואדירט ענגלאנד. נאכ'ן אנצינדן א פייער ציען זיך די שפאנישע צוריק * '''9 אפריל''' – דער באלאגערונג פון קאלע: די [[פלאנדערן ארמיי]] נעמט איין [[קאלע]]. * '''10 יוני''' – ווילעם בארענטס און [[יעקאב וואן העמסקערק]] אנטדעקן דעם [[בער אינזל]]. * '''17 יוני''' – ווילעם בארענטס אנטדעקט [[שפיצבערגן]]. * '''24 יוני''' – [[קארנעליס דע האוטמאן]] קומט אן אין [[באַנטען]], און ווערט דער ערשטער האלענדישער מאטראז וואס דערגרייכט [[אינדאנעזיע]]. === יולי–סעפטעמבער === * '''5 יולי''' – דער [[אייננעמונג פון קאדיס]]: אן ענגלישע פלאטע, אנגעפירט דורך [[ראבערט דעווערעוקס]], דעם צווייטן ערל פון עסעקס, און [[האוורד פון עפינגהאם]], בארויבט און פארניכטעט א גרויסן טייל פון [[קאדיס]]. * '''18 יולי''' – מלכה [[עליזאבעט דער ערשטער פון ענגלאנד]] גיט ארויס אן אפענע באפעל צו דער לאנדאנער שטאטישער הנהגה און אנדערע פובליק באאמטע, צו פארטרייבן אפריקאנער פון דעם קעניגרייך. די באפעל דערמאנט א בקשה פון קאספער וואן סענדען, וועלכער האט געבעטן דערלויבעניש צו נעמען אפריקאנער אין ענגלאנד און זיי טראנספארטירן קיין [[שפאניע]] און [[פארטוגאל]]. די מלכה האלט אז זייער פארטרייבונג איז א פאסיגער אויסטויש, וויבאלד אין לאנד זענען דא גענוג אנדערע מענטשן. * '''18 אויגוסט''' – דער באלעגערונג פון דער האלענדישער שטאט [[הולסט]] ענדיגט זיך נאך א חודש, ווען שפאנישע כוחות אונטער דער פירערשאפט פון [[אלבערט פון עסטרייך]], א זון פונעם פארשטארבענעם קייסער [[מקסימיליאן דער צווייטער]], צווינגען די שטאט זיך אונטערצוגעבן. * '''29 אויגוסט''' – [[קריסטיאן דער פערטער]] ווערט געקרוינט אלס קעניג פון [[דענמארק]] און [[נארוועגיע]] אין דער [[Vor Frue Kirke]] קאטעדראל אין [[קאופענהאגן]]. דער בישאף פון זילאנד, פעדער ווירסטראפ, לייגט דעם קרוין אויפ'ן קעניג׳ס קאפ. קריסטיאן איז געווארן קעניג אין 1588, ווען ער איז געווען בלויז 11 יאר אלט. * '''20 סעפטעמבער''' – [[דיעגא דע מאנטעמאיור]] גרינדעט די שטאט [[מאנטערעי]], [[מעקסיקע]]. == אקטאבער–דעצעמבער == * '''18 אקטאבער''' – די צווייטע [[שפאנישע ארמאנדע]], א פלאטע וואס שפאניע האט געשיקט אטאקירן ענגלאנד אלס נקמה פאר דער אטאקע אויף קאדיס, ווערט פארניכטעט דורך שטורעמס נעבן [[קאפע פיניסטערע]]. כמעט 5,000 מענטשן און 44 שיפן גייען פארלוירן, אריינגערעכנט פינף גאליאנען. * '''19 אקטאבער''' – דער שפאנישער גאליאן ''San Felipe'' זינקט ביים ברעג פון [[יאפאן]]. * '''26 אקטאבער''' – דער [[קאמף פון קערעסטעס]]: די טערקן פון דער [[אטאמאנישער אימפעריע]] באזיגן א פאראייניגטע [[האפסבורגער הויז|האפסבורגער]]–[[טראנסילוואניע|טראנסילוואנישע]] ארמיי, נאך צוויי טעג פון קאמפן. * '''26 אקטאבער''' – '''25 נאוועמבער''' – דער [[קלאב-קריג]] הייבט זיך אן אין [[פינלאנד]], וועלכע איז דעמאלט געווען א טייל פון [[שוועדן]], ווען ארעמע פויערים שטעלן זיך אויף קעגן די מיליטערישע כוחות, אדלשטענדלייט און רייטער וואס האבן זיי באשטייערט * '''5 דעצעמבער''' – [[דאמאט איבראהים פאשע]] ווערט צום צווייטן מאל אין ווייניגער ווי א יאר באשטימט אלס [[גרויסער וויזיר]] פון דער אטאמאנישער אימפעריע דורך סולטאן [[מעכמעט דער דריטער]]. ער ערזעצט [[ציגאלאזאדע יוסוף סינאן פאשע]], וועלכער האט איבערגענומען דעם אמט דעם 27סטן אקטאבער. * '''31 דעצעמבער''' – דער פראנצויזישער קעניג [[היינריך דער פערטער]] דערקלערט אז [[נאווארע]] וועט אויף אייביג בלייבן אפגעטיילט פון [[פראנקרייך]]. === אומבאקאנטער דאטום === * קעניג [[זיגיסמונד דער דריטער וואזא]] פירט אריבער די הויפטשטאט פון [[פוילן]] פון [[קראקע]] קיין [[ווארשע]]. * [[סידני סאסעקס קאלעדזש]], אין [[קיימברידזש]], ווערט געגרינדעט. * דער [[שווארצע מגיפה]] דערגרייכט טיילן פון [[אייראפע]]. * דער [[סערבישער אויפשטאנד פון 1596–1597]] הייבט זיך אן. == געבוירן == יאנואר–יוני [[טעקע:Terborch Goyenuv portret.jpg|קליין|200x200פיקס|[[יאן וואן גויאן]]]] * '''13 יאנואר''' – [[יאן וואן גויאן]], האלענדישער מאלער (געשטארבן 1656). * '''2 פעברואר''' – [[יעקאב וואן קאמפען]], האלענדישער קינסטלער און ארכיטעקט פון דער גאלדענער עפאכע (געשטארבן 1657). * '''3 פעברואר''' – בראס גארסיא דע מאסקארעניאש, זעלנער, דיכטער און שרייבער (געשטארבן 1656). * '''8 פעברואר''' – לואי זשירי, פראנצויזישער אדוואקאט און קלאסישער געלערנטער (געשטארבן 1665). * '''27 פעברואר''' – יוהאן שטיערנהאק, שוועדישער אדוואקאט (געשטארבן 1675). * '''1 מערץ''' – פרידריך, הערצאג פון זאקסן-וויימאר, דייטשער פרינץ און קאלאנעל (געשטארבן 1622) * '''10 מערץ''' – פרינצעסין מאריא עליזאבעט פון שוועדן (געשטארבן 1618). * '''11 מערץ''' – יצחק עלזעוויר, האלענדישער דרוקער און פארלעגער (געשטארבן 1651). * '''16 מערץ''' – עבבא בראַהע, שוועדישע גראפין (געשטארבן 1674). * '''24 מערץ''' – עליזאבעט פון העסען-קאסעל, הערצאגין פון מעקלענבורג-גיסטרוי (געשטארבן 1625). * '''26 מערץ''' – קאטערין הענריעט דע בורבאן, פראנצויזישע אדלשטענדישע (געשטארבן 1663). * [[31סטן מערץ|'''31 מערץ''']] - [[רענע דעקארט]], [[פראנקרייך|פראנצויזישער]] [[מאטעמאטיק]]ער און [[פילאסאף]] (געש' [[1650]]) * '''8 אפריל''' – [[חואן וואן דער האמען]], שפאנישער קינסטלער (געשטארבן 1631). * '''9 מאי''' – אברהם וואן דיפענבעק, האלענדישער מאלער (געשטארבן 1675). * '''21 מאי''' – יוחאן לואי דער צווייטער, גראף פון נאסוי-וויזבאדן-אידשטיין (געשטארבן 1605). * '''5 יוני''' – פעטער וטוואל, האלענדישער מאלער (געשטארבן 1660). * '''6 יוני''' – מישעל פארטיצעלי ד׳עמערי, פראנצויזישער פאליטיקער (געשטארבן 1650). * '''23 יוני''' – יוהאן באנער, שוועדישער פעלדמארשאל אין דער [[דרייסיג-יעריגער מלחמה]] (געשטארבן 1641). * '''27 יוני''' – מאקסימיליאן, פרינץ פון דיטריכשטיין, דייטשער פרינץ (געשטארבן 1655). * '''29 יוני''' – עמפעראר [[גא-מיזונואו]], קייסער פון יאפאן (געשטארבן 1680). [[טעקע:Emperor Go-Mizunoo3.jpg|קליין|200x200פיקס|עמפארער [[גא-מיזונואו]]]] === יולי–דעצעמבער === * '''1 יולי''' – בערטוטשיא וואליערא, דודשע פון [[ווענעציע]] (געשטארבן 1658). * '''12 יולי''' – [[מיכאל דער ערשטער פון רוסלאנד]], רוסישער צאר (געשטארבן 1645) * '''10 אויגוסט''' – לארענץ אייכשטאט, דייטשער מאטעמאטיקער און אסטראנאם (געשטארבן 1660). * '''26 אויגוסט''' – [[פרידריך דער פינפטער פון דער פאלאטינאט]], (געשטארבן 1632). * '''19 אויגוסט''' – [[עליזאבעט סטוארט]], שפעטער מלכה פון [[באהעמיע]] (געשטארבן 1662) * '''4 סעפטעמבער''' – [[קאנטסטאנטיין הויגענס]], האלענדישער דיכטער און קאמפאזיטאר פון דער גאלדענער עפאכע (געשטארבן 1687) * '''7 סעפטעמבער''' – יוהאן קאזימיר, פרינץ פון אנהאלט-דעסוי (געשטארבן 1660). * '''11 סעפטעמבער''' – פרענסיס איטאן, פאסאזשיר אויפ'ן ''Mayflower'' און קאלאניסט אין דער נייער וועלט (געשטארבן 1633). * '''23 סעפטעמבער''' – יואן בלאו, האלענדישער מאפע-צייכנער (געשטארבן 1673). * '''1 אקטאבער''' – טשעזארע דאנדיני, איטאליענישער מאלער (געשטארבן 1657). * '''5 אקטאבער''' – פעטער וואן מירעוועלט, האלענדישער מאלער (געשטארבן 1623). * '''18 אקטאבער''' – עדווארד ווינסלאו, אמעריקאנער פיאניר און פירער פון די פילגרימען (געשטארבן 1655). * '''23 אקטאבער''' – דניאל היי דו שאסטעלע דע שאמבון, פראנצויזישער מאטעמאטיקער (געשטארבן 1671). * '''26 אקטאבער''' – ראבערט קאע, אמעריקאנער קאלאניסט (געשטארבן 1689). * '''1 נאוועמבער''' – אלבערט, גראף פון נאסוי-דילענבורג, מיט-הערשער פון נאסוי-דילענבורג צווישן 1623 און 1626 (געשטארבן 1626). * '''1 נאוועמבער''' – [[פיעטראָ דא קארטאנא]], איטאליענישער מאלער (געשטארבן 1669). * '''5 נאוועמבער''' – קארל דער צווייטער, הערצאג פון עלבעוף, פראנצויזישער אדעל(געשטארבן 1657). * '''13 דעצעמבער''' – אנטואן לואי דע מענעז, ערשטער מארקיז פון מאריאלווא, פארטוגעזישער גענעראל(געשטארבן 1675). * '''21 דעצעמבער''' – טאמאס פרענסיס, פרינץ פון קאריניאנא (געשטארבן 1656). * '''24 דעצעמבער''' – לעאנערט בראַמער, האלענדישער מאלער (געשטארבן 1674). === אומבאקאנטער דאטום === * פראַנסעסקא בואונאמיצי, איטאליענישער ארכיטעקט, מאלער און שניצער (געשטארבן 1677) * פראנץ פון האצפעלד, פרינץ-בישאף פון [[ווירצבורג]] (געשטארבן 1642). * געארג דזשענאטש, שווייצער פאליטישער פירער (געשטארבן 1639). * האריא טאדהארו, יאפאנישער מלחמה-הער (געשטארבן 1633). == געשטארבן == * '''[[28סטן יאנואר|28 יאנואר]]''' – [[סיר פרענסיס דרייק]], ענגלישער אויספארשער, ים-קאפיטאן, פריוואטירער, נאוויגאטאר, שקלאַף-הענדלער, ים-רויבער און פאליטיקער (געבוירן ארום 1540) * '''7 פעברואר''' – [[געארג דער ערשטער, לאנדגראף פון העסן-דארמשטאט]], (געבוירן 1547). * '''17 פעברואר''' – פרידריך זילבורג, דייטשער קלאסישער געלערנטער (געבוירן 1536). * '''19 פעברואר''' – בלייז דע וויגענער, פראנצויזישער קאמוניקאציע-קאָדן עקספערט, דיפלאמאט, וויסנשאפטלער און שרייבער (געבוירן 1523). * '''23 מערץ''' – הענרי אנטאן, ענגלישער דיפלאמאט (געבוירן 1557). * '''27 מערץ''' – פרידריך דער פערטער פון ליגניץ, דייטשער אדעל (געבוירן 1552). * '''4 אפריל''' – פיליפ דער צווייטער, הערצאג פון בראונשווייג-גרובענהאגן (געבוירן 1533). * '''6 אפריל''' – יורגן אטעסען ראזענקראנץ, דענישער אדעל און מלוכה-מאן. * '''5 מאי''' – קאטערין דע מאנפענסיער, פראנצויזישע הערצאגין וואס האט זיך אקטיוו באטייליגט אין פאליטיק (געבוירן 1552). * '''6 מאי''' – זשיאש דע ווערט, פלאמישער קאמפאזיטאר (געבוירן 1535). * '''10 יוני''' – דזשאן לואי דער ערשטער, גראף פון נאסוי-וויזבאדן-אידשטיין (געבוירן 1567). * '''29 יוני''' – עמפארער [[גא-מיזונואו]], דער 108טער קייסער פון יאפאן. * '''10 יולי''' – אלעסאנדרא אלבערטי, איטאליענישער מאלער (געבוירן 1551). * '''23 יולי''' – הענרי קערי, ערשטער באראן האנסדאן (געבוירן 1526). * '''11 אויגוסט''' – האמנעט שייקספיר, זון פון [[וויליאם שייקספיר]] (געבוירן 1585). * '''9 סעפטעמבער''' – [[אננא יאגעלאן]], מלכה פון פוילן (געבוירן 1523). * '''26 אקטאבער''' – איסטוואן עסטערהאזי, אונגארישער אדעל (געבוירן 1572). * '''8 דעצעמבער''' – פראנסיסקא נונעז דע קאראבאַדזשאל, אין פארטוגאל געבוירענע אניס, וועלכע איז פארברענט געווארן אויפ'ן שייטערהויפן. * '''27 דעצעמבער''' – פיעטראָ פאָנטיאָ, איטאליענישער מוזיק-טעארעטיקער און קאמפאזיטאר (געבוירן 1532). {{ציוויל יאר פיסל|{{בלאטנאמען}}}} 378mxwghr711frggd5nqqmjmodkj15l באלש דיארמאט 0 55133 602853 602566 2026-10-12T16:47:20Z וויליאמסבורגער 62228 /* פריע היסטאריע */ 602853 wikitext text/x-wiki {{אינפובאקס שטאט|נאמען=באלש דיארמאט|ארטיגע נאמען=Balassagyarmat|לאנד=אונגארן|קאמפאט / מעדזשע=נאגראד|קאארדינאטן=48.078° N, 19.296° E|אידישע באפעלקערונג_העכסטע=2,245 (אין יאר 1920; ה'תר"פ–ה'תרפ"א)|אידישע באפעלקערונג_1941=1,712 (ה'תש"א–ה'תש"ב)|קהילה_סארט=ארטאדאקסישע היטקעזשעג|הויפט_רב=רבי דוד דייטש הי"ד|קהילה_פרעזידענט=מיכאל לאזאר / אוסקאר ווייס הי"ד|געטא_דאטום=מאי 9, 1944 (ט"ז אייר ה'תש"ד) – יוני 11, 1944 (כ' סיון ה'תש"ד)|דעפארטאציע_דאטום=יוני 11, 1944 (כ' סיון ה'תש"ד) און יוני 13, 1944 (כ"ב סיון ה'תש"ד)}} '''באלש דיארמאט''' (אויף אונגאריש: '''''Balassagyarmat''''', סלאוואקיש: '''Balážske Ďarmoty''', דייטש: '''Jahrmarkt''') ( אין אידישע מקורות: '''יארמאט''' אדער '''באַאַלאַשאַגירמאַט''') איז א היסטארישע שטאט אין נאגראד קאמיטאט (Nógrád), אין צפון אונגארן. {{באצירק}} באלאשדיארמאט איז דער קולטורעלער צענטער פון די פאלאָץ באפעלקערונג אין אונגארן, ווי דער באקאנטער אונגארישער שרייבער, קאלמאן מיקסאט, האט געשריבן. <blockquote>דער אפשטאם פון די פאלאָץ איז מיסטעריעז. זייער באזונדערער דיאלעקט, קולטור, פאלקלאר און טראדיציעס מאכן זיי פאר אן אייגנארטיקע עטנישע גרופע.<ref>{{Citation |title=אַרטשיווע קאָפּיע |url=http://www.ipelrowing.eu/en/municipality/balassagyarmat |access-date=2026-08-19 |archivedate=2026-03-14 |archiveurl=https://web.archive.org/web/20260314235144/http://www.ipelrowing.eu/en/municipality/balassagyarmat |deadurl=yes }}</ref> </blockquote> [[טעקע:Flag of Balassagyarmat (variant).svg|קליין|פאן פון באלאש דיארמאט]] == היסטאריע == ==== פריע היסטאריע ==== צוליב איר צענטראלע לאקאציע איז באלאש דיארמאט שוין באוואוינט געווארן זינט די פריע היסטאריע<ref name=":2">https://mek.oszk.hu/09500/09536/html/index.html</ref> די ערשטע ארכאלאגישע געפינסן גייען צוריק צו די ערשטע צום פערדן יאר הינדערט יארן. ווען די מאגיארישע שבטים זענען אריינגעקומען אין דעם [[קארפאטן לאנד|קארפאטן]] טאל, האט דער גרויסער פירער ארפאד געשיקט זיינע צוויי גענעראלן, זוארד און קאדאשא, איינצונעמען די צפון טיילן פון אונגארן. נאכדעם וואס זיי האבן איינגענומען דעם נאגראד שלאס, האבן זוארד און קאדאשא איבערגענומען די קאנטראל איבער דער געגנט ארום באלאש דיארמאט. דער נאמען פון דער שטאט שטאמט פון דעם נאמען ''גיארמאט'', וואס איז געווען איינער פון די זיבן מאגיארישע שבטים וואס זענען געקומען מיט ארפאד. דער גיארמאט שבט האט זיך באזעצט אין דער געגנט פון היינטיגן באלאש דיארמאט. אין יאר 1241 זענען די [[מאנגאלישער אינוואזיע אין אייראפע|מאנגאלן איבערגעפאלן אונגארן]] און האבן אינגאנצן חרוב געמאכט די שטאט. נאכדעם וואס די מאנגאלן האבן זיך צוריקגעצויגן אין פאלגנדן יאר, זענען איבערן גאנצן לאנד אויפגעשטעלט געווארן שטיינערנע שלאסן לויטן פארלאנג פון קעניג [[בעלא דער פערטער פון אונגארן|בעלא דער פערטער]]. ער האט פאראויסגעזען אז עס קען קומען נאך אן מאנגאלישע אינוואזיע, און האט געהאפט אז מען וועט קענען אפשטעלן די מאנגאלן מיט דער הילף פון די שטיינערנע שלאסן. דער ערשטער [[מיטל אלטער|מיטל־אלטער]] שלאס פון באלאש דיארמאט האט זיך אנטוויקלט פון א [[וואכטורעם]], וואס איז אויפגעשטעלט געווארן נאך דער ערשטער מאנגאלישער אינוואזיע אין אונגארן. אין יענער צייט איז דער ארט נאך גערופן געווארן בלויז '''דיארמאט'''. דער ארט איז געווען קעניגליך פארמעגן, און אין יאר 1244 האט ער געהערט צום [[האנט שלאס|האָנט שלאס]]. די ערשט געשריבענע דערמאנאנג פונעם שטאט איז פון דאן אין יאר 1244. אין יאר 1246 האט קעניג בעלא דער פערטער איבערגעגעבן די דאזיגע פארמעגנס פאר מיקלאש, דעם זון פון דעטרא פון דער קאטשיקישער פאמיליע. דעטרא איז שפעטער געווארן דער גרינדער פון דער [[באלאשא פאמיליע]]. אינעם זעלבן דאקומענט האט דער קעניג באפוילן אויפצושטעלן א שלאס אין דיארמאט, וואס איז פארטיג געווארן ארום יאר 1260. דאן האט דעטרא, דער גרינדער פון דער באלאשא פאמיליע, אויפגעשטעלט דעם ערשטן באפעסטיקטן שטיינערנעם טורעם אין דיארמאט, ביים [[איפאלי טייך|איפּאָלי טייך]]. די אויפבוי ארבעט איז שוין געווען פארטיג ביז יאר 1274, ווייל דער שלאס ווערט דערמאנט אין א דאמאליגן טשארטער. שפעטער איז פעטאר, (אויך באקאנט אלס פוּרא), איינער פון די מיטגלידער פון דער באלאשא פאמיליע, באשולדיגט געווארן אין אומגעטריישאפט, און דעריבער האט קעניג לאדיסלאוס דער פערטער אים אוועקגענומען דעם שלאס. דער נייער אייגנטימער, גראף דעמעטער פון די קאונטיס פאזאני און זאליאם, האט אבער נישט געקענט איבערנעמען דעם פארמעגן, ווייל דער פריערדיגער אייגנטימער האט עס נישט איבערגעגעבן. די דאזיגע אינצידענט ווערט דערמאנט אין א דאקומענט פון יאר 1290, לויט וועלכן דעמעטער האט געדארפט מיט געוואלד אייננעמען דעם וואוינונג־טורעם פון דיארמאט. וויבאלד אבער דעמעטער איז אויך געווען פארבונדן מיט דער באלאשא פאמיליע, איז דער פארמעגן ווייטער געבליבן אין זייערע הענט. אין יאר 1374 האט די באלאשא פאמיליע באקומען א נייעם מתנה בריוו(לאטייניש: ''litterae donationales'') פון קעניג [[לאיאש דער ערשטער פון אונגארן|לאיאש דער גרויסער]], און דערפאר איז די שטאט ווייטער געבליבן פארמעגן פון דער פאמיליע. דער איינציגער טויש איז געווען, אז דער שלאס איז געווען אין די הענט פונעם קעניג, וועלכער האט בדרך כלל באשטימט מיטגלידער פון דער באלאשא פאמיליע אלס שלאס פאַרוואַלטער. די געגענט האט זיך אנטוויקלט צו א [[מארק שטאט]] ארום דעם 15טן יארהונדערט. טראץ דעם וואס זי איז געווען נאענט פארבונדן מיט דעם שלאס, האט דער שלאס אבער נישט געהאט קיין באזונדערע מיליטערישע באדייטונג. באלאש דיארמאט איז אפיציעל געווארן אנערקענט אלס מארק שטאט אין יאר 1437. די מצב האט זיך ראדיקאל געטוישט נאך דער [[קאמף ביי מאהאטש]] אין יאר 1526. די וויכטיגקייט פון די שלעסער אין [[נאגראד קאונטי]], אריינגערעכנט דעם שלאס פון דיארמאט, האט זיך שטארק פארגרעסערט. דער צפון־טייל פון דער באפעסטיקונג איז באשיצט געווארן דורך דעם טייך איפאלי, בשעת די אנדערע טיילן פון דער פארטיידיגונג זענען אין איילעניש באפעסטיקט געווארן, און די שטאט איז ארומגענומען געווארן מיט א הילצערנער פארטיידיגונג־וואנט. די [[אטאמאנישע אימפעריע|אטאמאנישע]] [[טערקיי|טערקן]] האבן אן אויפהער פארברייטערט זייער הערשאפט אין צפון־ריכטונג, און אין יאר 1541 האבן זיי אויך איינגענומען [[בודא]]. אין יאר 1544 האבן 500 סאלדאטן פארטיידיקט דעם שלאס פון דיארמאט אונטער דער קאמאנד פון הארוואט בערטאלאן. דער טערקן האבן אין יאר 1551 איינגענומען דעם נאנטן [[שאנדא שלאס]] און אים חרוב געמאכט. אין יאר 1552 האט קאפיטאן '''הארוואט''' ווען ער האט געהערט אז די טערקן קומען נענטער, איז ער איז אנטלאפן פונעם שלאס, איבערלאזנדיג דעם פלאץ ליידיג. אזוי האט פאשא [[האדים עלי פאשא|האדים עלי]] פון בודא אים געקענט אייננעמען אן קיין קאמף. ער האט גלייך אונטערגעצינדן דעם שלאס און אים חרוב געמאכט. דער שלאס איז צוריק איינגענומען געווארן דורך די קעניגליכע מיליטער בלויז אין יאר 1593, אין דער קאמפאניע פון דעם הויפט־קאפיטאן '''טיפענבאך קריסטאף''' פון [[קאשוי]], וועלכער איז געהאלפן געווארן דורך די מיליטערישע כוחות פון '''פאלפי מיקלאש''' און '''האמאנאי איסטוואן'''. זיי האבן גרינג געקענט אייננעמען דעם קליינעם שלאס, ווייל די טערקישע מיליטער האט אים אונטערגעצינדן און איז אנטלאפן ווען דאס אונגארישער מיליטער האט זיך דערנענטערט.קאלאנעל '''פיליפ מארגענטאלער''' איז באשטימט געווארן אלס קאפיטאן פונעם שלאס, און האט גלייך אנגעהויבן פארריכטן און צוריקשטעלן די געשעדיגטע מויערן. אין יאר 1605 האבן די קייסערליכע וועכטער פון דיארמאט געעפנט די טויערן פונעם שלאס פאר גענעראל '''רהעדי פערענץ''', דער קאמאנדיר פון פרינץ '''באטשקאאי איסטוואן''' פון [[טראנסילוואניע]]. אבער אין יאר 1606 איז דער שלאס צוריקגעגעבן געווארן פאר [[רודאלף דער צווייטער, קייסער פונעם הייליגן רוימישן אימפעריע|קייסער רודאלף]], לויטן [[ווין אפמאך (1606)|ווין אפמאך]] פון יענעם יאר. די פארלאמענטן וואס זענען פארגעקומען אין די יארן 1608, 1613 און 1618 האבן באפוילן צו פארשטערקערן דעם שלאס, און די באפעסטיגונגען זענען טאקע דורכגעפירט געווארן. טראץ די פארשטערקונגען איז דער שלאס אין יאר 1619 איינגענומען געווארן דורך דעם מיליטער פון פרינץ '''בעטהלאן גאבור'''. לויטן שלום פון ניקאלשבורג פון יאר 1622 איז דער שלאס אבער צוריקגעגעבן געווארן פארן [[האפסבורגער הויז|האפסבורגער]] קעניג. אין יאר 1648 איז באלאש דיארמאט נאכאמאל באלאגערט געווארן דורך די טערקן מיט אן ארמיי פון 4,000 מענער. אבער די קאוואלעריע פון גראף '''פארגאטש אדם''', דעם הויפט־קאפיטאן פון ערשעקויוואר שלאס (היינט [[נייהייזל]]), איז געקומען צו הילף און האט פארטריבן די אטאקע. אין יאר 1652 איז גראף '''עסטערהאזי פערענץ''' געווען דער קאפיטאן פונעם שלאס. ער איז געפאלן אין דער [[קאמף פון וועזעקען]]. דערנאך זענען '''פערענץ''' '''באלאשא''' און זיין ברודער '''אימרע באלאשא''' געווארן די הויפט־קאפיטאנען פונעם שלאס. אימרע האט אבער פארלאנגט א גרעסערן חלק אין דער פירערשאפט און אינעם פארמעגן, וואס האט גורם געווען א מחלוקת צווישן די צוויי ברידער. די [[אטאמאנישע אימפעריע]] האט אין יענער צייט שוין אויסגעזען ווי זי הייבט אן שוואכער צו ווערן, אבער דער גרויס וויזיר '''קאפראלי אהמעד''' האט געוואלט אפשטעלן דעם פראצעס. אין יאר 1663 האט ער ארויסגעשיקט א ריזיגע ארמיי קעגן אונגארן, און זיינע מיליטער האבן איינגענומען, פארברענט און חרוב געמאכט די קלענערע גרעניץ שלאסן וואס זענען געשטאנען אין זייער וועג. אויסנוצנדיג דעם קריג צווישן די באלאשא ברידער, האט די טערקישע ארמיי אונטער דער פירערשאפט פון קאפראלי, צוזאמען מיט דער ארמיי פון פרינץ '''אפאפי מיהאלי''' פון [[טראנסילוואניע]], איינגענומען באלאש דיארמאט. זיי האבן פארברענט און אינגאנצן חרוב געמאכט דעם שלאס, אין יאר 1663 אדער 1665. וויבאלד דער שלאס האט פארלוירן זיין מיליטערישע באדייטונג, זענען די חרוב געווארענע מויערן נישט צוריק אויפגעבויט געווארן. במשך פון די [[אטאמאנישע מלחמות]] איז דער גאנצער געגנט, אריינגערעכנט די שטאט, שטארק אויסגעליידיגט געווארן פון איינוואוינער. נאך דעם סוף פון דער מלחמה האט זיך די באזעצונג ווידער אנגעהויבן אנטוויקלען, און אין יאר 1690 איז זי ווידער אויפגעבויט געווארן. צוליב איר גינסטיגער געאגראפישער לאגע האט די שטאט זיך שנעל ווידער באפעלקערט. אין יאר 1701 זענען די באפעסטיגונגען פון דער שטאט אויפגבראכן געווארן לויט א באפעל פון קייסער '''לעאפאלד'''. שפעטער זענען די שטיינער פון דער פעסטונג גענוצט געווארן פאר אנדערע בוי ארבעטן, און דערפאר זענען היינט כמעט נישטא קיין קענטליכע איבערבלייבענישן פונעם אלטן שלאס אינטער דער ערד.<ref name=":3">https://www.hungarianottomanwars.com/kingdom-of-hungary/balassagyarmat/</ref> פון סוף 18טן יארהונדערט האט זי געדינט אלס די הויפטשטאט פון דער נאגראד געגנט. ==== 20סטער יארהונדערט ==== [[טעקע:Coa Hungary Town Balassagyarmat big.svg|קליין|הערב פון באלאש דיארמאט]] זינט יאר 1998 טראגט דער שטאטישער הערב פון באלאש דיארמאט דעם לאטיינישן אויפשריפט '''„Civitas Fortissima“''' — דאס מיינט '''„די העלדישסטע שטאט“'''. דער נאמען איז געגעבן געווארן צוליב דעם וואס יאנואר 1919 זענען טשעכאסלאוואקישע טרופן אריבער די גרענעץ ליניע, וואס איז באשטימט געווארן אין דעצעמבער 1918 אלס א טייל פון די פארברייטונגען צום [[טריאנאן אפמאך]]. זיי האבן דערמיט איינגענומען שטעט וואס האבן זיך געפונען דרום פון דער ליניע, אריינגערעכנט באלאש דיארמאט.<ref name=":4">Hungarian foreign policy: Fidesz or Duchy of Fenwick style? http://hungarianspectrum.org/2009/09/09/hungarian-foreign-policy-fidesz-style/</ref> באלאש דיארמאט איז איינגענומען געווארן אום 9טן דעצעמבער 1944 דורך סאוועטישע טרופן פונעם צווייטער אוקראינישער פראנט אין לויף פון דער בודאפעסטער אפענסיע. == געאגראפיע == באלאש דיארמאט געפינט זיך אין צפון [[אונגארן]], ביים גרעניץ מיט [[סלאוואקיי]]. די שטאט ליגט אויפן לינקן ברעג פונעם [[איפאלי טייך|איפאלי]] טייך, וועלכער פארמירט א טייל פון דער אינטערנאציאנאלער גרעניץ צווישן די צוויי לענדער. דער ארומיגער געגנט איז באצייכנט מיט נידריגע בערגלעך און לאנדווירטשאפטלעכע פעלדער, וואס זענען כאראקטעריסטיש פאר דעם געגנט פון [[נאגראד קאונטי]]. צוליב איר גרעניץ לאגע האט באלאש דיארמאט היסטאריש געדינט אלס א וויכטיג צענטער פאר לאקאלן האנדל און פארבינדונגען איבער דער גרעניץ. [[טעקע:Balassagyarmat térkép (második katonai felmérés).jpg|קליין|אלטע מאפע פון באלאש דיארמאט]] אריבער דעם איפאלי טייך געפינט זיך די סלאוואקישע שטאט [[סלאווענסקע דיארמאטי]]. == באפעלקערונג == אין יאר 2001 האט באלאש דיארמאט געהאט 18,474 איינוואוינער. פון דער באפעלקערונג זענען 98 פראצענט געווען אונגארן און 2 פראצענט [[ציגיינער]].<ref>http://www.nepszamlalas.hu/hun/kotetek/06/12/data/tabhun/4/prnt01_11_0.html</ref> לויט די דאזיגע ציפערן האבן 100 פראצענט פון דער באפעלקערונג גערעדט אונגאריש אלס זייער מאמע לשון. לויט די ציפערן פון יאר 2022 האט באלאש דיארמאט געהאט 14,185 איינוואוינער.<ref>https://www.citypopulation.de/en/hungary/nograd/balassagyarmat/13657__balassagyarmat/</ref> == וויכטיגקייט == [[טעקע:Balassagyarmati városháza 3.jpg|קליין|שטאטראט הויז]] די שטאט דינט אלס א וויכטיגער אדמיניסטראטיווער און קולטורעלער צענטער פאר דעם נאגראד געגנט און פארמאגט היסטארישע ארכיוון און פארשידענע רעגירונגס־אינסטיטוציעס.<ref name=":1">https://mnl.gov.hu/mnl/nml/nagy_ivan_konyvek</ref> די ארכיוו־אינסטיטוציעס אין שטאט האלטן אפ די דאקומענטאציע און היסטארישע רעקארדס פון דעם גאנצן געגנט. צווישן די דאקומענטן געפינען זיך פובליק רעגיסטריס, לאקאלע ביכער און אנדערע היסטארישע מקורות.<ref name=":1" /> == אידישע היסטאריע == === ערשטע באזעצונג און אנטוויקלונג === אידן האבן געוואוינט אין דער שטאט שוין אין יאר 1648, אבער מיט דער אטאמאנישער אייננעמונג אין יאר 1663 איז די אלטע קהילה חרוב געווארן. אין די 1720ער יארן (ה'תפ"ז–ה'תק"ץ) איז די קהילה ווידער אויפגעשטעלט געווארן, דאס איז געקומען נאכדעם וואס די גראפן פון די באלאסא און זיטשי משפחות האבן איינגעלאדנט אידן זיך צו באזעצן אויף זייערע גוטער. און מיט די יארן האט זיך זייער עקאנאמישער מצב פארבעסערט.אין יאר 1750 (ה׳תק״י) זענען שוין אפיציעל פארשריבן געווארן 15 אידישע משפחות אין יארמאט אז זיי האבן פארמאגט אייגענע פערד, אקסן און וועגענער.<ref name=":0">[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref> די אידן פון דער שטאט האבן אויפגעשטעלט בענק, געשעפטן און גרויסע פאבריקן. [[טעקע:Synagogue in Balassagyarmat (postcard).jpg|קליין|בית המדרש אין באלאש דיארמאט]] אין לויף פונעם 18טן יארהונדערט האט די קהילה אויפגעבויט איר ערשטע בית הכנסת . אין יאר 1866 (ה'תרכ"ו–ה'תרכ"ז) האט די קהילה מחדש געווען און פארענדיגט דעם גרויסן בית הכנסת וואס אז ער איז גערופן געווארן דער "גרויסער שול" <ref name=":0" />. שפעטער איז אויך אויפגעשטעלט געווארן א ישיבה אונטער דער פירערשאפט פון דעם רב פון דער שטאט. אונטער דער קהילה זענען אויך געווען די אידן פון דער נאענט דערנעבנדיגער שטעטל [[וואדקערט|וואָדקערט]] (Érsekvadkert), און מיט די יארן זענען אידן אויך אריבערגעצויגן קיין באלאשדיארמאט פון דעם דערנעבנדיגן בערצעל (Bercel). אין יאנואר 1941 האט מען געציילט 1,712 אידן אין באלאשדיארמאט, בערך א זיבעטל פון דער באפעלקערונג פון דער שטאט. דער אידישער קהילה אין שטאט איז געווען ארטאדאקסיש, און עס האבן דארט געפירט א אידישע שולע, א תלמוד תורה און א ישיבה אונטער דער פירערשאפט פון הרב אהרן דוד דויטש. אין דער ישיבה האט פאר דער חורבן אויך געלערנט דער [[ערלוי|ערלויער]] רב, רבי [[יוחנן סופר]]. אין יאר 1942 זענען רוב יונגע אידן פון דער שטאט אריינגענומען געווארן אין צוואנגסארבעט אויף דער אוקראינישער פראנט, וואו רוב פון זיי זענען אומגעקומען. אין דער זעלבער צייט האבן די אידן פון דער שטאט געהאלפן אידישע פליטים וואס זענען אנגעקומען אהין פון סלאוואקיי. == רבנים אין באלאש דיארמאט == * '''רבי [[יהודה לייב ענגעל]]''' – איז געווען איינער פון די ערשטע באקאנטע רבנים פון דער ארגאניזירטער אידישער קהילה אין באלאש דיארמאט. * '''רבי [[בנימין זאב וואלף באסקאוויץ]]''' א זון פון רבי [[שמואל הלוי קעלין]] מחבר פון די ספר ''[[מחצית השקל (ספר)|מחצית השקל]]'' – האט געדינט אלס רב בערך פון [[ה'תקנ"ז|תקנ״ז]] ביז [[ה'תקס"ב|תקס״ב]] (1797-1802). ער איז געווען א בארימטער אייראפעישער פוסק און מחבר פון דער ''[[סדר משנה]]'', און איז געווען א נאענטער ידיד פון [[חתם סופר]]. * '''רבי [[משה מרדכי באנעט]]''' בן רבי [[יעקב באנעט]] –א [[פלימעניק]] (פונעם באקאנטן רבי [[מרדכי בנעט]]''')''' האט פאר א קורצע צייט געדינט אלס רב אין שטאט, איידער ער איז אריבער קיין [[שטאמפי|שטאַמפי]]. * '''רבי [[יחזקאל בנעט]]''' – א ברודער מיט רבי משה מרדכי באנעט האט געדינט בערך אין יאר [[ה'תקפ"ד|תקפ״ד]] [[1824]]. ער האט אנגעפירט מיט דער ארטיגער ישיבה, איידער ער איז שפעטער געווארן רב אין [[נייטרא]]. * '''רבי [[מאיר אייזנשטאטער]]''' אדער אייזנשטאט (דער '''מהר"ם אש''') – האט געדינט בערך אין יאר [[ה'תקע"ה|תקע״ה]]-[[ה'תקצ"ה|תקצ״ה]] 1815-1835 און איז געווען איינער פון די הויפט פערזענליכקייטן אין דער אונגארישער ארטאדאקסישער וועלט. צוליב זיין הנהגה אין דער שטאט איז ער אין דער רבנישער וועלט באקאנט געווארן מיט'ן נאמען '''מאיר יארמאט'''. (נישט צו פארמישן מיט רבי [[מאיר אייזנשטאט]] מחבר שו"ת [[פנים מאירות]]). === דייטש׳ער רבנישער דינאסטיע (1851–1944) === * פאר כמעט א גאנצן יארהונדערט איז די הנהגה פון דער קהילה געבליבן אין די הענט פון דער בארימטער דייטש׳ער רבנישער משפחה, וועלכע זענען געווען דירעקטע אפשטאמיגע פונעם [[מהר"ל מפראג|מהר"ל פון פראג]]: ** '''רבי [[אהרן דוד דייטש]]''' (געדינט 1851–1878) – א חשובער תלמיד פון [[חתם סופר]] און דער מחבר פון די תשובות ''גורן דוד''.<ref /> ** '''רבי [[יוסף ישראל דייטש]]''' (געדינט 1878–1927) – מחבר פון די ספרים ''בן גרני'' און ''בן השדם'' א זון פונעם בעל גורן דוד. ער האט איבערגענומען דאס רבנות פון זיין פאטער. ** '''רבי [[דוד דייטש]]''' (חיים אהרן דוד דייטש; געדינט 1927–1944) – א זון פון רבי יוסף ישראל דייטש און דער לעצטער רב פון דער קהילה. אין זומער 1944 איז ער, צוזאמען מיט דעם גרויסן רוב פון די מיטגלידער פון זיין קהילה, אומגעברענגט געווארן דורך די נאציס אין [[אוישוויץ]]. <ref /><ref /> === די ארטאדאקסישע קהילה און רבי אהרן דוד דייטש === {{אנווייז צום הויפט ארטיקל|די טיילונג אין אונגארישן יידנטום}} נאכן אונגארישן אידישן קאנגרעס פון די יארן 1868–1869 (ה'תרכ"ח–ה'תרכ"ט), ווען דאס אונגארישע אידנטום האט זיך צעטיילט אויף דריי שטראמען ([[ארטאדאקסישע יידנטום|ארטאדאקס]], [[נעאלאגן]], און [[סטאטוס קווא]]), האבן די אידן פון באלש דיארמאט זיך אנגעשלאסן מיטן ארטאדאקסישן וועג. <ref name=":0" /> א צענטראלע פערזענליכקייט וואס אז ער האט באאיינפלוסט דעם דאזיגן באשלוס איז געווען דער גאון וצדיק רבי אהרן דוד דייטש זצ"ל. רבי אהרן דוד דייטש, וועלכער איז געבוירן געווארן אין מעהרן און האט זיך שפעטער באזעצט אין אונגארן,האט געדינט אלס רב אין דיארמאט און אוועקגעשטעלט דארט שטארקע יסודות פון תורה און יראת שמים.<ref name=":0" /> [[טעקע:בית הקברות היהודי בבלשגיארמט.jpg|קליין|אידישער בית החיים אין באלאש דיארמאט]] [[טעקע:Jüdischer Friedhof, Grabsteine, 2022 Balassagyarmat.jpg|קליין]] זיין אייניקל, '''[[דוד דייטש|רבי דוד דייטש]] הי"ד''', איז געווען דער לעצטער ארטאדאקסישער רב פון דער קהילה ביזן חורבן.<ref name=":0" /> == קהילה מוסדות און דעמאגראפיע == === דעמאגראפישע דאטן === * '''1920 (ה'תר"פ–ה'תרפ"א)''': 2,245 אידן (די העכסטע צאהל אין יארמאט היסטאריע) <ref name=":0" />. * '''1930 (ה'תר"ץ–ה'תרצ"א)''': 2,013 אידן <ref name=":0" />. * '''1941 (ה'תש"א–ה'תש"ב)''': 1,712 אידן <ref name=":0" />. * '''1941:''' נאך 61 קריסטן זענען לויט די אונגארישע געזעצן פאררעכנט געווארן אלס אידן.<ref name=":0" /> * '''אפריל 1944 (ניסן ה'תש"ד):''' 1,516 מיטגלידער אין דער ארטאדאקסישער קהילה.<ref>[https://library.hungaricana.hu/hu/view/milev_1944_adattar_Zsido_Adattar/?pg=80&layout=s&query=Bogács דף הקהילה של בלשדיארמט], מתוך [[מפקד קהילות הונגריה]]</ref> * '''1944:''' בערך 250 פערזאן האבן געהערט צו דער נישט ארטאדאקסישער אידישער באפעלקערונג.<ref name=":0" /> === קהילה מוסדות און אנגעשטעלטע === אין יאר 1944 איז מיכאל לאזאר, דער אייגענטומער פון א בעזעם פאבריק, געווען דער פרעזידענט פון דער ארטאדאקסישער קהילה.<ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref> דער הויפט רב איז געווען רבי דוד דייטש הי"ד, וועלכער איז שפעטער אומגעקומען אין [[מאטהויזן]].<ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref> צווישן די קהילה ארגאנעזאציעס זענען געווען: * די '''חברה קדישא''', וועלכע האט זיך אפגעגעבן מיט חסד של אמת. * דער '''אידישער פרויען פאראיין''', וועלכער האט געהאלפן נויטבאדערפטיגע משפחות. * דער '''בית המדרש פאראיין''', וועלכער האט אנגעהאלטן שיעורי תורה און אנדערע לימודים. * א '''מיידל יוגנט צדקה פאראיין''', וועלכער האט געהאלפן ארימע פאמיליעס. * די '''זיגמאנד אונגאר–זשאפיא פראליך פונדאציע''', וועלכע האט אנגעפירט אן אלטנהיים פאר די עלטערע מיטגלידער פון דער קהילה.<ref name=":0" /> == די טיראניע און רדיפות פאר דער מלחמה == אין יאר 1883 (ה'תרמ"ג–ה'תרמ"ד), נאך דער בלוט בלבול פרשה אין טיסא עסלאר, זענען אויסגעבראכן אנטיסעמיטישע אומרוען אין באלש דיארמאט. א דאנק דעם שטאטישן וויצע גראף קאראלי מאדאטש (Károly Madách), וועלכער האט ארויסגעשיקט פאליציי קראפטן, זענען די אומרוען געווארן אונטערגעדריקט <ref name=":0" />. אינעם יאר 1942 (ה'תש"ב–ה'תש"ג), אונטער דעם דיסקרימינירנדן געזעץ XV פון 1942, האבן די אונגארישע מאכטארגאנען קאנפיסקירט אלע אידישע ערד און לאנדווירטשאפטליכע פארמעגנס אין יארמאט . אין דעם זעלבן יאר איז דער קהילה פרעזידענט אוסקאר ווייס (Oszkár Weisz) געווארן ארעסטירט אונטערן טענה אז ער האט א שלעכטן איינפלוס אויפן ציבור. טראץ דעם וואס ער איז געווען 48 יאר אלט און געליטן פון א שוואך הארץ, איז ער ארויסגעשיקט געווארן צו שווערע ארבעט אין אוקראינע, און איז שפעטער אומגעקומען אין אושוויץ <ref name=":0" />. אין די יארן 1942–1943 (ה'תש"ב–ה'תש"ד) האט דיארמאט אויך געדינט אלס א וויכטיג ארט פאר דער אונטערגרונט רעטונגס ארבעט פון סלאוואקישע אידן, וועלכע האבן אנטלאפן איבערן נאענטן גרעניץ קיין אונגארן.<ref name=":0" /> == חורבן הקהילה == === די דייטשע אקופאציע === מיט דער אייננעמונג פון דער שטאט דורך די דייטשן אין דעם 19טן מערץ 1944 (כ"ד אדר ה'תש"ד) אין דער אפעראציע מארגארעטע. האבן זיי דורכגעפירט א רעגיסטראציע פון די אידן. אין סוף אפריל און אנהויב מאי האבן אונגארישע באאמטע, צווישן זיי דער זשאנדארמעריע אובערסט לאסלא פערענצי, דער פראפעקט יאזעף באראס און דער באלש דיארמאטער פאליציי קאמאנדיר לאסלא ערדעג, זיך פארזאמלט צו פלאנירן די ענדע פון די אידן אין נאגראד קאמיטאט.<ref name=":0" /> צווישן דעם 5טן און 10טן מאי 1944 (י"ב–י"ז אייר ה'תש"ד) זענען די אידן איבערן גאנצן נאגראד קאמיטאט צוזאמענגענימען געווארן.<ref name=":0" /> דעם 9טן מאי 1944 (ט"ז אייר ה'תש"ד) האט דער בירגערמייסטער בעלא וואנאי ארויסגעגעבן דעם אפיציעלן באפעל צו גרינדן א געטא אין באלש דיארמאט. די אידן זענען באפוילן געווארן זיך איבערצוציען אין די אנגעוויזענע גאסן, צווישן זיי סוראני, בעלשא קעוואר, עטוועש, סערב און זריני, ביז דעם 13טן מאי.<ref name=":0" /> דעם 13טן מאי 1944 (כ' אייר ה'תש"ד) איז די '''קליינע געטא''' פארמאכט געווארן, און ארום 1,900 ארטיגע אידן זענען דארט צוזאמענגעשטופט געווארן אין שווערע ענגשאפט.<ref name=":0" /> דעם 19טן מאי 1944 (כ"ו אייר ה'תש"ד) האבן די אונגארישע מאכטארגאנען אויפגעשטעלט אן '''אידישן ראט''' און באפוילן צו גרינדן א אידישע פאליציי קראפט פון 30 מענטשן, אנגעפירט דורך פאל שאנדאר און אנדראש פליישער.<ref name=":0" /> === דער גרויסער געטא און דעפארטאציעס === אין סוף מאי און אנהויב יוני 1944 זענען די אידן פון די ארומיגע דערפער אין נאגראד קאמיטאט געברענגט געווארן קיין באלש דיארמאט, וואו מען האט זיי צוזאמענגעשטופט אין דעם אזוי גערופענעם ''גרויסן געטא'', אדער צוזאמענטרייבונגס לאגער. דער לאגער האט זיך געפונען אין נירדזשעספוסטא, אויפן פלאץ פון די געוועזענע ארטילעריע קאזארמעס, בערך דריי קילאמעטער אינדרויסן פון דער שטאט.<ref name=":0" /> צווישן דעם 2טן און 5טן יוני 1944 (י"א–י"ד סיון ה'תש"ד) האבן אונגארישע זשאנדארמען געפייניגט אידן אין א הויז אויף קאשוט לאיאש גאס נומער 15, כדי ארויסצובאקומען פון זיי אינפארמאציע איבער באהאלטענע געלטער און תכשיטים.<ref name=":0" /> דעם 9טן יוני 1944 (י"ח סיון ה'תש"ד) זענען די אידן פון דער קליינער געטא געצוואונגען געווארן צו גיין צו פוס קיין נירדזשעספוסטא.<ref name=":0" /> [[טעקע:Balassagyarmat vasútállomás 2021 áprilisában35.jpg|קליין|אנדענק טאוול ביים באן סטאנציע אין באלאש דיארמאט]] דעם 11טן יוני 1944 (כ' סיון ה'תש"ד) האט דער ערשטער טראנספארט, מיט בערך 1,500 אידן, פארלאזט באלש דיארמאט קיין אושוויץ בירקענאו.<ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref> צוויי טעג שפעטער, דעם 13טן יוני (כ"ב סיון ה'תש"ד), האט דער צווייטער און לעצטער טראנספארט מיט נאך ארום 1,500 אידן פארלאזט די שטאט צום זעלבן טויט לאגער.<ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref> אין דעצעמבער 1944 (כסלו–טבת ה'תש"ה), בשעת די דייטשע ארמיי האט זיך צוריקגעצויגן, האבן די דייטשן אויפגעריסן דעם גרויסן בית הכנסת פון באלש דיארמאט מיט דינאמיט, און דער בנין איז חרוב געווארן ביזן יסוד.<ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref> == היסטארישע פארשונג == די געשיכטע פון באלש דיארמאט ווערט באטראכט אלס א ביישפיל פון דעם חורבן פון די אידישע קהילות אין די אונגארישע שטעט און דערפער.<ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref> === די ארטיגע מאכטארגאנען === לויט עדות פון דעם אידישן ראט מיטגליד דאקטאר גיארגי טשילצער (Dr. György Czilczer) זענען די באציאונגען צווישן די אידישע און קריסטליכע איינוואוינער פאר 1944 בדרך כלל געווען רואיג.<ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref> צעציליע סעדעריעשי (Cecília Szederjesi) און ארפאד טיעקוויטשקא (Árpád Tyekvicska) ווייזן ארויס אז די אפיציעלע שטאטישע באאמטע, ווי דער בירגערמייסטער בעלא וואנאי און פאליציי שעף לאסלא ערדעג, האבן דורכגעפירט די געטאאיזאציע און קאנפיסקאציעס מיט גרויס פלייס און קאאפערירט יאגנטליכע מיט די דייטשע אקופאנטן <ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref>. === ארכיוון און דאקומענטן === די ארכיוון פונעם נאגראד קאמיטאט און פונעם בירגערמייסטער אמט אין באלש דיארמאט ווערן אפגעהיטן אינעם אונגארישן נאציאנאלן ארכיוו (Magyar Nemzeti Levéltár Nógrád Vármegyei Levéltára), און קאפיעס פון די דאקומענטן געפינען זיך אויך אינעם אמעריקאנער חורבן מוזיאום.<ref>[https://collections.ushmm.org/search/catalog/irn74195 Selected records of the Holocaust in Nógrád County, Hungary (RG-68.109M)]</ref> די פאפירן אנטהאלטן אלע רעגיסטראציעס פון קאנפיסקירטע אידישע פארמעגנס און אפיציעלע באפעלן פון 1939–1944 <ref>[https://collections.ushmm.org/search/catalog/irn74195 Selected records of the Holocaust in Nógrád County, Hungary (RG-68.109M)]</ref>. היינט געפינט זיך אין באלאש דיארמאט א מוזיאום אויפן ארט וואו די גרויסע ישיבה איז אמאל געשטאנען. אין דער שטאט געפינט זיך אויך א גרויסער אידישער בית החיים. == כראנאלאגיע פון די דעפארטאציעס == === מערץ – מאי 1944 (אדר – אייר ה'תש"ד) === * '''מערץ 19, 1944 (כ"ד אדר ה'תש"ד)''': די דייטשע ארמיי אקופירט אונגארן (אפעראציע מארגארעטע) <ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref>. * '''סוף אפריל / אנהויב מאי 1944 (אייר ה'תש"ד)''': זשאנדארמען אובערסט לאסלא פערענצי (László Ferenczy), פראפעקט יאזעף באראס (József Baross), און באלש דיארמאט פאליציי קאמאנדיר לאסלא ערדעג (László Eördögh) טרעפן זיך אינעם אינערן מיניסטעריום צו פלאנירן די געטאאיזאציע פון נאגראד קאמיטאט <ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref>. * '''מאי 5–10, 1944 (י"ב–י"ז אייר ה'תש"ד)''': סיסטעמאטישע עקסטערמינאציע און זאמלונג פון אידן איבער דעם גאנצן נאגראד קאמיטאט <ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref>. * '''מאי 9, 1944 (ט"ז אייר ה'תש"ד)''': דער בירגערמייסטער בעלא וואנאי (Béla Vannay) גיט ארויס דעם אפיציעלן באפעל צו גרינדן די געטא אין באלש דיארמאט <ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref>. ער באפעלט די אידן איבערצוציען זיך אין די אנגעוויזענע גאסן (סוראני, בעלשא-קעוואר, עטוועש, סערב, און זריני גאסן) ביז מאי 13 <ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref>. * '''מאי 13, 1944 (כ' אייר ה'תש"ד)''': פארמאכונג פון דער "קליינער געטא"; בערך 1,900 ארטיגע אידן זענען קאנצענטרירט אין ביטערע ענגשאפט <ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref>. * '''מאי 19, 1944 (כ"ו אייר ה'תש"ד)''': די אונגארישע מאכטארגאנען שטעלן אויף א "אידישן ראט" (Judenrat) און באפעלן צו גרינדן א אידישע פאליציי קראפט פון 30 פערזאן, אנגעפירט דורך פאל שאנדאר (Pál Sándor) און אנדראש פליישער (András Fleischer) <ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref>. === יוני 1944 (סיון ה'תש"ד) === * '''סוף מאי / אנהויב יוני 1944 (סיון ה'תש"ד)''': די אידן פון די ארומיגע דארפער אין נאגראד קאמיטאט זענען געבראכט געווארן קיין יארמאט און קאנצענטרירט אין דעם "גרויסן געטא" / זאמלונג לאגער אין נירדזשעספוסטא (Nyírjespuszta), א פלאץ פון געוועזענע ארטילעריע קאזארמעס 3 קילאמעטער מחוץ דער שטאט <ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref>. * '''יוני 2–5, 1944 (י"א–י"ד סיון ה'תש"ד)''': אונגארישע זשאנדארמען אין דעם הויז אויף קאשות לאיאש גאס 15 פייניגן די אידן אויף מורא'דיגע אופנים צו דערשפירן באהאלטענע געלטער און תכשיטים <ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref>. * '''יוני 9, 1944 (י"ח סיון ה'תש"ד)''': די אידן פון דער קליינער געטא זענען געצוואונגען געווארן צו מארשירן צו פוס פון שטאט קיין נירדזשעספוסטא <ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref>. * '''יוני 11, 1944 (כ' סיון ה'תש"ד)''': דער ערשטער דעפארטאציע טראנספארט מיט אומגעפער 1,500 אידן פארלאזט באלש דיארמאט קיין אושוויץ-בירקענאו <ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref>. * '''יוני 13, 1944 (כ"ב סיון ה'תש"ד)''': דער צווייטער און לעצטער דעפארטאציע טראנספארט מיט נאך 1,500 אידן פארלאזט יארמאט קיין אושוויץ-בירקענאו <ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref>. * '''דעצעמבער 1944 (כסלו–טבת ה'תש"ה)''': בעת די דייטשע ארמיי האט זיך אנגעהויבן צוריקצוציען, האבן זיי אויפגעריסן מיט דינאמיט דעם גרויסן בית הכנסת פון באלש דיארמאט, אז ער איז חרוב געווארן ביז צו דער ערד <ref>[https://degob.org/index.php?showarticle=2033 A City in the Countryside: Balassagyarmat]</ref>. {{רעפערענצן}} d2xm70oes9kdqspdy2ey6h5mlbazg52 בעלא דער ערשטער פון אונגארן 0 55203 602849 2026-10-12T16:36:23Z וויליאמסבורגער 62228 געשאַפֿן בלאַט מיט '{{אישיות}}'''בעלא דער ערשטער פון אונגארן''' אויך גערופן דער קעמפער אדער דער ביזאן (אונגאריש: ''I. Bajnok'' אדער ''Bölény Béla'', סלאוואקיש: ''Belo I.''; געבוירן ארום 1015 – געשטארבן 11 סעפטעמבער 1063) איז געווען דער קעניג פון [[אונגארן]] פון 1060 ביז זיין טויט. ער שטאמט פון א יונגערן...' 602849 wikitext text/x-wiki {{אישיות}}'''בעלא דער ערשטער פון אונגארן''' אויך גערופן דער קעמפער אדער דער ביזאן (אונגאריש: ''I. Bajnok'' אדער ''Bölény Béla'', סלאוואקיש: ''Belo I.''; געבוירן ארום 1015 – געשטארבן 11 סעפטעמבער 1063) איז געווען דער קעניג פון [[אונגארן]] פון 1060 ביז זיין טויט. ער שטאמט פון א יונגערן צווייג פון דער [[ארפאד דינאסטיע]]. זיין קריסטליכע נאמען איז געווען '''אדלבערט'''. ער איז געווען א ברודער פון [[אנדרעאש דער ערשטער פון אונגארן|אנדרעאש דעם ערשטן]], וועמען ער האט נאכגעפאלגט אויפ'ן אונגארישן טראן. בעלא איז געבוירן געווארן אין אונגארישן קעניגלעכן הויף. [[טעקע:Béla I (Chronica Hungarorum).jpg|קליין|בעלא דער ערשטער]] אין 1031 האט בעלא פארלאזט אונגארן צוזאמען מיט זיינע ברידער [[לעווענטע]] און [[אנדרעאש דעם ערשטן|אנדרעאש]], נאכדעם וואס זייער פאטער, [[וואזול]], איז אומגעברענגט געווארן. בעלא האט זיך באזעצט אין [[פוילן]], וואו ער האט חתונה געהאט מיט [[ריטשעזא פון פוילן]], אויך באקאנט אלס אדעלייד, א טאכטער פון דעם פוילישן קעניג [[מיעשקא דער צווייטער לאמבערט]]. אין [[1048]] איז ער איז צוריקגעקומען קיין אונגארן אויף דער איינלאדונג פון זיין ברודער אנדרעאש, וועלכער איז אין דער צייט שוין געקרוינט געווארן אלס קעניג פון אונגארן. אנדראש האט אים איבערגעגעבן די אנפירונג פון דעם ''דוקאטוס'', א הערשאפטסגעגנט וואס האט פארמאגט בערך א דריטל פון דעם אונגארישן קעניגרייך. די באציאונגען צווישן די צוויי ברידער זענען געווארן אנגעשטרענגט, ווען אנדרעאש האט אין 1057 אדער 1058 געקרוינט זיין אייגענעם זון [[שלאמא דער ערשטער פון אונגארן|שלאמא]] אלס קעניג, און געצוואונגען בעלא עפנטלעך צו באשטעטיגן זיין זונ'ס רעכט אויף דעם טראן. בעלא, מיט דער הילף פון זיינע פוילישע קרובים, האט זיך אויפגעשטעלט קעגן זיין ברודער און אים אראפגעווארפן פון דער הערשאפט אין 1060. אין 1060 האט בעלא געקעמפט קעגן אנדרעאש און אים באזיגט. נאך זיין ברודערס טויט איז ער געווארן קעניג. בעת זיין קורצער הערשאפט האט ער געשטיצט די אינטערעסן פון דער אונגארישער קרוין און זיך געמוטשעט מיט אינערליכע רעליגיעזע און פאליטישע קאנפליקטן, אריינגערעכנט א אויפשטאנד קעגן דער פארשפרייטונג פון קריסטנטום. אלס קעניג האט בעלא איינגעפירט געלט רעפארמען און אונטערגעדריקט דעם לעצטן אויפשטאנד וואס האט געצילט צוריקצוברענגען דעם פאגאניזם אין אונגארן. ער איז טויטליך פארוואונדעט געווארן ווען דער טראן אויף וואס ער איז געזעסן איז צוזאמגעפאלן. נאך זיין טויט איז זיין זון [[געיזא דער ערשטער פון אונגארן|געיזא דער ערשטער]] געווארן קעניג. czupn3tcgj7te4f1ndpvt418h5d9132