װיקיפּעדיע
yiwiki
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98
MediaWiki 1.47.0-wmf.24
first-letter
מעדיע
באַזונדער
רעדן
באַניצער
באַניצער רעדן
װיקיפּעדיע
װיקיפּעדיע רעדן
טעקע
טעקע רעדן
מעדיעװיקי
מעדיעװיקי רעדן
מוסטער
מוסטער רעדן
הילף
הילף רעדן
קאַטעגאָריע
קאַטעגאָריע רעדן
פארטאל
פארטאל רעדן
TimedText
TimedText talk
יחידה
שיחת יחידה
אירוע
שיחת אירוע
ניו יארק
0
819
602949
602498
2026-10-19T20:39:53Z
ן' משה
42115
602949
wikitext
text/x-wiki
{{אנדערע באדייטן|דאס=דעם שטאַט ניו יאָרק פון די פאַראייניקטע שטאַטן|אנדער= די שטאָט ניו יאָרק|זעט=ניו יארק סיטי}}
{| border="1" align="left" cellpadding="4" cellspacing="0" width="270" style="margin:0.5em 1.5em 1em 0; background:#f9f9f9; border:1px #aaaaaa solid; border-collapse:collapse; font-size:90%;"
| colspan="2" style="text-align:center;" |[[טעקע:Flag_of_New_York.svg|135x135פיקס|פאן פון ניו יארק]]
[[טעקע:Seal_of_New_York.svg|90x90פיקס|סיעל פון ניו יארק]]
|-
!אריגינעלער נאמען
|New York
|-
!אפיציעלער נאמען
|State of New York
|-
!צונאמען
|Empire State
|-
!קאנטינענט
|[[צפון אמעריקע]]
|-
!ראיאן
|[[צפון מזרח פאראייניגטע שטאטן]]
|-
!לאנד
|[[פאראייניגטע שטאטן]]
|-
!הויפטשטאט
|[[אלבאני]]
|-
!גרעסטע שטאט
|[[ניו יארק סיטי]]
|-
!גרעסטע מעטראפאליטאנער געגנט
|ניו יארק מעטראפאליטאנער געגנט
|-
!שטח
|141,297 ק״מ²
|-
!פלאץ צווישן די שטאטן
|27סטער לויט שטח
|-
!באפעלקערונג
|20,002,427 <small>(2025 שאצונג)</small>
|-
!פלאץ צווישן די שטאטן
|4טער לויט באפעלקערונג
|-
!העכסטער פונקט
|[[מאונט מארסי]]
1,629 מעטער
|-
!נידעריגסטער פונקט
|[[אטלאנטישער אקעאן]]
0 מעטער
|-
!הויפט טייכן
|[[הדסאן טייך]]
[[מאהאק טייך]]
[[סעינט לאורענס טייך]]
|-
!גרויסע אזערעס
|[[ערי אזערע]]
[[אנטאריא אזערע]]
|-
!צייט זאנע
|מזרח צייט
|-
!אריינגענומען אין פאראייניגטע שטאטן
|26סטן יולי 1788
|-
!סדר
|11טער שטאט
|-
!קאונטיס
|62
|-
!פאסט קאד
|NY
|-
!ISO קאד
|US-NY
|-
!וועבזייטל
|[https://www.ny.gov ny.gov]
|}
'''ניו יארק''' (ענגליש: '''New York''') איז א שטאט אין דעם [[צפון מזרח]] [[פאראײניגטע שטאטן|פאראייניגטע שטאטן]]. זי איז א חלק פון דעם מיטל אטלאנטישן טייל. ניו יארק גרענעצט [[ניו דזשערסי]] און [[פענסילוועניע]] צו דרום, און [[קאנעטיקעט]], [[מאסאטשוסעטס]] און [[ווערמאנט]] צו מזרח. ניו יארק האט אויך אן אינטערנאציאלן גרענעץ מיט די [[קאנאדע|קאנאדישע]] פראווינצן [[אנטעריא]] צו מערב און [[קוויבעק]] צו צפון.
די הויפטשטאט פון ניו יארק איז [[אלבאני]], בשעת די גרעסטע שטאט איז [[ניו יארק סיטי]], וועלכע איז אויך די גרעסטע שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן. אנדערע גרויסע שטעט זענען [[באפאלא]], [[יאנקערס, ניו יארק|יאנקערס]], [[ראטשעסטער (ניו יארק)|ראטשעסטער]] און [[סיראקיוז]].
== היסטאריע ==
דער שטח פון היינטיגן ניו יארק איז שוין באוואוינט געווארן דורך אינדיאנער פעלקער פאר טויזנטער יארן. צווישן די וויכטיגסטע פעלקער זענען געווען די [[איראקועז]] פעלקער אין מערב און צענטראל ניו יארק, און די [[לענאפע]] אין טיילן פון דעם דרום מזרח.
אין 1609 האט [[הענרי האדסאן]] אויסגעפארשט דעם טייך וואס איז שפעטער גערופן געווארן דער [[האדסאן טייך]]. די האלענדישע האבן שפעטער געגרינדעט די קאלאָניע [[ניו נעדערלאנד]].
יו יארק איז געגרינדעט געווארן אין יאר [[ה'שפ"ה]], געווען איז דאס ווען א גרופע פון [[האלאנד]] האבן זיך ארויסגעלאזט צום לענג פונעם אטלאנטישן ברעג, זיי זענען געקומען צו א קליין אפגעזודנדערטן [[אינזל]], וואס האט זיך צושפרייט צווישן א טייך, די האלענדער זענען געקומען צום באשלוס אז דאס איז א פאסיג ארט זיי זאלן זיך דארט באזעצן, זיי האבן דאס אפגעקויפט פון די דארטיגע אינדיאנער פאר פיר און צוואנציג דאלער, די אינדיאנער האבן פארלאזט דאס ארט און די האלענדער האבן דארט געבויעט א קליין דערפל מיטן נאמען '''ניו אמסטרדאם''', דאס ארט הייסט היינט '''מאנהעטן'''.
די האלענדישע הויפט שטאט [[ניו אמסטערדאם]] איז געווען אויפ'ן דרום טייל פון מאנהעטן. אין 1664 האבן די בריטן איבערגענומען די קאלאָניע און גערופן דעם געגנט ניו יארק.
ניו יארק האט געשפילט א צענטראלע ראלע אין דער [[אמעריקאנער רעוואלוציע]]. [[ניו יארק סיטי]] איז געווען א וויכטיגער פארט און מיליטערישער צענטער, און פארשידענע גרויסע שלאכטן זענען פארגעקומען אין דער שטאט.
אום 26סטן יולי 1788 האט ניו יארק באשטעטיגט די [[קאנסטיטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן|קאנסטיטוציע]] פון די פאראייניגטע שטאטן און איז געווארן דער 11טער שטאט.<ref>{{cite web|title=New York State Geographic Guide|url=https://www.census.gov/geographies/reference-files/2010/geo/state-local-geo-guides-2010/new-york.html|publisher=U.S. Census Bureau}}</ref>
אין 1825 איז דער [[ערי קאנאל]] געעפנט געווארן. דער קאנאל האט פארבונדן דעם [[האדסאן טייך]] מיט [[ערי אזערע]] און האט געהאלפן מאכן ניו יארק סיטי צו איינעם פון די וויכטיגסטע האנדל צענטערס אין צפון אמעריקע.
אין דעם 19טן און 20סטן יארהונדערט האט ניו יארק סיטי געוואקסן צו ווערן איינער פון די גרעסטע שטעט אין דער וועלט. מיליאנען אימיגראנטן זענען אנגעקומען דורך איר פארט, און די שטאט איז געווארן א גרויסער צענטער פאר פינאנצן, האנדל, קולטור און מידיא.
== געאגראפיע ==
ניו יארק האט א זייער פארשידנארטיגע געאגראפיע. דער צפון טייל נעמט אריין די [[אדיראנדעק בערג]], וואו [[מאונט מארסי]] איז דער העכסטער פונקט.
דער מזרח טייל ווערט טיילווייז באגרעניצט דורך דעם האדסאן טייך, וועלכער לויפט דרום צו ניו יארק סיטי.
מערב ניו יארק האט גרויסע פארם געגנטן און איז נאנט צו די [[גרויסע אזערעס]]. ניו יארק האט בארטן אויף [[ערי אזערע]] און [[אנטאריא אזערע]].
די [[ניאגארא פאלס]] געפינען זיך אויפ'ן גרענעץ געגנט צווישן ניו יארק און [[קאנאדע]] און זענען צווישן די מערסט באקאנטע נאטירלעכע וואונדער פון צפון אמעריקע.
[[ניו יארק סיטי]] געפינט זיך אויפ'ן דרום מזרח טייל פון דער שטאט און באשטייט פון פינף באראס: מאנהעטן, ברוקלין, קווינס, דער בראנקס און סטאטן איילענד.{{יישוב|נאמען=ניו יארק|סארט יישוב=שטאַט|אמטשפראך נאָמען=State of New York|הערב=Seal of New York.svg|פאן=Flag of New York.svg|בילד={{!}} בילד = [[טעקע:New York State Capitol building, full.jpg|300px]]|באשרייבונג=דער [[ניו יארק סטעיט קאפיטאל]] אין [[אלבאני]]|מדינה=[[פאראייניגטע שטאטן]]|גרינדונג דאַטע=26סטן יולי 1788|קאארדינאטן={{coord|43|N|75|W|region:US-NY_type:adm1st|display=inline,title}}|אפטייל טיפ=שטאַט|אפטייל נאמען=ניו יארק|געביט=[[צפון־מזרח פאראייניגטע שטאטן]]|ראיאן=[[מיד אטלאנטיק]]|דיסטריקט=|בירגערמייסטער=|גובערנאטאר=[[קעטי האקעל]]|טיפ אונטעראפטייל=קאונטיס|דיסטריקטן אין ראיאן=62|שטעט אין ראיאן=62|ראיאן הויפטשטאט=[[אלבאני (ניו יארק)|אלבאני]]|מוטערשטאט=|אפיציעלע שפראך=|שטח=141297|דירוג שטח=27סטער|דירוג צפיפות=7טער|הייך=|באפעלקערונג=20201249|באפעלקערונג יאר=2024|באפעלקערונג ראנג=4טער|באפעלקערונג הערה=|מעטראפאליטען שטח=|הערת מעטראפאליטען שטח=|צפיפות=159|צייט זאנע=-5|אתר אינטרנט={{URL|https://www.ny.gov/}}|מאפע=New York in United States.svg|פרטימדיקע מאפע=|לאקאציע מאפע=USA|סטאטיסטיק=}}
== עקאנאמיע ==
ניו יארק פארמאגט איינע פון די גרעסטע סטעיט עקאנאמיעס אין די פאראייניגטע שטאטן. [[ניו יארק סיטי]] איז א וועלט צענטער פאר פינאנצן, באנקן, בערזע, מידיא און אינטערנאציאנאלן האנדל.
אויסער ניו יארק סיטי זענען אויך געזונטהייט, העכערע בילדונג, פראדוקציע, טעכנאלאגיע, פארם און טוריזם וויכטיגע טיילן פון דער עקאנאמיע.
== באפעלקערונג ==
איז דער פערט-גרעסטער שטאַט אין באפעלקערונג און דער 27סטער אין שטח אין די אין די פאראייניקטע שטאטן.
לויט דעם 2020 צענזוס האט ניו יארק געהאט 20,201,249 איינוואוינער. די 2025 שאצונג פונעם U.S. Census Bureau איז געווען 20,002,427 מענטשן.<ref>{{cite web|title=U.S. Census Bureau QuickFacts: New York|url=https://www.census.gov/quickfacts/NY|publisher=U.S. Census Bureau}}</ref>
אין ניו יארק וואוינען 428.7 מענטשן פער סקווער מייל, דאס איז די ניינטע מערסט צושטופטע אין די פאראייניגטע שטאטן
דער מערסטער טייל פון דער באפעלקערונג וואוינט אין דער ניו יארק סיטי מעטראפאליטאנער געגנט. די שטאט איז אבער פיל מער ווי בלויז ניו יארק סיטי, און פארמאגט גרויסע שטעט און באפעלקערונג צענטערס איבער'ן גאנצן שטאט.[[טעקע:Map of USA NY.svg|קליין|250px|ניו יארק שטאַט]]
[[טעקע:LOC Lower Manhattan New York City World Trade Center August 2001.jpg|קליין|250px|[[ניו יארק סיטי]], ביים בילד זעט מען די געוועזענע [[טווין טאוערס|צווילינג געביידעס]] וואס טעראריסטן האבן איינגעווארפן אין [[9/11]]]]
== אידן אין ניו יארק ==
ניו יארק האט די גרעסטע יידישע באפעלקערונג פון סיי וועלכער שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן. בפרט אין [[ניו יארק סיטי]] זענען פאראן גרויסע קהילות פון פרומע, חסידישע און אנדערע יידישע גרופעס.
גרויסע חסידישע קהילות געפינען זיך צווישן אנדערע אין [[וויליאמסבורג]], [[בארא פארק]], [[קרוין הייטס]] און [[מאנסי]].
== קאונטיס ==
'''ניו יארק שטאַט''' האט 62 קאונטיס.די קאונטיס זענען איינגעטיילט אין 932 שטעטלעך, 62 שטעט, און 14 "אינדיאנער רעזערוואציעס".
== זעט אויך ==
* [[ניו יארק שטאט געאגראפישע אפטיילונגען]]
{{רעפערענצן}}{{פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע}}
[[קאַטעגאָריע:ניו יארק|*]]
{{ניו יארק סטעיט קאונטי}}
p9jp1uk9qrr6wud46ohgqlyjgncobzz
באלקאני
0
3765
602936
564677
2026-10-19T18:05:05Z
ן' משה
42115
602936
wikitext
text/x-wiki
[[בילד:Balkani.jpg|left]]
הרב '''באַלקאַני''' איז אן איידעם ביי דעם גרויסן לובאוויטשער רייכן משפחה פון [[רובאשקין]] כשר פלייש.
ער פירט אן יארן לאנג מיט א [[בית יעקב]] שולע אין [[בארא פארק]] פאר מיידלעך, באקאנט אלס בית יעקב ד'באלקאני, ער איז געווען אין די נייעס שוין פיל מאל צוליב זיינע פארצווייגטע געטועכץ פאר תורה [[מוסדות]].
{{ייד-ביא-שטומף}}
[[קאַטעגאָריע:עסקנים]]
[[קאַטעגאָריע:מענטשן פון בארא פארק]]
asc5yc93aiphbuuxz220a8dwg9nwl8t
602937
602936
2026-10-19T18:12:31Z
ן' משה
42115
602937
wikitext
text/x-wiki
[[בילד:Balkani.jpg|left]]
הרב (געבוירן [[ה'תש"ו|תש"ו]])איז אן איידעם ביי דעם גרויסן לובאוויטשער רייכן משפחה פון [[רובאשקין]] כשר פלייש.
ער פירט אן יארן לאנג מיט א [[בית יעקב]] שולע אין [[בארא פארק]] פאר מיידלעך, באקאנט אלס בית יעקב ד'מידוואד, ער איז געווען אין די נייעס שוין פיל מאל צוליב זיינע פארצווייגטע געטועכץ פאר תורה [[מוסדות]].
{{ייד-ביא-שטומף}}
[[קאַטעגאָריע:עסקנים]]
[[קאַטעגאָריע:מענטשן פון בארא פארק]]
09qt3s07kvc5s4t7f7l681s60kpl9b4
ישיבת רבינו יצחק אלחנן
0
9528
602943
589737
2026-10-19T19:39:10Z
ן' משה
42115
602943
wikitext
text/x-wiki
[[בילד:Yitzchak Elchanan Spektor.jpg|קליין| רשכבה"ג הרב יצחק אלחנן ספקטור]]
'''ישיבת רבינו יצחק אלחנן''' ([[ענגליש]]: ''Rabbi Isaac Elchanan Theological Seminary'' אדער '''RIETS''') איז דער אפטיילונג פון [[ישיבה אוניווערסיטעט]] פאר לימודים אין תלמוד, הלכה, און אידישקייט אנגעלעגנהייטן. זי געפינט זיך אין [[מאנהעטן]], [[ניו יארק]].
זי איז געגרינדעט געווארן דורך א גרופע פרומע בעלי בתים בערך [[ה'תרנ"ו]], נאכדעם וואס די תלמידים פון דעם [[חדר עץ חיים]] (געגרינדעט תרמ"ו) האבן זיך געעלטערט און עס איז געווארן א נויט פאר א ישיבה. זי הייסט אויפן נאמען פון רבינו [[יצחק אלחנן ספעקטאר]] וואס איז נפטר געוארן אין יענעם יאר.
די ישיבה איז שפעטער געווארן, אינאיינעם מיט דעם ניי-געגרונדעטן ישיבה קאלעדזש, דער צענטראלער חלק פון [[ישיבה אוניווערסיטעט]], ווען עס איז געגרינדעט געווארן אין [[ה'תרפ"ז]].
==זעט אויך==
* [[ישיבה אוניווערסיטעט]]
[[קאטעגאריע:ישיבות]]
[[קאַטעגאָריע:מאנהעטן]]
537fr2fopco7ibu9k1pvvle57b1ujkw
וויטאמין
0
9571
602944
523339
2026-10-19T19:42:51Z
ן' משה
42115
602944
wikitext
text/x-wiki
[[טעקע:La Boqueria.JPG|קליין|[[פרוכט]] און [[ירקות]] זענען אפט א [[גוט]]ער [[מקור]] פאר וויאטמינען]]
'''וויטאמינען''' זיינען [[ארגאנישע כעמיע|ארגאנישע כעמיקאלן]] וואס געפינען זיך אין [[עסנווארג]] און זיינען נויטיג פאר די [[בעלי חיים]] כדי צו לעבן.
עס זיינען דא אויך וויטאמינען וואס ווערן באשפן אין דער קערפער אליין. וויטאמין D ווערט באשאפן אויף די [[הויט]] דורך די [[זון]], וויטאמין K ווערט באשאפן אין די [[קישקע]]ס דורך [[באצילן]] אא"וו.
דאס ווארט וויטאמין שטאמט פון די ווערטער וויטאל אמין אין די רוימישע שפראך. אלע וויטאמינען זענען ארגאניש און פארמאגן קארבאן. א וויטאמין ברענגט אריין א כעמיקאלע רעאקציע אין דעם קערפער נוצנדיג ווייניגער ענערגיע און ווייניגער צייט. דער קערפער מוז האבן געוויסע וויטאמינען כדי צו קענען אפשלאגן וויירוסעס און אויב זיי פעלן וועט דער מענטשן גרינגער קענען איבערכאפן די וויירוסעס.
וויטאמינען ווערן פארלאנגט אינעם קערפער אין קליינע צאלן אסאך מאל נאר א הונדערטסטעל פון א גראם. נארמאל באקומט מען די נויטיגע וויטאמינען פון עסן, טרונקן, און פון די אייגענע קערפער וועלכע'ס באקטעריע פראדוצירט וויטאמין קעי, און די הויט וועלכע זאפט איין זון ראדיאציע און פראדוצירט וויטאמין די.
וויטאמינען זענען איינגעטיילט צו צוויי קאטעגאריעס: פעטנס וויטאמינען און וואסער וויטאמינען. די פעטנס וויטאמינען ווערן איינגעזאפט אין די פעטנס פון דעם מענטש און בלייבט דארט שטעקן ווילאנג עס גייט אויס און פרישע דארף אריינקומען. וואסער וויטאמינען ווערט איינגעזאפט אין דאס וואסער פונעם מענטש און גייט ארויס אינאיינעם מיט אלע וואסער אפפאל.
== וויטאמין סארטן ==
'''וויטאמין A''': איז גוט פאר די הויט און פאר די האר. מענטשן מיט אלע סארט פימפלעס און הויט אויסשלאגעס ברויכן צוצונעמען מער פון דעם וויטאמין.
'''וויטאמין B''': די וויטאמין איז א גרופע פון עטליכע וויטאמינען, אריינגערעכנט 1B, 2B, 6B, 12B, פאליק עסיד, ניאסין, און נאך. די אלע וויטאמינען דארף א מענטש האבן גענוג נאטירליך. אויב עס פעלט פון דעם וויטאמין וועט א דאקטאר דאס באמערקן אויף א בלוט-טעסט און וועט עס געבן.
אלע וויטאמינס אין די וויטאמין B גרופע ווערן אנגערופן סינערדזשיסטיק וויטאמינס פון וועלכע מען מעג נישט האבן צופיל ווייל עס קען זיין שעדליך.
'''[[וויטאמין C]]''': העלפט די אימון סיסטעם. די וויטאמין פעלט פאר אסאך מענטשן און עס קען נישט שאטן אויב מען נעמט מער. אויב מען האט גענוג פון דעם וויטאמין איז פאראן קלענערע שאנסן איבערצוכאפן פארקילעכטס און אלע ערליי וויירוסעס און איז מעגליך א שטיקל רפואה פאר די ביטערע מחלה..
וויטאמין C דארף גענומען ווערן מיט אסאך פליסיקייט. עס איז וויכטיג צו טרינקן בעפאר און נאכדעם וואס מען נעמט עס איין.
'''וויטאמין D''': די וויטאמין העלפט איינזאפן די קעלסיום אינעם קערפער. די וויטאמין קען מען באקומען נאטירליך פון זון שטראלן. אויב עס פעלט פון די וויטאמין קען מען זיך שטעלן אונטער די זון פאר א שטיק צייט יעדן טאג און דער פראבלעם וועט זיין געלעזט.
אויב מען נעמט עס אין טאבלעטן איז וויכטיג דאס צו נעמען נאכ'ן עסן ווייל די וויטאמין וועט נאר איינזאפן מיט פעטנס אדער אויל.
'''וויטאמין E''': העלפט טראנספערירן אקסיגן אינעם קערפער. פארגעסט נישט אז אקסיגן איז וויכטיג פאר די מוח צו קענען פונקציאנירן.
[[קאַטעגאָריע:וויטאמינען| ]]
[[קאַטעגאָריע:קערפער]]
70ez7bhykqgat1xqlrj6ornw77wk7fs
נאוועמבער
0
11835
602948
534188
2026-10-19T20:33:50Z
ן' משה
42115
602948
wikitext
text/x-wiki
{{לוח שנה|נאוועמבער}}
'''נאוועמבער''' איז דער 11טער [[חודש]] אין [[גוי]]אישן [[קאלענדער]], צווישן [[אקטאבער]] און [[דעצעמבער]].
ער קומט פונ'ם [[לאטיין|לאטיינישן]] ווארט 9 ווייל אין [[רוים|רוימישן]] [[קאלענדאר]] איז דאס געווען דער ניינטער חודש ציילנדיג פון [[מערץ]].
[[נאוועמבער]] איז איינער פון די 4 [[מאנאט]]ן וואס האבן שטענדיג 30 [[טעג]].
{{גוישע חדשים}}
[[קאַטעגאָריע:נאוועמבער|*]]
s6mmng3eiyxzo35p5o0a15qryr8p0cm
יהודה משי זהב
0
16319
602952
594675
2026-10-19T23:52:35Z
~2026-46819-01
62562
איך האב געשריבט נאך פרטים וועגן זיין לעבן
602952
wikitext
text/x-wiki
{{אישיות}}
'''יהודה משי זהב''' (19טן יולי 1959 – 29סטן יוני 2022) איז געווען אן [[עסקן]], גרינדער און געוועזענער [[פארזיצער]] פון דער [[זק"א]] [[ארגאניזאציע]].
נאך אן אויספארשונג וואס איז פארעפנטליכט געווארן אין דער "הארץ" צייטונג דורך אהרן רבינאוויטש, אז יהודה משי זהב האט פגע'עט אין צענדליגער אינגלעך, מיידלעך און פרויען, האט ער פרובירט צו מאכן א סוף צו זיין לעבן, און שפעטער איז ער געשטארבן אין שפיטאל.
==לעבנסגעשיכטע==
משי זהב איז געבוירן געווארן אין [[ירושלים]] אין א ירושלימער משפחה צו זיין פאטער, דער שריפטשטעלער [[מנחם מענדל משי זהב]], און צו זיין מוטער מרת שרה זיסל, טאכטער פון הרב [[יוסף שיינבערגער]], דער לעגענדארישן סעקרעטאר פון דער [[עדה החרדית]]. ער איז אויפגעוואקסן געווארן אין דער [[מאה שערים]] געגנט. אלס קינד איז ער ערצויגען געווארן אין דער [[עץ חיים]] [[תלמוד תורה]], און נאכהער אין די [[ישיבה|ישיבות]] "תפארת ישראל", "אהל יעקב" און "תורה אור". צווישן די יארן [[1983]] און [[1986]], האט ער געלערנט אין דעם "עיר דוד" [[כולל]].
==געזעלשאפטליכע טעטיגקייט==
==אלס אן אקטיוויסט פון נטורי קרתא==
אין זיין יוגנט, פלעגט ער אויספירן פילפאכע [[פראטעסט|מחאה]] אקטיוויטעטן. זיין אקטיווקייט האט זיך אנגעהויבן זייענדיג אן אייניקל פון ר' יוסף שיינבערגער, דער דעמאלטסדיגער [[גענעראל]] פאר אלע עדה החרדית מערכות. משי זהב איז געווען באקאנט אלס גענעראל און אונטערנעמער פון אלע מערכות און קאמפן פון דער עדה החרדית און [[קנאים]] קעגן דעם [[ציונות]] [[אידיאל]] און אלעס וואס האט צו טוהן מיט איר [[רעגירונג]] און אירע מוסדות. צוליב דעם, האט ער באהויפטעט אז ער איז פארהאפטעט געווארן דורך דער ציוניסטישער [[פאליציי]], נישט ווייניגער ווי 24 מאל.
משי זהב פלעגט אויך ארבעטן אלס [[רעדאקטאר]] פון דער וועכנטליכער צייטונג "העדה" - די עמטליכע צייטונג פון דער עדה החרדית. געמיינזאם מיט זיין ברודער צבי, האט ער פארעפענטליכט 7 [[בוך|ביכער]] וועלכע לייגן אראפ אין זיך די קאמפן פון דער חרדישער געמיינדע אין [[מדינת ישראל]]
ער פלעגט אויך אנפירן אלע פייניגונג מיטלען פון דער חרדישער [[משמרת הצניעות]] {{מקור}} פון די אמאליגע צייטן אין ירושלים.
ער פלעגט אויך אנטייל נעמען אין די אקטיוויטעטן מיט [[נטורי קרתא]] ווען [[ירחמיאל ישראל יצחק דאמב]], א חרדישער איד פון [[לאנדאן]], וועלכער פלעגט געהערן צו דעם מער עקסטרעמיסטן שיכט פון נטורי קרתא (דער קאצענעלבויגן קרייז), פלעגט אנקומען קיין א"י איינמאל א יאר און אויפטרעטן קעגן פארשידענע רבנים, וואס זענען געווען לויט זיין שיטה "נישט גענוג" קנאים (אריינגערעכנט רבנים פון דער עדה החרדית און פון נטורי קרתא).
ער האט אנגעפירט אלע קאמפן קעגן [[בחירות]] און אלע קבלת פנים פאראנשטאלטונגען פאר די [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] [[אדמורי"ם]] ווען זיי זענען געקומען טיילן [[געלט]] פאר די [[מוסדות]] ה[[חינוך]] וואס זענען זיך [[נזיר|מתנזר]] פון אננעמען געלט פון דער ציוניסטישער רעגירונג.
לעצטנס האט ער געמוזט אויפגעבן די פירערשאפט פון [[זק"א]] וואס איז זייער א בכבודיגע ארגענעזאציע, און דאס איבערגעבן פאר זיין מחותן ר' [[דודי זילבערשלאג]] דאס צו פירן.
==דער ווענדפונקט אין זיין לעבן און די ענדערונג פון זיין וועלט-אנשויונג==
נאך דעם שוידערליכן טעראר-אנשלאג אויף ליניע 405 וואס האט פאסירט אום 6טן יולי 1989, דארט וואו האט ער דערלאנגט ערשטע הילף צו די פארלעצטע און באטראפנדע, נאכדעם אויפן וועג צוריק אהיים, איז ער אייגנטליך אנגעקומען צו א דרינגעניש, אז אויב אין די אויגן פון דעם פיינד זענען אלע איינארטיג, דעמאלטס האלט ער אויך אזוי. זייט דעמאלטס, ווען עס איז געווען א רעגלמעסיגע וועלע פון שרעקליכע טעראר אנשלאגן וואס האבן באטראפן ארץ ישראל, פלעגט ער אנקומען צוזאמען אינאיינעם מיט נאך וואלאנטירן צו די זעלבסטמארד-אנגריפן-ערטער, און באהאנדלען די לייכעס פון די אומגעקומענע, און נאכטרעגליך איז געגרינדעט געווארן די ארנגאניזאציע זק"א, וועמענס אנלייטער און פארזיצער איז משי זהב, און וואס איר ראשי תיבות באדייטן "אידענטיפיצירונג פון קאטאסטראפע אפפערן" (אויף העברעאיש: "זיהוי קורבנות אסון").
אין יאר תשס"ג ער איז איינגעלאדענט געווארן אין אויפטראג פון דער ציוניסטישער רעגירונג אנצוצינדן א פאקל לכבוד דעם [[יום העצמאות]] (אומאפהענגיגקייט טאג) אין דער יערליכער עמטליכער צערעמאניע וואס קומט פאר אין דעם הערצל בארג אין ירושלים, ווען דער הויכפונקט פון דעם אוונט איז געווען ווען זיין דערקלערונג אין דער צערעמאניע אין פראנט פון טויזנטער אנוועזנדע "אין עהרע פון מדינת ישראל" האט סימבאליזירט דעם שארפן און אומגעהויערן ווענדפונקט אין זיין לעבן. אלס פארזיצער פון זק"א ער באשעפטיגט זיך אויך און פועל'ט צו דערנענטערן און שלום מאכן צווישן פרייע און פרומע אידן.
{{גרונטסארטיר:משי זהב}}
[[קאַטעגאָריע:עסקנים]]
[[קאַטעגאָריע:משמרת הצניעות]]
[[קאַטעגאָריע:ירושאלמער]]
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]]
i1kyopi77tilve8gjbcik06n1mmldhv
טראפן (פליסיגקייט)
0
19763
602951
458814
2026-10-19T21:00:01Z
ן' משה
42115
602951
wikitext
text/x-wiki
[[טעקע:Water drop animation enhanced small.gif|left|thumb|250px|עס טראפט פון א [[סינק]].]]
'''טראפן ([[פליסיקייט|פליסיגקייט]])''' איז א קליינע אפטייל און מאס פון [[וואסער]] אפגעטיילט און געוויינליך ווען עס רינט ארויס צוביסלעך פון א גרעסערע זאמלעונג פון וואסער.
== אידישקייט ==
ביי די מעשה פון [[רבי עקיבא|ר' עקיבא]] מיט [[כלבא שבוע]] שטייט אז דער טראף האט אים געמאכט פאר א בעל תשובה דורך זעהן אז אפילו א טראפ איז בכוח צו ברעכן א שטיין, דעריבער קען א טראפ תורה און אידישקייט ברעכן זיין שוואכן קאפ ווי ער איז טאקע געווארן א תלמיד חכם.
[[קאַטעגאָריע:חומר]]
[[ps:څاڅکې]]
qeb7vldswxg47hcer8t5328m6eo1oxn
סאנט העלענע
0
20747
602938
602919
2026-10-19T18:13:38Z
ן' משה
42115
602938
wikitext
text/x-wiki
{{באצירק}}
[[טעקע:16_Napoleons_exole_St_Helena_June1970.jpg|קליין|300px|לאנגוואוד הויז, דאס פלאץ פון נאפאלעאן'ס טורמע]]
'''סאנט העלענע''' איז אן [[אינדזל]] אינעם דרום [[אטאלאנטישן אקעאן]] וואס געהערט פארן [[פאראייניגטע קעניגרייך|פאראייניגטן קעניגרייך]], אמאליגע צייטן איז דאס געווען גאר א סטראטעגישער אינזל, וואס דורך דארט האט מען קאנטראלירט אלע [[שיף|שיפן]] וועלכע זענען געפארן צו [[אזיע]], און צוריקגעקומען מיט סחורה פון [[אינדיע]], שפעטער ווען מען האט געגראבן דעם [[סועץ קאנאל]] האט סאנט העלענע פארלוירן איר וויכטיגקייט.
אין סאנט העלענע וואוינען היינט בערך 7000 מענטשן, די [[הויפטשטאט]] איז '''זשעימסטאון'''.
אין סאנט העלענע געפינט זיך אויך דאס הויז אין וועלכן [[נאפאלעאן באנאפארטע]] איז געווען איינגשפארט, און דארטן [[געשטארבן]]. דאס איז איז פלאץ פאר [[טוריסטן]].
{{Coord|15|57|S|5|43|W|type:isle_region:SH|display=title}}
[[קאַטעגאָריע:פאראייניגטע קעניגרייך]]
[[קאטעגאריע:מערב אפריקע]]
[[קאטעגאריע:אינדזלען]]
l25pnym1s6s52qq9hoijyox6yque8bd
3טער י"ה
0
24176
602945
476993
2026-10-19T19:45:25Z
ן' משה
42115
/* געשעענישן */
602945
wikitext
text/x-wiki
{{י"ה-קעסטל|3}}
דער '''3טער יארהונדערט''' איז די צייט צווישן די [[יאר]]ן [[201]] - [[300]].
== געשעענישן ==
* [[רבי יהודה הנשיא]] האט מסדר געווען די [[משניות]].
* [[דיאפאנטוס פון אלעקסאנדריא|דיאפאנטוס]] פון [[אלעקסאנדריע|אלעקסאנדריא]] האט געשריבן "אריטמעטיקא"
* דערפינדונג פונעם [[קאמפאס]] אין [[כינע]]
{{גרעגאריאנישער קאלענדאר}}
{{היסט-שטומף}}
[[קאַטעגאָריע:יארהונדערט|0]]
t8070gl2lxdry9jls99wtdkiwteyjgu
שלש סעודות
0
28426
602946
600134
2026-10-19T20:18:02Z
ן' משה
42115
602946
wikitext
text/x-wiki
'''שלש סעודות''' (ארויסגערעדט ''שאַלעשודס'') איז די לעצטע סעודה צװישן די דרײ [[שבת|שבתדיגע]]דיקע [[סעודה|סעודות]] װאס מען דאַרף עסן לויט דער [[הלכה]] במשך דעם שבת. גלײך װי די ערשטע צװײ סעודות, אױך שלש סעודות דארף מען עסן [[ברויט|המוציא]], אבער פון דעסטװעגן איז די סעודה גרינגער װי די אַנדערע צװײ, און בדיעבד קען מען יוצא זיין מיט פירות אדער מיני מזונות. אנדערש ווי ביי די ערשטע צוויי סעודות, וואס מען דארף יא עסן ברויט.
די צייט פון שלש־סעודות ווערט גערופן '''רעווא דרעווין.'''
[[חסיד]]ים זענען זיך נוהג צו ארײנשלעפן דעם שלש סעודות טיפער אין דער נאַכט.
נאך שלש סעודות קומט [[מלווה מלכה]].
{{שבת}}
[[קאַטעגאָריע:שבת]]
hkq2sqdtyspn9gakgb4i1vfrsrm8pa2
רינג פון פייער
0
47301
602950
525749
2026-10-19T20:45:43Z
ן' משה
42115
602950
wikitext
text/x-wiki
[[טעקע:Pacific_Ring_of_Fire.png|לינקס|קליין|250x250פיקס|פאציפֿישער רינג פֿון פֿייער ]]
[[טעקע:Plates_tect2_en.svg|קליין|מאפע פון טעקטאנישע פלאטער אין דער וועלט]]
דער '''רינג פון פייער''' איז א געגנט פונעם [[פאציפישן אקעאן]] וואו כסדר פאסירן [[ערדציטערניש]]ן און [[וואולקאן|וואולקאנען]] אויפרייסן צוליב דער באוועגונג פון טעקטאנישע פלאטעס.
מער ווי 80% פון אלע וואולקאנען אויפרייסן און ערדציטערנישן אין דער וועלט פאסירן אין די געגנטן. דער רינג פון פייער איז דער גרענעץ צווישן דער פאציפישער פלאטע אין צענטער און זיבן ארומיגע טעקטאנישע פלאטעס.
אומגעפער א מיליארד באוואוינער וואוינען אין די געגנטן פונעם רינג פון פייער און זייער לעבן איז שטענדיג אין געפאר. די לענדער אריינגערעכענט אינעם רינג פון פייער זענען די [[פיליפינען]], [[מאלייזיע]], [[אינדאנעזיע]], [[טיילאנד]], [[יאפאן]], [[קאנאדע]], די [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע|פאראייניגטע שטאטן]], [[מעקסיקע]], [[עקוואדאר]] און [[טשילע]]. אין טשילע פאסירן ערדציטערנישן איינער נאכאנאנד מער ווי אין אלע אנדערע לענדער.
[[קאַטעגאָריע:פאציפישער אקעאן]]
[[קאַטעגאָריע:וואולקאנען]]
[[קאַטעגאָריע:ערדציטערנישן]]
[[קאַטעגאָריע:אזיע]]
[[קאַטעגאָריע:צפון אמעריקע]]
[[קאַטעגאָריע:דרום אמעריקע]]
[[קאַטעגאָריע:אקעאניע]]
{{געא-שטומף}}
k4zwocy0lwks2lmqluz6t20gwxnupkx
2026
0
54302
602939
594013
2026-10-19T18:55:40Z
ן' משה
42115
602939
wikitext
text/x-wiki
{{יאר אין אנדערע קאלענדארן}}
{{ציוויל יאר באשרייבונג|{{בלאטנאמען}}}}
== פאראויסגעזאגטע געשעענישן ==
{{ציוויל יאר פיסל|{{בלאטנאמען}}}}
[[קאַטעגאָריע:2026|*]]
7fgj6berelz65godirinfmqex5gy212
Melancholia
0
54327
602940
594317
2026-10-19T19:05:31Z
ן' משה
42115
אַרטיקל־קעפּל אַריבער צו [[מעלאנכאליע]]
602940
wikitext
text/x-wiki
#ווייטערפירן [[מעלאנכאליע]]
kisegjvmsodj5m7u4z19ikmyq10lkaz
מעלאנכאליע
0
54328
602941
594327
2026-10-19T19:05:35Z
ן' משה
42115
602941
wikitext
text/x-wiki
'''מעלאַנכאָליע''' (אויף [[ענגליש]] : '''Melancholia''' אָדער '''Melancholy''' ) איז איינער פון די כאראקטערן פון [[קלינישע דעפרעסיע|קלינישע דעפּרעסיע]] און דיסטימיע. פארהאן אזעלעכע וואס דעפינירן זי ווי אַ שטימונג אומסדר פון נישט-ספּעציפישער דעפּרעסיע, פאר זיך. דער דעפּרעסיע האלט אן פאר איבער צוויי יאר, און די פליסיגע פונקציאנירונג פון דעם מענטש ווערט ערנסט אַפעקטירט. {{Citation needed}}
מעלאַנכאָליע ערשיינט ביי פאציענטן וואָס ליידן פון קלינישע דעפּרעסיע, אָבער נישט יעדער פּאַציענט וואָס ליידט פון קלינישע דעפּרעסיע וועט אַנטוויקלען מעלאַנכאָליע. אין די טאגטעגליכע שפּראַך, באנוצט מען זיך אפט מיט די וואָרט "מעלאַנכאָליע" ווי נאך א ווארט פֿאַר "אנגעזעצטקייט".
== היסטאריע ==
דאס ווארט '''מעלאַנכאָליע''' קומט ארגינעל פון [[גריכנלאנד|גריכיש]] (μελας, melas "שוואַרצע", χολη, kholé "ביטערניש"). [=מרה שחורה]
מעלאַנכאָליע איז דעפינירט געווארן אלס [[קראנקייט|קראנקהייט]] שוין אינעם 5טן יארהונדערט פ"צ אין די שריפטן פון היפאקראטעס, און איז געשילדערט געווארן אלס "אפעטיטלאז, פארצווייפלטניש, שלאפן פראבלעמען, [[נערוועז|נערוועזיטעט]], אומרואיגקייט", אויך האט מען געזאגט אז "פארלענגערטע אבילות אדער [[שרעק|פחד]] ברענגט מעלאנכאליע" .
אין דער [[רענעסאנס|רענעסאַנס]] און אין די ראָמאַנטישע עפאכעס, האָט מען פאררעכנט מעלאַנכאָליע אלס אַן איבערלעבעניש וואָס באַרײכערט די נשמה, און מען האָט געזען [[קראנקייט|די קרענק]] ווי אַ געבענטשטע מתנה, און עס זענען אַפֿילו געווען אַזעלכע, וואָס האָבן צו זיך צוגעשריבן דעם קרענק כאטש וואס זיי האבן דאס נישט באמת געהאט.
צב״ש [[זשאזעף-לואי לאַגראַנזש]] האט געליטן פון מעלאַנכאָליע אטאקעס.
== סימפּטאָמען ==
* דערשלאגענע שטימונג, אויך אן א קלאָרער סיבה.
* אומעגליכקייט צו געניסן פון טאגטעגליכע אַקטיוויטעטן, ווי [[עסן]], געזעלשאַפטליכע קאָנטאַקט און סעקס.
* מער טיפערע דעפּרעסיע אין דער פרימאָרגן שעות.
* זיך אויפוועקן כאטש צוויי שעה פריער, אין רעזולטאט פון די דעפּרעסיע.
* פּסיכאמאָטאָרישע דיסאָרדער וואס ווייזט זיך ארויס מיט'ן זיך זייער שטייט רוקן און רעאגירן, פעלט פנים אויסדרוקן און שוועריקייטן צו קאנצעטרירן.
* ענדערונגען אינעם אַפּעטיט, ווי זיך איבערעסן אָדער ווייניג אַפּעטיט.
* שולד געפילן
== באהאנדלונג ==
די באַהאַנדלונג איז אַנטי-דעפּרעסיע. די מעדיצינען געהערן צו די Selective Serotonin Reuptake Inhibitor (SSRI) גרופּע, א דראג פון די טריציקליע פאמיליע אָדער עלעקטראָנישע שאק'ס.
== זעט אויך ==
* דיסטימיע
* [[קלינישע דעפרעסיע|קלינישע דעפּרעסיע]]
* [[אומעט|טרויעריק]]
== צו ליינען מער ==
* [[זיגמונד פרויד|Sigmund Freud]], טרויער און מעלאַנכאָליע, רעסלינג פּובלישינג, 2002
== דרויסנדיגע לינקס ==
* מנשה כהן, [http://www.hebpsy.net/articles.asp?id=2452 נאָך דער מעלאַנכאָליע], אויף דער העברעישער פּסיכאָלאָגיע וועבזייטל, דעם 30סטן אַפּריל 2010
[[קאַטעגאָריע:גייסטיקע קרענק]]
[[קאַטעגאָריע:דפים עם תרגומים שלא נסקרו]]
6z83ti4ynwtun2ucrax6lqhqcmzpedt
אדמו״ר
0
54714
602942
598472
2026-10-19T19:17:10Z
ן' משה
42115
אַרטיקל־קעפּל אַריבער צו [[אדמו"ר]]
602942
wikitext
text/x-wiki
#ווייטערפירן [[אדמו"ר]]
qp5s2vc9qnllw0d424tnmpt48s39bhc
סאולער סיטי
0
54968
602953
602275
2026-10-20T01:18:00Z
InternetArchiveBot
40859
Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.6
602953
wikitext
text/x-wiki
{{פירמע|קאמפאני נאמען=סאלאר סיטי|טיפ=זין ענערגיע|געגרינדעט=July 4 2006|קאמפאני=SolarCity Corp|געגרינדער=לינדאן און פעטער ריוו}}
'''סאלאר סיטי''' איז געווען א קאמפאני וואס איז געגרינדעט געווארן אין 2006 דורך לינדאן ריוו און פעטער ריוו. זייער קוזין, [[אילאן מאסק]], האט צוגעשטעלט דעם אנהייב קאפיטאל דערפאר.<ref>{{Cite news|date=February 15, 2008|title=Elon Musk on rockets, sports cars, and solar power|url=https://www.cnet.com/roadshow/news/elon-musk-on-rockets-sports-cars-and-solar-power/|work=CNET}}</ref> ביז 2013 איז סאלאר סיטי געווען דער צווייט גרעסטער פארזארגער פון [[זון ענערגיע|זון ענערגיע סיסטעמען]] אין די [[פאראייניגטע שטאטן]].<ref>{{Cite news|url=http://www.solarpowerworldonline.com/top-250-solar-contractors|title=2013 Top 250 Solar Contractors|work=Solar Power World|date=September 13, 2013}}</ref>
אין 2014 האט מאסק פארגעשלאגן א פלאן, לויט וועלכן סאלאר סיטי זאל אויפבויען א פאבריק אין [[באפאלא]], [[ניו יארק]], וואס וואלט געווען דריי מאל גרעסער פון דער גרעסטער [[סאלאר ענערגיע|זון פאנעל]] פאבריק אין די פאראייניגטע שטאטן.<ref>{{Cite news|date=June 17, 2014|title=Elon Musk's sunny plans for Buffalo|url=https://money.cnn.com/2014/06/17/news/companies/solarcity-silevo|work=CNN|accessdate=June 18, 2026|archivedate=October 9, 2017|archiveurl=https://web.archive.org/web/20171009194551/http://money.cnn.com/2014/06/17/news/companies/solarcity-silevo}}</ref> דער אויפבוי פון דער פאבריק האט זיך אנגעהויבן אין 2014 און איז פארענדיקט געווארן אין 2017. ביז אנהייב 2020 האט זי געארבעט ווי א געמיינזאמע אונטערנעמונג צווישן [[טעסלע|טעסלא]] און [[פאנאסאניק]].<ref>{{Cite news|url=https://www.cnbc.com/2020/02/26/tesla-panasonic-said-to-end-joint-solar-cell-production-at-buffalo-factory.html|date=February 26, 2020|title=Tesla, Panasonic will reportedly stop joint solar cell production at Gigafactory 2 in Buffalo|work=CNBC}}</ref><ref>{{Cite news|date=November 23, 2020|title=The highs, lows and legacy of Panasonic's doomed project in Buffalo|work=American City Business Journals|url=https://www.bizjournals.com/buffalo/news/2020/11/23/leaders-of-doomed-panasonic-project-look-back.html}}</ref>
אין 2016 האט טעסלא אפגעקויפט סאלאר סיטי פאר בערך 2 ביליאן דאלאר און עס צונויפגעשלאסן מיט איר [[באטעריע]] אפטיילונג, כדי צו שאפן טעסלא ענערגיע. די מעלדונג וועגן דעם אפמאך האט גורם געווען א ירידה פון מער ווי 10 פראצענט אין טעסלאס [[סטאק|סטאק פרייז]]. אין יענער צייט האט סאלאר סיטי געליטן פון ערנסטע [[געלטפלוס]] פראבלעמען.<ref name="ws">{{Cite news|last=Kolodny|first=Lora|date=April 27, 2022|title=Elon Musk wins shareholder lawsuit over Tesla's $2.6 billion SolarCity acquisition|url=https://www.cnbc.com/2022/04/27/elon-musk-wins-shareholder-lawsuit-over-the-companys-2point6-billion-solarcity-acquisition.html|work=CNBC}}</ref>
נאך דער אפקויף האבן עטלעכע גרופעס פון [[סטאק האלטער]] אריינגעגעבן געריכטליכע תביעות קעגן מאסק און די דירעקטארן פון טעסלא. לויט זייער טענה איז דער אפקויף דורכגעפירט געווארן בעיקר לטובת מאסק פערזענליך, אויפן חשבון פון טעסלא און אירע סטאק האלטער.<ref>{{Cite news|last=Strong|first=Michael|date=March 16, 2020|title=Shareholder $2.2B Lawsuit Against Tesla CEO Musk Halted After Trial Postponed Due to Coronavirus|url=https://www.thedetroitbureau.com/2020/03/shareholder-2-2b-lawsuit-against-tesla-ceo-musk-halted-after-trial-postponed-due-to-coronavirus/|work=The Detroit Bureau|archiveurl=https://web.archive.org/web/20200914204415/https://www.thedetroitbureau.com/2020/03/shareholder-2-2b-lawsuit-against-tesla-ceo-musk-halted-after-trial-postponed-due-to-coronavirus/|archivedate=September 14, 2020|accessdate=June 18, 2026}}</ref><ref>{{Cite news|last=Mitchell|first=Russ|date=September 23, 2019|title=Elon Musk knew SolarCity was going broke before merger with Tesla, lawsuit alleges|url=https://www.latimes.com/business/story/2019-09-23/solarcity-tesla-merger-shareholder-lawsuit|work=Los Angeles Times}}</ref>
אין יאנואר 2020 האבן די טעסלא דירעקטארן דערגרייכט א פשרה אין דער תביעה, אזוי אז מאסק איז געבליבן דער איינציקער הויפט אנגעקלאגטער אין דעם פראצעס.<ref>{{Cite news|last=Hals|first=Tom|date=January 30, 2020|title=Tesla directors settle, isolating Musk as SolarCity trial looms|url=https://www.reuters.com/article/us-tesla-solarcity-lawsuit/tesla-directors-settle-isolating-musk-as-solarcity-trial-looms-idUSKBN1ZT2HF|work=Reuters}}</ref><ref>{{Cite news|last=Chase|first=Randall|date=August 17, 2020|title=Judge OKs $60M settlement over Tesla buyout of SolarCity|url=https://abcnews.go.com/Technology/wireStory/judge-oks-60m-settlement-tesla-buyout-solarcity-72425974|work=ABC News}}</ref>
צוויי יאר שפעטער, אין אפריל 2022, האט דער געריכט געאורטיילט לטובת מאסק און אפגעווארפן די טענות פון די סטאק האלטער.<ref name="ws" />
=== טעסלא ענערגיע פראדוקטן ===
טעסלא ענערגיע פארקויפט א ריי פראדוקטן פאר [[ענערגיע אפהיט|ענערגיע אפהיטונג]] און זון ענערגיע. צווישן די באקאנטסטע פראדוקטן איז דער [[פאוערוואל]], א [[היים באטעריע]] וואס קען אויפהיטן עלעקטריציטעט פון זון פאנעלן אדער פונעם עלעקטרישן נעץ, כדי מען זאל קענען נוצן די ענערגיע ביינאכט אדער בעת א שטערונג אין דער עלעקטריציטעט צושטעלונג. טעסלא פארקויפט אויך זון פאנעלן און זון דאך פאר פריוואטע הייזער.<ref>{{Cite web|title=Energy|url=https://www.tesla.com/energy|website=Tesla}}</ref>
אין 2019 האט טעסלא ענערגיע ארויסגעברענגט דעם [[טעסלא מעגאפעק|מעגאפעק]], א גרויסער ענערגיע אפהיטונג סיסטעם וואס איז געמאכט פאר עלעקטרישע קאמפאניעס און גרויסע אינדוסטריעלע פראיעקטן. דער סיסטעם איז געבויט צו אויפהיטן גרויסע מאסן עלעקטריציטעט און ארויסגעבן די ענערגיע בשעתן שפיץ פארלאנג, אדער ווען זון און ווינט קוועלער פראדוצירן ווייניגער עלעקטריע.<ref>{{Cite web|title=Tesla Megapack|url=https://www.tesla.com/megapack}}</ref>
טעסלא האט מיט דער צייט פארברייטערט איר ענערגיע געשעפט, און די ענערגיע אפטיילונג איז געווארן א וויכטיגער טייל פון דער קאמפאניעס טעטיקייט. די קאמפאניע האט געמאלדן אז מעגאפעק סיסטעמען ווערן גענוצט אין צענדליגער לענדער ארום דער וועלט צו שטיצן עלעקטרישע נעצן און צו פארגרינגערן דעם באנוץ פון באנייבארע ענערגיע קוועלער.<ref>{{Cite web|title=Megapack|url=https://www.tesla.com/megapack}}</ref>
d34znojdeeiyp11kdfavqoy6v1yum5b
סקאנדינאווישער האלבאינזל
0
55209
602947
2026-10-19T20:26:03Z
ן' משה
42115
אַרטיקל־קעפּל אַריבער צו [[סקאנדינאוויע]]
602947
wikitext
text/x-wiki
#ווייטערפירן [[סקאנדינאוויע]]
j7czbdi4uzz3h3vypovwzm2lrk1p1ms